ר' יום טוב עהרליך: טעיפ 'תשובה'

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

ר' יום טוב עהרליך: טעיפ 'תשובה'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

אזוי ווי יעצט איז חודש אלול וועל איך ארויפלייגן די טעקסט פון ר' יו"ט עהרליך'ס טעיפ:

תשובה


צוויי פון די ניגונים 'לאמיר זיך אומקערן אידאלאך' און 'דער גענעראל' זענען שוין ארויפגעלייגט געווארן אין אן אנדער אשכול דורך אונזער חשוב'ן חבר מו"ה טהור-עינים ני"ו, א דאנק טאקע פאר די העתקה, איך האב נאר אויסגעבעסערט עטליכע קלייניגקייטן איבערהערנדיג דעם טעיפ,

די איבריגע ניגונים האב איך מעתיק געווען פון צעטלעך וואס זענען מיטגעקומען ביים קויפן די סעט טעיפס פאר יארן צוריק, איך ווייס נישט ווער עס האט געמאכט יענע העתקות ר' יו"ט אליין צו אן אנדערער, דארט איז אויך דא צומאל געשריבן פארן ניגון פון וואו די מעשה קומט, איך האב דאס אויך ארויפגעלייגט,

איך בין דערנאך איבערגעגאנגען די העתקות צוזאמען מיטן טעיפ און פארראכטן עטליכע זאכן וואס זענען דא אויף יענע צעטלעך, רוב דערפון זענען געווען ממש קלייניגקייטן א ווארט ארויף אדער אראפ, חוץ צוויי זאכן, איינס ביי די ניגון פון כל נדרי (ניגון 5) איז אויפן צעטל דא א פאל וואס איז נישטא אויפן טעיפ, האב איך עס אריינגערינגלט און געשריבן אז עס איז נישט אויפן טעיפ, און ביי אן אנדערע ניגון פעלט פונעם צעטל א פאל וואס איז יא אויפן טעיפ, ממילא בין איך אלעס איבערגעגאנגען מיט די העתקה אויסהערנדיג דערביי דעם טעיפ,

איך יעצט אי"ה אין די קומענדיגע צען פופצן מינוט ארויפלייגן אלע 7 ניגונים, יעדע ניגון אין א באזונדערע תגובה, וויל איך בעטן דעם עולם נישט אריינצוהאקן אינמיטן ביז איך ענדדיג ארויפלייגן אלע ניגונים, דערנאך וועט יעדער קענען צושרייבן וואס מען וויל, ייש"כ.

וזה החלי......
לעצט פארראכטן דורך בןהרחמן אום זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 2:42 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ניגון א'

לאמיר זיך אומקערן אידאלאך

בעזרת ה' דא ניט ווייט אויף די וועגן
א טרעין פול מיט מענטשן עס פארט
איין טרעין פארט גלייך און דער צווייטער אנקעגן
איעדער צו זיך אויף זיין ארט

פארן זיך אידן פערוקט אין א ווינקל
אוי יעדער אהיים צו זיך פארט
ס'יז צייט דאוונען מנחה עס איז שוין באלד טינקל
און פרעמד אומבאקאנט איז דער ארט

איינער גייט צו צום קאנדאקטער עם פרעגן
און קומט גלייך צוריק מיט א גוואלד
מיר האבן פארבלאנדשעט אויף אנדערע וועגן
מיר מוזן זיך אומקערן באלד

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
צוריק אויף דעם ריכטיגן וועג
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
איידער דער טאג גייט אוועק

ווייל א מענטש איז נישט מיין, פון פלייש און פון ביין
און ער קאן מאכן א פעלער
און ווער עס האלט קאפ, שטעלט זיך גלייך אפ
און טוט זיך אומקערן וואס שנעלער


ביי דעם בארג סיני האט מען אונז געגעבן
א גלייכן און זיכערן וועג
וואס פירט בשלום א דורך אונזער לעבן
און פירט נאך אונז ווייטער אוועק

עס האט זיך געטראפן עס האבן פיל יודן
אביסל אין זייט זיך אוועק
און האבן פארזען די סימנים צו היטן
און זיינען אראפ פון דעם וועג

מען טראגט פרעמדע נעמען מען עסט פרעמדן עסן
מען האט נישט קיין אידישן בליק
זיי האב שוין נעבעך אינגאנצן פארגעסן
אז ס'איז דא א וועג אויף צוריק

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
צוריק אויף דעם ריכטיגן וועג
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
צוריק צו אמאליגע טעג

א מענטש איז נישט מיין, פון פלייש און פון ביין
און ער קען מאכן א פעלער
ווער עס האלט קאפ, שטעלט זיך גלייך אפ
און טוט זיך אומקערן וואס שנעלער

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
כל זמן די זון נאך זי שיינט
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
וואס גיכער וואס שנעלער נאך היינט

אנטקעגן טוט שטיין, א ליידיגער טרעין
אהיים באלד צוריק וועט ער פירן
וואס גווען איז געווען, וואס געשען איז געשען
אזוינס טאר שוין מער נישט פאסירן


עס איז היינט געווארן די וועלט פארגעשריטן
מען לעבט אין א צייט פון אטאם
אבער פארדארבן מען איז היינט אין זיטן
פונקט ווי אין צייטן פון סדום

מען וויל שוין היינט פליען אויך צו דער לבנה
זיי ווילן נאך העכער שוין גיין
און אלע ווייסן מיר דאך די כוונה
צו קאנען פארניכטן וואס מיין

מיר האבן די וואונדער געזען וואס זיי קאנען
וואס די לעצטע טעכניק האט געמאכט
אזוי שנעל און פונקטליך פארברענען מיליאנען
וואס האבן עס גארנישט ערווארט

עס האט די קולטור פאר די מענטשן געגעבן
נאר צער מיט פערדרוס מיט געוויין
מען זאגט צו א שענערן בעסערן לעבן
און ס'קראכן א פלעין נאך א פלעין

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
אנטלויפן פון זיי ווי געשווינד
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
ווייל זיי סם'ען אפ אונזערע קינד

ווייל די גאנצע וועלט, איר כבוד איר געלט
די גאנצע הנאות פון לעבן
זיינען נישט גערעכט, און זיינען נישט ווערט
אפילו א קרעכץ פאר זיי געבן

