רצון טוב האט געשריבן:א נקודה, וואס איז גוט צו וויסן, די מהלך פון די רבנים/עסקנים בראשם הרב וואזנער והגאב"ד איז געווען, אז די גאנצע זאך זאל זיין בסוד, טאקע אז ס'זאל נישט זיין קיין הוצאת לעז.
די מהלך איז געווען מברר צו זיין דעם עוף ביי דריי פראמינענטע שוחטים און גע'פסק'נט להלכה למעשה ביי דריי פראמינענטע פוסקים, און דערנאך טוישן דעם עוף הנשחט אן קיינער זאל מיטהאלטן, נאר די ראשי וועדות השחיטה פון די שלאכט הייזער זענען דעי וואס דארפן מיטהאלטן אזא פראצעדור.
אשאד אז מען קען היינט נישט פרעגן ביי זיי וואס האבן זיי באמת געהאלטן, און אויך ווער זאגט אז וווען עס וואלט געקומען די שאלה הלכה למעשה ווי אזוי וואלטן זיי גע'פסק'נט.
רצון טוב האט געשריבן:און אזוי האט מען טאקע געטוהן, די גאנצע זאך איז געווען בסוד, הרה"ג שלמה יודא הירש יו"ר וועד השחיטה בהעדה החרדית איז געווען אריינגעטוהן מרישא דעניינא, וכן הרה"ג ר' הלל וו"ב, ועוד רבני וועד השחיטות.
דער יו"ר ועד השחיטה של העדה החרדית איז הר"ר שמעון ווייס שליט"א (נעפיו פונעם גאב"ד שליט"א), עס איז דא פינעף רבנים אין ועד השחיטה של העדה החרדית, רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א (בהגר"מ זצוק"ל), רבי שלמה יהודה הירש שליט"א, רבי אהרן בראנדסדארפער שליט"א, רבי חיים יוסף בלויא שליט"א (בהגרי"י זצוק"ל), און רבי בן ציון בייער שליט"א.
רבי שלמה יהודה הירש איז נוטה להיתר אין די בראקל עופות, אזוי ווי עס איז מפורסם געווארן זיין בריוו פון תשע"ו, און רבי שמואל בראנדסדארפער האלט שטארק לאיסור.