כל המוסיף גורע, במלוא מובן המילה

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שפאנונג
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2009 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאנונג »

שווערע מענטש האט געשריבן:פארוואס קוקט איר נישט אן טעג ווי א גראסערי? מקען קויפן קאקא קאלא מיט מים חיים, ביידע זענען בשלום אויפן זעלבן שעלף, און ווער עס פארשטייט די נחיצות קויפט מים חיים, זיי זענען שוין אין ביזנעס איבער פופציג יאר טראץ וואס קיין איין מוסד פארלאנגט נישט מזאל קויפן מים חיים.

די סיבה פארוואס איך האב אנגעכאפט פונקט OU ווייל זיי האבן בערך די זעלבע מהלך המחשבה, דהיינו OU איז געשטעלט אז יעדער איד אין יעדע עק וועלט זאל עסן כשר'ס, איי מען דארף זיך צוליב דעם פארלאזן אויף די קולא און יענער קולא, אבער די עיקר מען קען נישט זאגן אז יענער האט געגעסן טרייף, ווייל סוכ"ס איז דא אויף וואס זיך צו פארלאזן, די זעלבע איז מיט טעג, זיי האבן א מהלך און דאס איז בכוונה אזוי, זיי וועלן זיך פארלאזן אויף די קולא און יענער קולא אבי מען זאל האבן א פילטער.

איי וואס איז די פראבלעם דערמיט, זייער פשוט, מיר אלע ווייסן זייער זייער גוט וואס די פראבלעם מיט אינטערנעט איז, ניין שאפינג איז בכלל נישט די פראבלעם, די פראבלעם איז טאקע מיט סאושל מידיע, אדער מיט בלאג'ס וואס טויגן נישט, אדער מיט די לעכער וואס ווערן נישט פארמאכט [יא די ליוועדזשענט פילטער האט אסאאאך לעכער וואס מען דארף מעניולי פארמאכן אין קעיס די ווייסט נישט], און די סיבה פארוואס ס'ווערט נישט פארמאכט איז וויבאלד ס'איז נישטא ביי טעג אזעלכע באנוצער'ס וואס זאלן עס ריפארטן.

ממילא יעצט גיין זאגן פאר א חסידישע איד נעם טעג, איז די זעלבע ווי זאגן נעם OU. דאס איז מיין נקודה.

שווערע מענטש האט געשריבן:שאפינג איז נישט קיין קליינע "חוץ", דאס ווערט מער און מער א אינטערגרירטע חלק פונעם מענטשליכע געברויך, און יא שאפינג טוט געווענדליך די פרוי, און אויסער דעם, די גדולי דורינו פארלאנגן א גוטע פילטער, אראפצונעמען שאפינג איז חוזק געמאכט פון די גאנצע פילטער תקנה

כ'האב קיין מושג וואס דיין פראבלעם איז, יא די גדולי דורינו פארלאנגן א גוטן פילטער וואס זאל 'פילטערן' די קאנטענט, און זיי פארלאנגן בכלל נישט אז שאפינג זאל זיין פארשפארט אויף א קאמפיוטער אין אפיס, נאר ס'איז דא רבנים וואס פארלאנגן אז קאמפיוטער'ס וואס ליגן אינדערהיים זאל די "קעטעגארי" שאפינג זיין פארמאכט, אבער דאך וועלן זיי ערלויבן מען זאל עפענען איינצעלנע סייט'ס צו שאפן, טאקע ווייל זיי פארשטייען די געברויך דערפון.

שווערע מענטש האט געשריבן:אויב איר ווילט איגנארירן די "בדידי הוה עובדא" תגובות דא אינעם אשכול, האט דער שרייבער פון די שורות פערזענדליך גערעדט מיט א חשובע מורה הוראה, וואס איז עוסק ארויסהעלפן אידן מיט פארשידענע עצות והדרכה. ער האט ליידער צופיל עפיזאדן ווי אידן האבן ארויסשפאצירט פון משומר/גדר אפיס ווען מהאט זיי געהייסן פרעגן א מורה הוראה וואס ער מעג אדער טאר נישט האבען.. און דערנאך טוען זיי איבערגעגבן פאר די חברים וואס די תוצאה איז געווען, גארנישט קיין פילטער. על אלה אנו בוכים וצועקים, טאקע דאס די סיבה מיר האבן גענומען די מיה און שרייבן די ארטיקל און מעורר זיין די ברייטע ציבור.

