בערי וועבער - 'בעזרת השם יתברך'

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

בערי וועבער - 'בעזרת השם יתברך'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

שמואל בער וועבער,

נאך די לעצטע צוויי קומזיצן האבן שוין אסאך מענטשן געהערט פון אים, אפילו די וואס האבן נישט געהערט פון אים ביז יעצט. די ווידיעאו קליפס זענען ארומגעפארן אויף די אינטערנעט, ספעציעל די קליפ ווי ער זינגט זיין נייע ניגון ביי די ערשטע קומזיץ.

שמואל בער וועבער איז נישט קיין נייע זינגער, ער האט שוין געזינגען אלץ קינד אויף עטליכע טעיפס אריינרעכנדיג ניגוני בית אבא פון מבד, אני הולך בשמחה פון מענדי ווערדיגער, קינדער קלעסיקס #1, מלך עליון פון משה גאלדמאן, און נאך.

אין די שפעטערע יארן האט ער געזינגען אויף די ספירה טעיפ פון יהונתן שווארץ, א פרייליכן חנוכה פון נפתלי יוסף מענדלאוויטש, בתמימות פון נפתלי יוסף מענדלאוויטש, און נאך.

ער זינגט שוין פאר "שירה" בערך א יאר און א האלב, אבער ער זינגט שוין אליין אויף חתונות איבער א יאר, און אין אזא קורצע צייט איז ער געווארן זייער אויפגעכאפט ביי די חסיד'ישע קרייז.

מען הערט אים אסאך ביי חתונות וכדו', אזוי אויך האט ער געזינגען ביי ביידע קומזיצן, ווי ער האט ממש עלעקטרעזירט די עולם מיט זיין הערליכע שטימע, ביי די צווייטע קומזיץ האט ער מיטגעברענגט א Guitar, און האט ארויסגעברענגט אלע זיינע טאלאנטען אויף איין מאל, ער האט צוגעענדיגט זיין חלק מיט די ניגון ישראל בטח בה' איבערלאזענדיגט א געשמאקן טעם אין די מויל פון די אנוועזענדע.

נייע אלבום

שמואל בער ארבעט יעצט אויף א נייע אלבום וואס וועט אי"ה ערשיינען אינמיטן די קומענדיגע ווינטער.

די ניגונים זענען געווארן קאמפאוזט דורך: דוד קויפמאן, אייזיק אלטמאן, מאטי אילאוויטש, יוסי גרין, און אודאי ליפא שמעלצער.

די טעיפ ווערט פראדוסט דורך נפתלי משה שניטצלער, וואס האט אויך פראדוסט 'בקהל קדושים', און אזוי אויך די נייע טעיפ פון מנחם דוד מאשקאוויטש.

דא קענט איר זעהן וועלכע טעיפס שניטצלער האט ארויסגעגעבן

מוזיק ווערט אראנזשירט דורך נפתלי יוסף מענדלאוויטש, מונה, רולי אזרחי.

די וואקעלס ווערט רעקארדירט ביי רולי אזרחי.



עס וועט זיין א הערליכע באנוס טרעק אויף די אלבום וואס וועט אויך זיין א מוזיק ווידיאו.

מער פרטים וועלן נאכפאלגן.
לעצט פארראכטן דורך יא יא אום מאנטאג יוני 22, 2009 4:32 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

דער מוצאי שבת האט שמואל בער געזינגען אין די ראלי האטעל צוזאמען מיט מיכאל, און יואלי לעבאוויטש.