אוי לאמיר זיך אומקערן יודאלאך
צום טאטן אין הימל צוריק
אוי לאמיר זיך אומקערן ברידארלאך
פארזיכערט אייך אייביגן גליק

לאמיר נאר זען, ווי שיין איז געווען
די צורה פון אלטיטשקן זיידן
געלעבט אויף דער וועלט, ס'האט גארניט געפעלט
אצינד פרייט ער זיך אין גן עדן


דער רבונו של עולם עם בענטשן און לויבן
האלט אפן דעם טויער פון גליק
און אלע טאג שרייט א בת קול פון אויבן
קערט זיך אום קינדער צוריק

און אט דער בת קול פארשטעלט זיך פארשיידן
ווי ס'איז ביים בארג סיני געווען
וכל העם רואים את הקולות די קולות דעם ריידן
האט מען אפילו געזען

דער בת קול טוט זיך אין דעם הארץ אריינקריגן
און עס ווערט א בענקעניש דארט
אמאל ווי א בילד און אמאל ווי א ניגון
און אמאל ווי א פשוטער ווארט
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

און ווי דעם זיידנס א ווארט
האט אין אידישע הערצער דארט
באוויזן אז עס איז דא א באשעפער וואס היט
און אז דער זיידע איז א איד און דער טאטע איז א איד מוז דער אייניקל זיין א איד

----

ניגון 2

דער ברית
(דערציילט פון ר' בצלאל דער מאסקווער מוהל, די געשיכטע וואס איז געשעהן מיט איהם אליין)

די נאכט איז געקומען דער טאג איז אוועק
די גאסן פון מאסקווע אין פחד און שרעק
די טויערן זיינען פארשטעלט מיט סאלדאטן מען לאזט ניט אריין ניט ארויס
מען זוכט דארט א גרויסן פארברעכער אין ווינקאלאך פון יעדן הויז

ר' בצלאל דער מוהל ער זיצט און ער ווארט
די ליכט איז פארלאשן די טיר איז פארשפארט
די קינדארלאך שווייגן זיי ווייסן שוין אז די סאלדאטן ברענגען נישט קיין גליק
נאר כאפן צו טאטעס און קינדער וואס קומען קיינמאל נישט צוריק

פלוצלינג דערהערט מען א טומל אין הויף
מען הערט די סאלדאטן מארשירן ארויף
מען קלאפט און ער לאזט זיי אריין און זיי הייבן אן זוכן ביי איהם אזוי לאנג
ביז זיי געפינען א קליינינקע שאכטעלע אונטערן שאנק

מיר האבן געפונען זאגט דער קאמאנדיר
די הענט אין דער הויך זיך נישט גיבן קיין ריר
די שאכטל ליגט אפן פריי פאר די סאלדאטן און זיי באטראכטן מיט פרייד
א שטיקעלע וואטע, א שערל, א קליינינקן חלף אין שייד

א געפאנצערטע קאר פליהט אין גאסן געשווינד
ר' בצלאל זאגט ווידוי ער וויינט ווי א קינד
די הענט מיט א קייט פעסט אויף הונטן געבונדען א שווערע זאך איבערן קאפ
און די קאר לויפט אָן אַן אויפהער און שרייט און זי שטעלט זיך נישט אפ

און פלוצלינג מען שטעלט זיך מען נעמט איהם ארויס
מען פירט איהם ארויף ערגעץ הויך אין א הויז
מען בינדט אפ די הענט און מען דעקט אויף זיין פנים און עס באווייזט זיך פאר איהם
רעכטס א מזוזה א גרויסע אנטקעגן די בילד פון בעל שם

אויפן טיש א מנורה עס ברענען פיהל ליכט
א איד מיט א בארד מיט א שיינעם געזיכט
שלום עליכם זאגט ער דעם איד און ער שמייכלט צו איהם מיט א פרייד
האט נישט קיין מורא בארוהיגט אייך זעצט אייך און הערט וואס איך רייד

איך בין געוועזן אין שטאט דא א רב
און דערפאר האט געקומט מיר א ביטערער סוף
האט דער באשעפער געהאלפן מיין זוהן איז געווארן א פירער א גרויסער אין לאנד
און האט מיך באהאלטן ביי איהם דא אין וואוינונג פארשטעלט פאר א וואנט

ווען מיין שנור האט געבוירן א זוהן
האב איך געזאגט איך וויל נישט וויסן דערפון
איך וויל עס נישט האלטן נישט גלעטן נישט דרוקן אפילו נישט אנקוקן ביז
מען וועט מיר ברענגן אן ערליכן מוהל און מאכן א ברית

ווען איר קומט אליין וואלט מען חושד געווען
מען האט געמוזט מאכן מען זאל אייך ניט זעהן
נאט אייך די שאכטל נעמט אייך די כלים זאל זיין אין א מזל'דיגע שעה
איך וועל זיין סנדק, טאטע מאמע די קוואטער, דאס קינד ברענגט ברוך הבא!

דער מוהל דאס קינד האט גע'מל'עט מיט גליק
דער זיידע האט ליב עס צום הארצן געדרוקט
און שרייט אויס רבונו של עולם די מצוה פון פדיון שבויים איז גרויס
ס'א תינוק שנשבה מיר קאָנען נישט אויסלייזן דו לייז איהם אויס

א געפאנצערטע קאר פליהט אין גאסן צוריק
ר' בצלאל ער זיצט דארט פאר'שיכור'ט פון גליק
ארום איהם עס ליגן פיהל פעקלעך מתנות אהיים דער משפחה געפירט
די קאר האט געטריבן א מענטש מיט א גוטע מאסקירטן געזיכט

און ער האט איהם אריינגעפירט שטיל אין זיין הויף
געהאלפן די פעקלאך צו טראגן ארויף
און דאנקט איהם און בעט זיך מיר האבן אייך וויי געטוהן האט קיין פאראיבל ניט
אז דער זיידע איז א איד און דער טאטע א איד מוז דער אייניקל זיין א איד

איך האב מיין לעבן געשטעלט אין געפאר
און איך האב געטוהן עס מער ניט דערפאר
ווייל איך האב ביינאכט היינט געזעהן אז ס'איז דא א באשעפער וואס פירט אן און היט
אז דער זיידע איז א איד און דער טאטע א איד מוז דער אייניקל זיין א איד
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

