אחר הדברים האלה, וויל איך שרייבן כמה הערות.
בנוגע די פאראינטערעסירונג פון כ"ק אדמו"ר הרה"צ מראחמסטריווקא שליט"א אין מנהגי חותנו איז נישטא דערין קיין ספק. עכ"כ אז דאס איז געווען פארשריבן אויף אן אופן מוכן לדפוס, ווי דערמאנט אז ס'ליגן די כתבים ביי א' מאנ"ש אין ירושלים עיה"ק (וועמענס נאמען ווייזט אויס דארף געהאלטן ווערן אין געהיימניס).
וועגן די אמירת מזמור הבו וגו' חזן וקהל, פארשטיי איך נישט מה כל הרעש. ס'איז משמע כאילו עס איז עפעס אן אויסטערלישער אנדעקונג. די סיפור איז באקאנט פאר יודעי דבר. איך האב עס געהערט פון איינע פון די זקני החסידים לאוי"ט ר' יודא משה ראם. לויט ווי ער האט עס געדענקט איז דאס טאקע געווען אום תשכ"ז ביי די ברית פון בנו בכורו הרה"צ שליט"א. ער דערציילט אז בעת דער עולם האט געווארט אויפן חזן צו זאגן דעם מזמור חזן וקהל איז דער משמש רבי ישעי' ע"ה צוגעגאנגען צום בעל תפלה און איהם אויפמערקזאם געמאכט אבער ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, נאכן דאווענען האט ער איהם געפרעגט פשט האט ער געזאגט אז ס'איז נישט קיין סקווירער מנהג. איז ער אריין צום רבי'ן ז"ל און טאקע קאנפערמירט אז ס'איז נישט.
יוסף משה האט געשריבן:אין סקווער איז בכלל נישט דא קיין ענין זיך צו האלטן דוקא מיט סקווירא מנהגים, נאר אויב משום איזה סיבה האט מען שוין געטון א געוויסע מנהג, איז עס שוין געבליבן א קביעות. ועד"ז הם רבים ממנהגי סקווירא הנהוגים כיום, ואכמ"ל.
ס'איז נאר אינטערעסאנט פארוואס דער פלעטבושער רבי האט זיך אזוי פאר'עקש'נט דוקא יא אנצי-לערנען א לעקציע אין סקווירא מנהגים, וצע"ג.
בנוגע דער בעל תפלה בחצר סקווירא ב"פאין א שמועס וואס איז געווען געדרוקט אינעם גליון בחצה"ק (שיכון סקווירא) מיט עטליכע יאהר צוריק האט דער סקווירער רבי פון בארא פארק שליט"א גערעדט וועגן פארשידענע בעלי תפילות וואס האבן געדאוונט ביי זיי אין הויף. וואלט געווען כדאי אז עמיצער זאל עס ביטע אפיר ברענגען.
אויך וועגן פאַטי, וואלט איך געוואלט וויסן מער פרטים, דהיינו לויט ווי איך געדענק האט ער געהייסן בארנשטיין. צו ווייסט מען אויב פאטיל איז געווען א כינוי צו נישט ד.ה. אז ער האט אפיציעלע געהאט אן אנדער נאמען. אין ספר
הרי בשמים איז אויסגערעכנט צווישן די פרענומעראנטן פונעם שטאט חמעלניק א איד מיטן נאמען "פייטיל בערשטיין", איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן אויב דאס איז ער. און צו מ'ווייסט וועלכעס יאהר ער איז נפטר געווארן.