איר ווילט כ'זאל עס איבערזאגן? נישטא קיינער! וואס צוליב משומר/גדר האט ער נישט קיין פילטער בכלל, ער האט זיך געטראפן א תירוץ פארוואס נישט צו לייגן דעם קהילה פילטער אויפן צווייטן פאון, אבער פארוואס ער גייט נישט צו ונשמרתם'ס סייט [לאז אפ טעג] און זיכט זיך אויף א גוטן פילטער האט ער נישט קיין תירוץ, אלא מאי עבדא בהפקירא ניחא ליה, און לייגט עס אן אויף די קהילה פילטער'ס.

צו קלאר מאכן, כ'לייקן נישט אז ס'איז דא אידן וואס שפאצירן ארויס מיט אן החלטה צו קויפן א פרישן פאון, איך לייקן יא די צווייטע חלק, כ'לייקן 'די סיבה פארוואס' אויפן צווייטן פאון לייגט ער גארנישט, דאס האט גארנישט וועגן די קהילה פילטער'ס, דאס האט איין תירוץ, אז אדער האט ער ביז יעצט גארנישט געהאט! אדער האט ער בעצם בכלל קיין פילטער נישט געוואלט האבן, אבער ס'האט דאך נישט קיין פנים, האט ער ביז יעצט געהאט א שוואכן פילטער, און יעצט האט ער פשוט געטראפן א וועג צו באהאלטן כדי ער זאל קענען זיין אן קיין פילטער! אויף אזא איינער וואס איז יודע רבונו [ער ווייסט פון אן אנדערע פילטער] ומכוון למרוד בו [ער לייגט נישט עפעס ארויף דערויף], זאגט מען הלעיטהו לרשע וימות, די רבנים דארף זיך נישט זארגן פאר אים. און פארשטייט זיך די מוסדות וועט שוין טון די דזשאב ווען זיי ווערן געוואויר דערפון.

שווערע מענטש האט געשריבן:איר זענט אויך האלבוועגס מודה אז די מספר פון פרישע אינגעלייטליך מיט א פילטער איז זייער ווייניג, נאך א סיבה פארוואס מיר קומן דא מעורר זיין אז איכא דרכא אחרינא, מקען האבן א טעג פילטער לויט אייער געברויכן.

כ'בין נישט מודה צו א זאך וואס כ'האב נישט אפגעציילט, כ'ווייס אבער יא אז ס'איז פארהאן אזא מושג, אבער וואס איך וויל פארשטיין פארוואס פערמאוטן טעג? אדרבה אנפאנג פון זייער אינטערנעט וועג געוואוין זיי צו אז נישט אלעס איז אפן, און מעלד זיי איין אז די קהילה פילטער'ס האבן בעצם קיין שום שייכות נישט צו מען האט א קינד אין מוסד צו נישט, נאר דאס איז פונקט ווי ער וואלט נישט געגעסן OU נאר התאחדות, די זעלבע איז מיט די זאך, די זעלבע רבנים האבן אראפגעלייגט די גדר וואס זאל זיין אפן און וואס פארמאכט.

שווערע מענטש האט געשריבן:
שפאנונג האט געשריבן:
ווידער דער צווייטער, וועט בלייבן אן קיין פילטער ביז די מוסד וועט אים צווינגן, וואס פאסירט דערנאך, טענה'סטו אז ער גייט! נעמען א צווייטן פאון, און? בכלל נישט לייגן קיין פילטער, נו האט דאך די מוסד א געוואלט אויפגעטון, פרעגסט פארוואס, גאר פשוט, ווען נישט די מוסד דרייט ער זיך 24/6 נאר מיט נישט כשר'ע כלים, יעצט א דאנק די מוסד וועט ער פארנט פון אנדערע כאטש האבן א געפילטערטע פאון, וויבאלד ער לעבט דאך מיטן מורא אז אויב ווערט די מוסד געוואויר שיקט מען אהיים זיינע קינדער.

און אויף דיין פראגע ווי קומט א מוסד זיך נאכצופרעגן דערויף, די זעלבע רבנים וואס האבן גע'פסק'נט אז מען ברויך א פילטער, האבן גע'פסק'נט אז די מוסדות התורה האבן א "איסור גמור" צו ארייננעמען א קינד פון א שטוב וואס האט נישט קיין פילטער, איז זעלבסט פארשטענדליך אז אויב האבן זיי אן איסור, האבן זיי כאטש אזויפיל רעכט צו פארלאנגן מען זאל חתמ'נען אז מען קומט נאך די גדרים וואס די רבנים האבן אוועקגעשטעלט, און די גדרים ווערן נישט ערפילט דורך טעג.