און וויאזוי דורך א בילד
האט א אידש הארץ דערפיהלט
אז איידער זיין א גענעראל ביי זיי
איז בעסער זיין א פשוט'ער זעלנער אין דעם אייבערשטענס ארמיי

דאס איז געווען נאכן קריג אין בערלינער קעניגליכער זאל
אויף א גרויסן באל
האבן די געסט געזעהן אזא בילד
ווען דער פירער פון די מיליטערישער ארקעסטרע האט אן אלטן רוסישן וואלס געשפילט

----

ניגון 3

דער גענעראל
(געהערט פון דעם אידישן ערשטן קלארנעט שפילער, וועלכער האט געשפילט אויף די באל און אליין געזעהן די געשיכטע פון פארשוואונדענעם גענעראל)

א גליקליכע נאכט, זיך געענדיגט די לעצטע שלאכט
בערלין איז בעפרייט צוקלאפט איז דער שונא אין שטאט איז א נייער מאכט
ראקעטן מוזיק, פארן טאנקען אהין און צוריק
און גאר פרעמדע מענטשן דריקן די הענט זיך און וויינען אזש פון גליק

אין דעם קעניגליכן זאל, קומט יעצט פאר א גרויסער באל
עס פארברענגען זיך צוזאמען גרויסע פירער פון איבעראל
אמעריקאנער גענעראל, מיט א רוסישן מארשאל
א פראנצויזישער מיניסטער מיט דעם ענגלישן אדמיראל

און הויך אויפן זאל, אונטער בליקן פון איבעראל
אין שענסטן באלקאן עס זיצט דארטן איינזאם א רוסישער גענעראל
דער העלד פון בערלין, דער בעפרייער פון פראג און ווין
ער הערט פון דעם זאל געשרייען פון כבוד און גיט נישט קיין בליק אהין

א סטאטוע קוקט ער אן, פון דעם גרויסן נאפאליאן
א שטיק שטיין מיט קאלטע אויגן קאן נישט ריידן און קאן גארנישט טאן
ס'איז אמאל געווען א העלד, האט גע'רעש'ט מיט איהם די וועלט
פון דעם העלד וואס איז געבליבן א שטיק שטיין ערגעץ אינמיטן פעלד

דער גענעראל גיט א קלער, אויך פון מיר וועט נישט בלייבן מער
מ'וועט שפילן מוזיק מען וועט טראגן בלומען מארשירן וועט מיליטער
ריידן וועט ווער, עס וועט פאלן א פריינדס א טרער
און עס וועט דורכגיין א צוויי דריי יארן, מ'וועט נישט געדענקען מער

וואס טויג בלומען מיט מוזיק, ווען פערלאשן איז דער בליק
נאריש איז דער גאנצער לעבן און נישטא דא קיין אמת'ער גליק
וואס איז דען דער כבוד ווערט, אז נישט מען זעט און נישט מען הערט
זיין האנט רייסן די מעדאלן, און זיי פאלן אראפ אויף דער ערד

און מיט אמאל, זעט ער הייזאלאך טיף אין טאל
און אט דערקענט ער דעם טאטנס הייזל, און הערט דעם מאמענס קול
ס'איז פרייטיק פארנאכטס, אינדרויסן איז פינסטער שווארץ
אין הויז איז דאך ליכטיג א פארגעניגן, פול איז מיט פרייד די הארץ

ביי די ברענענדיגע ליכט, דער מאמעס גליקלאכער געזיכט
ווען דער טאטע פאר א הענטל, האט אין שולכען עם אוועק געפירט
ווי געשמאק איז דאן געווען, יענער דאוונען מיט א ברען
די שענסטע צייט וואס אין זיין לעבן, האט ער אין קליינינקן שולכען געזען

ער זיצט און ער טראכט, ער דארמאנט זיך א שיינע נאכט
צום הייליגן רבי'ן האט איהם דער טאטע, אין צימער אריינגעבראכט
אונטערן ברעם, האט דער רבי געקוקט אויף עם
דעם טאטן געזאגט דיין זון וועט אויסוואקסן, א צדיק אם ירצה השם

און די מאמע גייט און קוועלט, ווער דארף כבוד ווער דארף געלט
אז מען וואקסט שוין אויס א צדיק, האט מען דער וועלט און סיי יענע וועלט
ער האט כבוד ער האט געלט, און האט קיין גליק נישט אויף דער וועלט
ער וואלט זיין לעבן אפגעגעבן, ער זאל וויסן וואס מיינט יענע וועלט

און פלוצלינג ער זעט, ווי ער שטייט ביי דער מאמעס בעט
און איידער אויף אייביג זי איז איינגעשלאפן, האט זי צו איהם גערעט
האב נישט קיין שרעק, וואס איך גיי פון דיר קינד אוועק
איך וועל צו דיר קומען און היטן, גיין מיט דיר אין דיין וועג

און נישט איינמאל ביי דער נאכט, איז זי געווען מיט איהם אין שלאכט
און נישט איינמאל איהם געמינטערט, און צום לעבן צוריק געבראכט
נישט געווען ווען טאן א קלער, ווי די מאמע קומט אהער
אז ער ווייסט עס דאך אויף זיכער, אז שוין יארן אז זי לעבט נישט מער

א וואלס פאנגט זיך אן, שפילט א סאלא דער באריטאן
עס וועט שוין מער נישט זיין קיין מלחמות, א נייע צייט קומט אן
און דער קאנטריבאס, ברומט זיך אונטער א שפאס א שפאס
אלע זיי ריידן שיין וועגן שלום, אין הארצן איז פול מיט האס

גענערעלער פון דעם זאל, שפאנען צו דעם גענעראל
מען וועט טרינקען פאר זיין כבוד, מען וועט אנטען עם א מעדאל
דער באלקאן איז אבער לער, קיינער ווייס ניט וואו איז ער
אויף דער ערד ליגן צעווארפן, די מעדאלן זיינע נישט מער

אדורך איז א צייט, איבער ים'ען דארט ערגעץ ווייט
אין אידישן צענטער אין קליינעם שולכען, אין ווינקל פון מערב זייט
א פרוש זיצט דארט, הויך דער שטערן און לאנג די בארד
ער דריקט צו צום הארצן דעם קליינעם תהלים, און מורמלט שטיל פון דארט