די אלע וואס זענען דארט געוועהן זענען איבערגענומען געווארן פון זיין יונגע טאלאנטען, עס איז געוועהן א פערפארמענס צו געדענקען.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

יואלי לעבאוויטש האט אויך געזינגען?
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

גראדע האט ער אויך געזינגען.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

דער וואך מאנטאג און דינסטאג איז פארגעקומען א ירחי כלה און ליפקאוויץ באגעלאו קאלאני. עס זענען געוועהן עטליכע רעדנערס, און די פראגראם האט זיך געענדיגט מיט א הערליכע קומזיץ אנגעפירט דורך...
יא, שמואל בער וועבער. שמואל בער ווערט אסאך גערופן צו פערפארמען און זינגען אין אסאך פלעצער. ווי שוין פריער געשריבן האט ער געזינגען (מיט זיין גיטאר) פארגאנגענע מוצ"ש אין די ראלי האטעל.
אזוי אויך האט ער דער וואך געזינגען אין אוהל, פאר די קינדער.
די קומזיץ האט זיך אנגעהויבן צען אזייגער און זיך געענדיגט נאך צוויי אזייגער ביינאכט. עס זענען מיט געוועהן מיט אים יואלי ווייס [W] אויף די באנגא, און אלי לעווין אויף די גיטאר. לויט די באריכטן וואס איך האב באקומען איז עס געוועהן א קומזיץ צו געדענקען. איינער פון די אנוועזענדע האט זיך אויסגעדרוקט צו מיר "דער וועבער איז א געלונגענע זאך, ער גייט ווערן גרויס איין טאג, איך גלייב נישט אז עס וועט נעמען צו לאנג".

בילדער און ווידיאוס וועלען נאכפאלגן.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יישר כח "יא יא" פאר די הערליכער באריכטן. מ'זעהט אז דו ליגסט אינעם עולם הנגינה און דו פארשטייסט גוט דערצו. ס'איז אונז א כבוד דיך צו האבן ביי אונז.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

יישר כח "יא יא" פאר דיינע באשרייבונגען פון די אלע זינגער'ס.

איך האב הנאה געוואויר צו ווערן דא די אלע נייעס'ער וואס עס טוען זיך אלץ אפ אין די עולם הנגינה.

אנדערש ווי דער שלמי טויסיג און ישראלי ווערדיגער - וועם די באשרייבסט עקסטערע - וואס איך קען זיי נישט און קיינמאל נישט געהערט איז דער וועבער א זינגער וועם איך האב לעצטענס זייער אסאך געהערט און איך בין איבערצייגט אז ער וועט איבערשטייגן אסאך אנדערע. ער האט אסאך טאלאנטן חוץ דאס זינגען אויך.

יישר כח וכה לחי!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

צייטליך האט געשריבן:אנדרעש ווי דער שלמי טויסיג און ישראלי ווערדיגער - וועם די באשרייבסט עקסטערע - וואס איך קען זיי נישט און קיינמאל נישט געהערט

הרב צייטליך אויב האסטו טאקע נאכנישט געהערט אדער געזעהן שלומי טויסיג, כאפ א בליק אין די שלומי טויסיג אשכול, איך האב יעצט ארויפגעלייגט א שיינע קליפ ווי ער זינגט.
איך האף אין די נעקסטע פאר טעג צו באקומען א קליפ פון ישראל ווערדיגער אויך.
איך האב גערעדט מיט איינע פון שמואל בער'ס פען'ס, ער גייט מיר געבן קליפס נעקסטע וואך.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
jojo

Singing For Ohel

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך jojo »

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

ער האט צו א קורצע אטעם
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

ער טאנצט גראדע פיין.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
nuta

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nuta »

Here is more info on Weber's upcoming album

http://thejewishinsights.com/wp/?p=234
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

נעכטן בין איך געווען ביי א חתונה ווי שמואל בער וועבער האט געזינגען. ס'איז א נחת צו הערן זיין קול.