קיינער ווייס ניט ווער איז ער, ווען מען פרעגט עם שמייכלט ער
און פון זיינע אויגן פאלן, הייסע טרערן א טרער נאך א טרער

און ער זאגט אז אך און וויי, זיין א גענעראל ביי זיי
בעסער זיין א פשוט'ער זעלנער, אין דעם אייבערשטנס ארמיי
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

און וואויל איז צו זיי, די סאלדאטן פון אייבערשטענס ארמיי
און גוט איז דעם, ירא השם

------

ניגון 4

שיר המעלות

שיר המעלות אשרי כל ירא השם
ווער האט אלע מעלות און וואויל און גוט צו איהם
דער איד וואס גלויבט אין בורא, און האט פאר איהם מורא
און ער לערנט תורה, און די מצוות היט
שבת כהלכה, און טהרת המשפחה
און ער עסט פון השגחה, און צדקה פיל ער גיט


ווי געשמאק דער לעבן פון איד וואס גלייבט אין דעם
אז די גאנצע וועלט איז צוליב איהם
ער זאל לערנען תורה, און די מצוות טאהן
און אויבן גרייט מען פאר איהם אלעס אן

א בוימעלע זאל בליען, א פייגעלע זאל פליען
עס זאל זיין וואַרים אדער זאל זיין קאלט
א טראפנדל פון רעגן, א בלעטל אויף די וועגן
אויבן ווערט באשטימט פאראויס, ווען און וואו עס פאלט

עס קומט אן דער פריהמארגן, ער כאפט זיך אויף פון שלאף
ער האט נאר וואס געפיהלט דעם טעם פון סוף
ער לייגט זיך שפעטער שלאפן ער האט קיין מורא ניט
ווייל ער האט א שומר וואס איהם היט

ער גייט די גאס אריבער, מען פארט איהם נישט איבער
ער וואוינט צווישן חיות איינגעשטעלט
מיליאנען מענטשן לאכן, א עראפלאנען קראכן
אלץ איז מיט א חשבון פון דעם פירער פון דער וועלט

און אויך מיט פרנסה איז די זעלבע זאך
מ'לעבט מיט ווייניג, פונקט ווי מיט א סאך
דער אייבערשטער זאל געבן הצלחה אין די הענט
קאן די שפע רינען פון די הענט

עס טוט עפעס פאסירן, ער טוט זיך נישט פארלירן
דער אייבערשטער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
עפעס איז געווארן, ערגעץ א חסרון
ער וועט עס פארריכטן און ס'וועט ווידער ווערן גוט

עס קומט דער שבת קודש הייליג ווערט די וועלט
און פסח ווי ביים קעניג אין געצעלט
שבועות מתן תורה מ'פליהט אין הימל גלייך
ראש השנה ציטערט פיש אין טייך

יום כיפור די עבודה, עס פאַסט די גאנצע עדה
אין סוכה'לע די הארץ אזוי עס ציהט
די האלידייס סכנות, קאסט טויזנטער קרבנות
און פון א יום טוב האט נאך קיינמאל נישט געשאדט א איד


שיר המעלות אשרי כל ירא השם
ווער האט אלע מעלות און וואויל און גוט צו איהם
דער איד וואס גלויבט אין בורא, און האט פאר איהם מורא
און ער היט די תורה, און קינדער גוט ערציהט
שבת כהלכה, און טהרת המשפחה
און ער האט הצלחה, און דער באשעפער היט
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

לאמיר זיך אומקערן אידאלאך צוריק אויפן ריכטיגן וועג
און וויאזוי דורך א ניגון האט א אידישע נשמה געקריגן איר תיקון

---

ניגון 5

כל נדרי
"דער אדעסער חזן" איז געווארן א בעל תשובה

די זון איז פארגאנגען אראפ אין א פלאם
אויף כוואלעס די שטראלן צוגאסן
עס פארט א געפאנצערטע שיף אויפן ים
מיט רוסישע קריגס מאטראזן

דער שיפס קאפיטאן שטייט ביים שפיץ אויפן דעק
און האלט א לאָרנעטע א קליינע
און פלוצלינג ערזעהט ער א הערליכן ברעג
און אויף איהם א שטאט גאר א שיינע

אדעס הייסט די שטאט אירע לאמפן ביים פארט
גלאנצן ווי דיימאַנדס פון ווייטן
און פלוצלינג דערהערט ער א ניגון פון דארט
פון אלטע פארגעסענע צייטן

עס דערמאנט איהם דער ניגון זכרונות אסאך
פון יארן מיט פיל פארגעניגן
ניט בעטהאווען מאָצאַרט ניט וואגנער ניט באך
ס'איז עפעס אן אנדער מין ניגון

עס ציהט איהם דער ניגון אין שטאט אריין דארט
ער קען זיך קיין ארט ניט געפינען
ער בינדט אפ א שיפל און פארט צו צום פארט
און ער לויפט אויפן ברעג ווי אָן זינען

ער לויפט אין די גאסען אריין און ארויס
דער ניגון ווערט שטארקער און קלערער
און וואס מער ער הערט איהם זיין הארץ גייט איהם אויס
די בענקשאפט ווערט שטארקער און שווערער

עס ציהט איהם דער ארויס פון דער שטאט
ביי פינסטערע הויכע פאבריקן
און אין א קליינינקער געסל עס האט
זיך אויפגעהערט הערן דער ניגון

און פלוצלינג דערזעהט ער גיין ביי א וואנט
אן אלטיטשקע פרוי איינגעבויגן
א קליינינקע פעקעלע אונטערן האנט
א טיכל אריבער די אויגן

מוטערל, זאגט ער, א ניגון איך הער
און איך קען מיך קיין ארט ניט געפינען
עס ציהט מיר די הארץ און עס בענקט זיך אהער
איך פיהל אז עס רירט מיך פון זינען

זאגט איהם די אלטע דיין פנים זאגט אויס
אז דו ביזט א איד און דעריבער
איז ביי דיר היינט דאס די בענקעניש גרויס
ווייל היינט איז די נאכט פון יום כיפור

די נאכט פון יום כיפור - גיט ער א געשריי
איך זעה מיינע קינדערשע יארן
און דאס איז דער ניגון דאך פון כל נדרי!
עס לעבט ביי מיר אלץ אין זכרון

[די קומענדיגע שטיקל איז נישט אויפן טעיפ, עס שטייט נאר אויפן צעטל]
(מיין טאטע פלעגט זאגן אין שוהל אזוי פיין
איך בין זיין משורר געוועזן
זי גיט איהם איר מחזור ער קוקט זיך דארט איין
ער האט נאך קיין זאך נישט פארגעסן)


א דאנק זאגט די אלטע ווער עס האט דיך געשיקט
פונקט אין דעם צייט העלפט ער תמיד
מען האט ביי אונז אלע בעל תפילות פארשיקט
נישטא ווער זאל צוגיין צום עמוד

ער קומט אין א הייפל פארשטעקט אין פיר ווענט
נאס דורכגעווייקטע פון טרערן
עס שטייען פיל מענטשן ער קוקט און דערקענט
פיל הויכע ארמיי אפיצערן

ביים קליינינקן שולכען עס ברענען פיל ליכט
א טלית ט'מען איהם צוגעטראגן
ער דרוקט צו צום סידור זיין בלאסן געזיכט
און הייבט אן פאמעלאך זאגן

בישיבה של מעלה ובישיבה של מטה
אנו מתירים להתפלל עם העבריינים
און פון זיינע אויגן א טרער נאך א טרער
עס פאלן אריבער זיין פנים

אינדרויסן צושפרייט ליגט א פינסטערע נאכט
א רעגנדל הייבט אן צו פאלן
אומזיסט שטייט די שיף דארט אין ים און זי וואכט
אומזיסט שיקט זי אירע סיגנאלן

דער שיין פון פראָזשעקטערס עס זוכט אויפן ברעג
עס זוכט אויך צווישן די שטערן
דער שיפס קאפיטאן איז פיל העכער אוועק
און וועט זיך קיינמאל נישט אומקערן

ער שטייט ביי דעם עמוד געבויגן די קאפ
און קען נישט איינהאלטן די טרערן
ביין זייט שטייט דער טאטע פון הימל אראפ
געקומען כל נדרי צו הערן

נאר ווער קען דען זינגן אז די הארץ איז פוהל
און שיעור וואס עס פלאצט נישט דער מח
ער גיט זיך א דריי אויס פון עמוד צום שוהל
און הייבט אן צו שרייען מיט כח

מענטשן! צו ווייסט איר וואס איז געשעהן דא
שרעקליכע הייליגע זאכן
צו נעמען א מענטשן אין איין האלבע שעה
און אזוי גליקלאך צו מאכן

אידן! איך האב היינט געפינען מיין גליק
מען האט מיך פון זומפ אויפגעהויבן
א ניגון געזוכט און געפונען צוריק
מיין אלטן פארלוירענעם גלויבן

א ניגון געזוכט און געפונען צוריק
מיין אלטן פארלוירענעם גלויבן
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

און אמאל קומט מען פון אויבן און מען פירט איינעם אוועק מיט געוואלד
ווי ס'איז געשעהן די געשיכטע מיטן פארטיזאן טשופטשיק

---

ניגון 6

טשופטשיק
(איינער וואס האט פיל האר אויפן קאפ פון פארנט)

טשופטשיק טשופטשיק, טשופטשיק קוטשוראַווי (געקרויזלטע האר)
ער האט א טשופ פון שווארצע שיינע האר
געבוירן אין רוסלאנד אין דער שטאט פּאָלטאַווע
א יתום געבליבן צו אנדערהאלבן יאר

מיט די יתומים האט ער זיך ערצויגן
זיין טאטע מאמע קיינמאל ניט געקענט
נישט געוואוסט פון וואנען האט ער זיינע שיינע אויגן
פון וואנען האט ער די איידעלע צוויי הענט

צו דרייצן יאָר האט ער גענומען שטייגן
אין פאבריק זיך ארבייטן געשטעלט
זיך אויסגעלערנט הונגערן און שווייגן
זיך אויסגעלערנט צו פיינט האבן די וועלט

ווען עס האט זיך די מלחמה אנגעפאנגען
איז ער געווארן אן אפיציר א העלד
איינמאל איז ער אין א שטורעם זיך געגאנגען
געבליבן ליגן א פארוואונדעטער אין פעלד

געפאנגען האבן איהם די דייטשן די באנדיטן
און פאר א אידן האט מען איהם דערקענט
און אפגעשיקט אין לאגער צו די אידן
און מיט אידן דארט האט ער זיך באקענט

איינער א איד האט איהם דערציילט דעם וואונדער
אז אידן האבן דאך א גרויסן שם
מען שלאגט און מען שלאגט און זיי גייען גארניט אונטער
און זיי ווערן נאר שטארקערער פון דעם

א צווייטער איד האט איהם דערציילט מיט מורא
אז אידן האבן אויך א שיינע לאנד
און א אלטער רב איהם דערציילט פונעם גרויסן בורא
וואס יעדנס לעבן עס ליגט ביי איהם אין האנט

ווען טשופטשיק האט זיך פון דעם געטאן דערוויסן
האט ער די אידן שנעל ארגאניזירט
און ביינאכט די פּלויטן דורכגעריסן
און אין וואלד האט ער זיי אוועקגעפירט

פּאַרטיזאַנער זענען זיי געווארן
און פון שונא געמאכט א גרויסן תל
אויפגעריסן ווי א טריין וואס האט געפארן
און אויפגעריסן ווי נאר א טונעל

נאך דער מלחמה האבן דיפּלאָמאַטן
איהם פארבעטן קיין רוסלאנד צוריק
טשופטשיק האט זיי געוויזן זיין גרויסן טלית קטן
און געזאגט זיי איך בין מוחל אייער גליק

טשופטשיק וואוינט היינט אין ירושלים
און מען רופט איהם אברהם דער פארטיזאן
ער וואקסט אין תורה און יראת שמים
און א משפחה איז אויך ביי איהם פארהאן

אין ארץ ישראל פרעמדע ווינטן בלאזן
סאלדאטן טאנקען וואו מען שטייט אין גייט
נישט א איד טאר זיך אויף דעם פארלאזן
מען פרייט זיך נעבעך מיט דעם פאלשן פרייד.