נאדער א בילד פון די נעכטיגע חתונה.
אטעטשמענטס
Waber.JPG
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

דער שבת איז געוועהן א שבת התוועדות פאר כולל דמאנרא, פאר מלוה מלכה האבן זיי געבעטן ליפא און שמואל בער צו קומען זינגען.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

שפרייזענדיג אויף לי עוועניו פאר יו"ט האב איך באמערקט ווי שמואל בער וועבער קויפט איין א לולב ביי איינע פון די פילצאליגע ד' מינים סוחרים. (וואס אגב האבן זיי געהאט גאר גוטע סחורה)

אזוי ווי איך האב כסדר אינזין די חברי הקרעטשמע האב איך ספאנטאן געכאפט מיין פאון און גענומען א בילד פונעם געשעהניש כדי דאס ארויפצולייגן דא.

אויפן בילד: שמואל בער באקוקט דעם מיטעלסטן בלעטעל פונעם לולב אויב עס איז נישט צוטיילט.
אטעטשמענטס
street sukkas weber (small).JPG
street sukkas weber (small).JPG (42.62 KiB) געזען 11162 מאל
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

איז ער א אתרוג סוחר אדער א זינגער???

ביז דערווייל האב איך נאכנישט געזעהן קיין איין נארמאלן קליפ פון אים. איך גלייב אז אויב איז ער טאקע אזוי גוט ווי מ'לייגט אים אראפ, מוז דאך זיין עפעס א גיטן קליפ פון אים. נו, רבותי פאקט'ס אויס. לאזט א צווייטן אויך הנאה האבן.
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

און ווי האלט עס טאקע מיט זיין אלבום?
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

לויט ווי עס זעהט אויס וועט די אלבום ארויסקומען בערך פורים צייט. (אבער ווי עס גייט געווענליך קען מען נישט זאגן א צייט ווען עס גייט ארויסקומען, ווייל אייביג מאכט זיך סיבות וואס מען דארף אפשטופן די צייט ווען די אלבום קומט ארויס)
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

מוצאי די ערשטע טעג יו"ט האט שמואל בער געזינגען אין ביהמ"ד בעהוץ אין מאנרא.
דאנערשטאג נאכט די צווייטע נאכט חוה"מ האט שמואל בער געזינגען אין עטרת חינקא ביי א מסיבה וואס איז אראגאנאזירט געווארן דורך מתעסקים פאר יתומים, עס האבן אויך געזינגען דארט "שירה", און מבד.
זונטאג האט ער געזינגען ביי משכן אין בארא פארק.
אויב ווייסט איינער מער פרטים, אדער אויב האסטו בילדער אדער קליפס, שרייב עס צו אין דער אשכול.
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
יא יא
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 31, 2008 11:35 am
לאקאציע: אין ניו יארק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא יא »

שמואל בער וועבער האט ארויסגעגעבן א ניגון פון זיין נייע אלבום.
די אלבום וועט אי"ה ארויסקומען ר"ח סיון. די ניגון איז קאמפאוזט געווארן דורך דוד קויפמאן און די מוזיק איז אראנזשירט געווארן דורך רולי אזרחיץ

לינק צו דאונלאודן די מוזיק, און ליינען וועגן דעם ניגון
עס איז מיר איינגעפאלן א גוטע חתימה אינמיטן די נאכט, אבער כאבעס פארגעסן.
מיין טאטע זז"ג וואלט געזאגט "אז ס'פאלט איין איז א חורבן"
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

זייער א שיינע ניגון און ער זונגט זייער בא'טעמ'ט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
טעלעפאן
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 02, 2009 11:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעלעפאן »

איך הער אז ער פלאנט ארויסצוקומען אויף ר"ח סיון.
עמיצער האט מער אינפארמאציע??
אוועטאר
סתם_אזוי
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 24, 2008 4:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם_אזוי »

ספירה?
איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

סתם, ר"ח סיון, מאכט מען שוין חתונה, אדער א טאג צוויי נאכדעם...

עניוועי, לויט ווי געוויסע קוועלער אינערהאלב די ק.נ.א. ווייסן צו זאגן, וועט דער טעיפ הערשט ארויסקומען נאך תשעה באב...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”