טשופטשיק זאגט, ער וויל פון דעם נישט קאנען
נישט צוליב דעם בין איך געקומען דא אהער
נישט כדאי געווען די זעקס מיליאנען,
פאר א היטל פון אן אפיצער

איך בין געווען אן אפיצער א גוטע
איך האב געקעמפט אויף די לופט און אויף די ערד
פאר די עראפלאנען גיב איך נישט קיין פרוטה
און די טאנקען זיינען גארנישט ווערד

מיליאנען פיינט שטייען גרייט און דערהויבן
זיי קאנען האבן אפיצערן מיט געווער
העלפן קאן נאר איין גענעראל פון אויבן
דער קליינער תהלים איז דער איינציגער געווער

מיט געדולד ווארט איך אויף דער ישועה
די גאולה איז פארזייט שוין אויף דער וועלט
נאר איידער עס וואקסט ארויס די גוטע תבואה
ווילדע גראזן וואקסן אויפן פעלד

שטעכעדיגע דערנער וואקסן דארט כסדר
און פון גארטן מאכן זיי א תל
דער בעל הבית קומט מאכן באלד א סדר
און די תבואה וועט וואקסן פיין און שנעל

ציון ציון דו וועסט זיין צופרידן
מען וועט פון דיר באלד אראפנעמען די שאנד
און אלע וועלן זען ווי שיין עס זיינען אידן
און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד

און אלע וועלן זען ווי שיין עס זיינען אידן
און צו וועמען עס באלאנגט די שיינע לאנד
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

ניגון 7

משיח קומט

אין א טאג א הייסן, אויף א מארק א גרויסן
ערגעץ אין א ווינקל פון יריד
וועט א טומל ווערן, קולות וועט מען הערן
און פון וואנען וויסן וועט מען ניט

און ארום די הייזער, אן אייזעלע א ווייסער
וועט זיך נעמען שפּאַנען שפּאַן נאך שפּאַן
און אויף וועט רייטן, א אורח גאר פון ווייטן
געקליידעט פשוט ווי אן ארימאן

און אין זיינע הענט וועט ער האלטן
א גרויסן שופר גאר אן אלטן
נאך פון בראשית אן באהאלטן, אויף דער גוטע צייט
האלבע נאכט וועט נעמען טאגן
און דער שופר ט'נעמען זאגן
און זיין שטימע וועט זיך טראגן, אויף די ימ'ען ווייט

מענטשן וועלן זיך אויפכאפן
און די זייגערס נעמען טאפן
אפשר טוען זיי נישט קלאפן, אדער שטייען קרום
מען וועט רופן אינפארמעישאן
די פאליס און ראדיא סטעישאן
די פייער לעשער עמיגרעישאן, ס'ביזי אומעטום

און דער ראדיא וועט ערקלערן
אז דער קול וואס מען טוט הערן
עס דערנענטערט זיך א שטערן, ס'קומט אן א פלאנעט
און די רוסן וועלן בּלאָפן
אז דער קול וואס לאזט נישט שלאפן
ווייל עס איז אדורכגעלאפן, א רוסישער ראקעט

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו


און דער קול וועט ריידן, צו יעדערן פארשיידן
לשון קודש אלע וועלן פארשטיין
יעדער איד וועט הערן, מיט אויגן פוהל מיט טרערן
און וועט תשובה טאהן מיט גרויס געוויין

אליהו הנביא וועט אנזאגן, מיט זיך גארנישט טראגן
יעדער איד זאל גיין צו זיך אין שוהל
אידן וועלן טאנצן, אפלאזן אין גאנצן
און די שוהלן וועלן ווערן פוהל

און די שולן נישט צום גלויבן
וועלן פלוצלינג זיך אויפהויבן
נעמען פליען ווי די טויבן, אויפן הויכן בריק
קליינע קינדערלאך פון אויבן
וועלן ווייזן דורך די שויבן
זעהט נאר זעהט, דער וואלקנקראצער קלענער ווי א פליג

און דער אלטער שמש סענדער
וועט א קלאפ טאהן אין דעם סטענדער
עס נעמט טאגן אלע דארפן דאווענען גרויס און קליין
אלע וועלן שטיין אין תפילה
קינדער ברעקעלאך אפילו
און די שטערן וועלן הערן און ענטפערן אמן

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו


און די אינזשינערן, וועלן שטיין און קלערן
הייזער פליען אן ענערגיע קראפט
עס איז דארט מסתמא, באהאלטן א דינאמא
א נייער אויפטו פון דער וויסנשאפט

און אונזערע שכנים, וועלן שטיין אינאיינעם
קוקן אויפן הימל פוהל מיט שרעק
די פנימ'ער פארשעמטע, די הערצעלעך פארקלעמטע
וואס דער איד עס פליהט פון זיי אוועק

פּאָלאַקן וועלן זיי באגלייטן
און צווישן זיך ט'מען ריידן
ווידזיש אַנטעק נאַש אַבראַשאַ באָהאַטערעם סטאַל
...............(זעה אנטעק, אונזער אברהם איז געווארן א העלד)
און די רוסן וועלן שטייען
און מען וועט די וואנצען דרייען
העי איוואַן סמאַטרי נאַש יאַנקעל צעלי הענעראַל
...............(זעה איוואן, אונזער יאנקל איז א גאנצער גענעראל)

די דייטשן וועלן זיך באהאלטן
ווי די ראצן אין די שפאלטן
שרייען הייל דער יודע גייט רעגירן אויף דער וועלט
די אמעריקאנער גוטע ברודער
וואס לאזן די נאציס וואקסן ווידער
וועלן זיך פיהלן זייער ביטער מיט זייערע געלט

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו


און ס'וועט פינסטער ווערן, וועט מען זעהן די שטערן
קלייבן זיך צוזאמען פון גאר ווייט
צווישן זיי פון ווייטן, וועט משיח רייטן
מלאכים פייערדיגע ביי דער זייט

און פון ביידע זייטן, צדיקים וועלן רייטן
דרייסיג טויזנט פון גן עדן ארויס
און פון אונטן פחדים, די עשרת השבטים
יעדער איינער צוואנציג פלאָר די גרויס

מען וועט רופן יונייטעד נעישען
זיינען אלע אויף וואקעישען
דער פרעזידענט איז אין פלאָרידע ער פליהט שוין צוריק
דעווייל הייסט מען זיך זיך רואיג האלטן
ווער ס'האט שעלטערס זיך באהאלטן
ווייל די אסטראנאמער האלטן, אז ס'איז רוסישע טעכניק

און די רוסן וועלן קלערן
ס'איז אן אינוואזיע פון א שטערן
און מען וועט דארט נישט אויפהערן, שיסן פון אטאם
משיח וועט אויף זיי דאן בלאזן
פעך און שוועבל אראפלאזן
און פון זיי ט'מען איבערלאזן, אזויפיל ווי פון סדום

און די טויטע קדושים וועלן
פון די קברים זיך אויפשטעלן
אויפקלייבן די רוצחים אלע אפילו פון דער ערד
די אויוונס וועלן ווידער ברענען
און מען וועט זיי באלד דערקענען
און מען וועט נקמה נעמען יעדן לויט זיין ווערט

ווער עס וועט זיך אונטערגעבן
דער וועט קאנען בלייבן לעבן
אויב ער האט קיינמאל נישט געהאט קיין שטרעבן, שלעכטס צו טאהן א איד
און זיי וועלן זיין צופרידן
אייביג קנעכט זיין ביי אידן
און די זיבן מצוות היטן, ווי ס'דארף זיין אפגעהיט

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו


אוועק די שלעכטע צייטן, אלעס טוט זיך בייטן
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו רייטן
אוועק די שלעכטע יארן, אלץ איז ניי געווארן
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו פארן
אויף יעדן בארג און יעדן טאל, וועט מען פלוצלינג מיטאמאל
איינהערן דעם קול, דעם שופר'ס גרויסן קול
ס'וועט זיין פריילעך, מיר וועלן האבן אן אייגענעם מלך
אז משיח קומען וועט צוגיין

און די אידן פליען, וועלן צום בארג פון ציון
ירושלים קומט פון הימל ניי ביז גאר
גאסן פון דיימאנטן, הייזער פון בריליאנטן
יעדער איינע זיבן טויזנט פליאר

און פון הר הזיתים, וועלן גיין די מתים
אנגעטוהן די אלטע שבת קלייד
דער אייניקל וועט ריידן, מיטן עלטער זיידן
און די מאמע וויינען וועט פון פרייד

און מען וועט דאן רואיג לעבן
מען וועט האבן נאר איין שטרעבן
דער באשעפער זאל נאר געבן, שכל אן א שיעור
ווייל מען וועט נאר לערנען תורה
און די סודות פון דעם בורא
און ביינאכט וועט מען זיך פליען יעדער צו זיין טיר

און אויף אלע בוימער דארטן
וואקסן שפייזן אלע סארטן
טייכן האניג פוהל דער גארטן, וויין וויפיהל מען וויל
דער לייב וועט זיך פאר קינדער בוקן
און זיי נעמען אויפן רוקן
און זיי פירן צו באקוקן, ווי ס'לעבט דער קראקאדיל

און ווי הינדעלאך אצינדער
וועט עס גארנישט זיין קיין וואונדער
יעדער מאמע ט'האבן קינדער, יעדן טאג פון יאר
א קליינעם אינגל וועט איר פרעגן
וויפיל יאהר איז דיין פארמעגן
וועט ער זאגן כ'בין נאך יונג אינגאנצן הונדערט יאהר!

ירושלים וועט זיך אויפהויבן
אויף דער גאנצער וועלט פון אויבן
און איבער אלץ, דוד'ס פאלאץ, און דער הייליגער געצעלט
פון אלע זייטן ט'מען מארשירן
טויזנטער מתנות פירן
העכער העכער צו די טירן, צום פירער פון דער וועלט

אך ווי שיין, וועט דעמאלס זיין, עס וועט אוועק די מורא
הזורעים בדמעה ברנה יקצורו


אוועק די שלעכטע צייטן, אלעס טוט זיך בייטן
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו רייטן
אוועק די שלעכטע יארן, אלץ איז ניי געווארן
משיח אויפן קליינעם אייזעלע קומט שוין באלד צו פארן
לאמיר אידעלעך זיין גרייט, אויפנעמען די גרויסע פרייד
תשובה טאהן געשווינד, און מער נישט טאהן קיין זינד
דער פנים זאל נישט זיין פארשעמט, און די הערצעלע פארקלעמט
לאמיר ווערן שיין, לאמיר ווערן ריין

אוי האבן מיר א גרויסן בורא, א שיינע פאלק און א זיסע תורה
משיח מעג שוין קומען באלד צו גיין
לעצט פארראכטן דורך בןהרחמן אום זונטאג סעפטעמבער 07, 2008 3:53 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

תם ונשלם העתקת הטעיפ 'תשובה' של ר' יום טוב עהרליך ז"ל
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זייער שיין, און זייער א גוטע ארבעט אראפגעלייגט. יישר כח.
An article a day keeps the babies away
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

WOW, א ריזיגן יישר כח. לאמיר עס ארויספרינטן און איבערהערן די טעיפס.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

בן הרחמן אזא גיטע ארבעט צו מאכן, הלוואי וואלט איך געהאט אזויפיל געטריישאפט ווי דיר (צייט אויך), גראדע מיין איך אז עס איז שוין דא געדריקט די אלע תוכדיגע ניגונים פון ר' יו"ט ערליך ז"ל, איך מיין אז מען קען עס באקומען אין די געשעפטן, אבער איך שיהי' א גרויסן יישר כח פאר דיין געוואלדיגע ארבעט
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יישר כחכם.
אוועטאר
אלחנן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 5:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלחנן »

חיים האט געשריבן:בן הרחמן אזא גיטע ארבעט צו מאכן, הלוואי וואלט איך געהאט אזויפיל געטריישאפט ווי דיר (צייט אויך), גראדע מיין איך אז עס איז שוין דא געדריקט די אלע תוכדיגע ניגונים פון ר' יו"ט ערליך ז"ל, איך מיין אז מען קען עס באקומען אין די געשעפטן, אבער איך שיהי' א גרויסן יישר כח פאר דיין געוואלדיגע ארבעט


חיים
קוק אויפ'ן בילד פון 'בן הרחמן' נגינה איז זיין פאך!
יא, מיר זענען שוין אויפ'ן וועג צו אייך..
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

א הערצליכן דאנק בן הרחמן, עס האט מיר גענומען א וויילע, אבער איך האב מיר אונטערגעברימט די אלע ניגונים אויפן טאקט מיט דיינע העתקות (דער טעיפ פלעגט שפילן ביי מיר אסאך אין שנה ראשונה, אויף בארג פון די שוויגער-עלטערן, קען איך די ווערטער און תנועות גאנץ פיין).
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אך ווי שיין
וואס איך ליין
אין הארץ עס ווארפט א מורא
פאר דיין מי
א ישר כח אבער נאך וואו
און אסאך ברכות פונעם גרויסן בורא.

איך האב באמת הנאה געהאט
אפשר דאך וועט די קאסעט נאך מאכן אמאל פון מיר א לייט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

יש"כ בן הרחמן
ער ברענגט ארויס אין מיר גרויס נאסטלאגיע, פון מיינע קינדער יארן, כ'אבעס שוין לאנג נישט געהערט, אבער קיקענדיג אויף די ווערטער זינגצעכעס פון זיך, און עס איז געניג אויף התעורוות לתשובה
דיין ארבעט איז עפרישיעיטעד
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

לעומתם ברוך יאמרו, א דאנק פארן באדאנקען.

גראדע די יעצטיגע טעיפ איז מיר געווען אסאך גרינגער ווי דאס לעצטע מאל פאר פורים ווען איך מעתיק געווען דעם שושנת יעקב טעיפ, און די סיבה איז ווי שוין אויבן געשריבן אז צוויי ניגונים זענען שוין געווען אפגעטייפט דא ביי אונז אויפן פארום דורך טהור עינים, און די איבריגע האב איך געהאט א העתקה פון אלטע צעטלעך, ממילא האט נאר גענומען דאס צייט פונעם טייפן און אביסל איבערהערן צו אלעס שטימט און פאררעכטן די גרייזן, משא"כ די שושנת יעקב טעיפ האב איך נישט קיין אלטע צעטלעך, ממילא האב איך געדארפט אלעס מאכן פון סקרעטש, וועגן דעם האט טאקע גענומען אזוי לאנג ביז איך האב נאכאמאהל גענומען צו א פרישע טעיפ, צו מזל האב איך פון די דאזיגע טעיפ יא געהאט צעטלעך ממילא איז עס געגאנגען געשמירט, און כמעט אין 24 שעה (איך נישט געארבעט דערויף די גאנצע 24 שעה :lol: )פון נאך וואס עס איז מיר איינגעפאלן ארויפצולייגן תשובה טעיפ האב איך שוין געהאט די גאנצע אויפן פייל,

דאס וואס מען האט געשריבן אז עס איז שוין דא צובאקומען די העתקות, האמיר שוין ארומגעשמועסט דערפון אינעם אנדערן אשכול פון די ר' יו"ט עהרליך ניגונים אז דאס איז זייער טייער און עס האט ניטאמאל אלע טעיפס ממילא האלט איך עס נאכנישט ביים קויפן, אבער די טעיפס האב איך און איך האב געוואלט מיינע קינדער זאלן עס הערן, ממילא האט דאס מיך געשטופט צו אפטייפן און ארויספרינטן פאר מיינע קינדער, און פארשטייט זיך ארויפלייגן פאר אונזערע מיטגלידער, און ווער עס האט אויך די טעיפס און וויל זיינע קינדער זאלן עס הערן קען עס ארויספרינטן פאר זיי.

אגב, ווער עס האט א פארשלאג וואס עס זיין די קומענדיגע טעיפ קען מיר זאגן, איך האב געטראכט אפשר חבלי משיח אדער אמונה.

איך לייג דא אויך א לינק צו מיינע העתקות פונעם שושנת יעקב טעיפ.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב בן הרחמן, די קאסעט אמונה קאן איך ישר והפוך, מיינע קליינע זענען שוין געוואוינט צו הערן ווי איך זינג גאנצעטע שטיקער דערפון אויסענווייניג.

הויב אן,
זאג נאר יענקעלע וואס טומעלט דאס אינדרויסן, עס געיט א רעגן, און איצט, עס דונערט וכו'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

farshlufen האט געשריבן:זאג נאר יענקעלע וואס טומעלט דאס אינדרויסן, עס געיט א רעגן, און איצט, עס דונערט וכו'.


ווען נישט איך קען ווען אויך דעם טעיפ אויסעווענדיג וואלט איך געמיינט אז די רעדסט צי מיר (נאך א מזל..)
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

farshlufen האט געשריבן:הרב בן הרחמן, די קאסעט אמונה קאן איך ישר והפוך, מיינע קליינע זענען שוין געוואוינט צו הערן ווי איך זינג גאנצעטע שטיקער דערפון אויסענווייניג.


וואס מיינסטו דערמיט, אז איך זאל דאס נישט יעצט מאכן ווייל דאס קענסטו שוין אויסנווייניג, אדער ווייל דו קענסט עס ווילסטו עס יא האבן אפגעקלאפט?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רבי, וואס פאלט דיך ביי אז קלער אזוי, אדרבה איך וועל אפריציעטירן דיין ארבעט.

הייב אן,
קום מיין פריינד אין גארטן
לאמיר ארויס אויפן פעלד
און באטראכטן דארטן
די גרויסקייט פון באשעפער פון דער וועלט
קריכט די מורישקע וכו'
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 988
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

צי זיך אין שטעטל
און טראגט אויף זיך א שווערן בלעטעל
די זומער גייט אוועק
עס קומען שווערע טעג
מען דארף זיין ווארעם צו-געדעקט.
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8679
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

קען אפשר איינער ארויפלייגן די ניגון פון "טשופטשיק"?
מיט דאנק
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3342
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 04, 2009 11:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תרנגול »

יידישע קהילות האט געשריבן:קען אפשר איינער ארויפלייגן די ניגון פון "טשופטשיק"?
מיט דאנק

סקראול ארויף אביסל
הנותן לשכוי בינה...
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”