מיר האמיר אויך געטוען אביסל ריסערטש אין די מוסדות ווי מאיז נישט אזוי מקפיד וועלעכע פילטער, די עיקר א פילטער, פרעגנדיג א צאל אינגעלייט וואס כוואלט זיך פארגעשטעטלט זיי האבן מסתמה נישט קיין פילטער, און וואונדער איבער וואונדער זיי האבן פילטערס! טאקע נישט א שטארקע, טוויטער איז אפען, אבער דאס איז קלאר אז די אינגעלייט האבן בוחר געווען רע במעיטו.

כ'כאפ נישט פונקטליך וואס די ווערטער האט מיט מיין ציטירטע, בכל אופן, כ'פארשטיי בכלל נישט וואס ווילסט ארויסברענגן, די מוסדות האבן רבנים, און די רבנים האבן געזאגט א דעת תורה וואס און ווען ס'איז ערלויבט ע"פ תורה און וואס און ווען נישט, יעצט א מוסד וואס האלט זיך פעסט מיט די דעת תורה און ס'גייט זיי נישט אן אויב וועסטו ארויסנעמען דיינע קינדער פון זיי [אשרי להם!] וועט זיך האלטן מיט זייער פרינציפן וועלכע פילטער צו ניצן, ווייל דאס האבן זייערע רבנים מחייב געווען. איי אפשר וועסטו צוליב דעם קויפן א צווייטן פאון אן קיין פילטער, קודם ווי קען מען חושד זיין א אידן? שנית, זיי האבן דאך זייערע וועגן ווי אזוי זיי קוקן דאס נאך, איז זייער חשבון אז סוכ"ס וועלן זיי דיר כאפן און דאס אפשפארן. און אפי' אויב וועלן זיי נישט געוואר ווערן, איז דאס בבחינת ואני את נפשי הצלתי, האט כאטש די מוסד געטון כדעת תורה.

ווידער די מוסדות פון וואס די רעדסט, גייען מיט די מהלך פון OU/טעג, די עיקר ער האט א פילטער, איי יתכן אז ער האט טאקע א פילטער, אבער מען קען דערויף זען כל דבר אסור? אדער נאך ארגער אז יתכן אז ער אליין קאנטראלט גאר וואס זאל זיין אפן? דאס גייט זיי שוין נישט אן... פרעג איך דיר, דאס איז עפעס א מעלה מער ווי זיין אן א פילטער?
שפאנונג
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 25, 2009 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפאנונג »

סאכדעס האט געשריבן:שווערע מענטש, כאף אז דו ביסט נישט אזוי שווער ווי דיין נאמען. פון דיין שרייבן קוקט אויס אז נישט...

נישט ממש בדידי הוה עובדא, אבער ביודעי ומכירי קאמינא, די פראבלעם וואס דו שרייבסט איז הימל שרייענד, און די פאקט איז אז ליידער א היבשע צאל - מער פון וויפיל ס'וואלט געמעגט זיין - האבן א צווייטע פאון/טעבלעט אן א פילטער. און מ'רעדט נישט פון אינגעלייט וואס וואלטן עס סיי ווי געהאט אן א פילטער, נאר ווען ער זאל נישט זיין בינדענד צו די אופן וואס מ'האט אראפגעשטעלט די תקנות, וואלטן זיי געהאט איין פאון, מיט א גוטע פילטער. און אפשר נאך א בעסיק פאון (וואס קען יא באקומען בילדער מעסעדזשעס) נישט אריינצוברענגן א סמארטפאון אין שול. וואס איז א זאך וואס מאכט סענס פאר יעדן רעכטדענקנדיגן פארשוין.

די מציאות וואס דער פה"א האט ארויסגעברענגט אז אינטערנעט איז א מציאות וואס יעדער נוצט דאס, לית דין צריך בושש, עס איז ברייט און אן אפענע באקאנטער פאקט. און עס איז נישט גערעכט וואס איינער האט דא געוואלט זאגן אז די מערכה איז נאר אויף סמארטפאונס, און נישט אויף כלליות אינטערנעט. ווייל אין פאקט ביי די רבנים (אויך די וואס באניצן זיך דערמיט) ווען זיי פארפירן אויף אינטערנעט, איז קאמפיוטער און סמארטפאון די זעלבע זאך. ווענגלייך א סמארטפאון פאר טאג טעגליכע באנוץ פארשטייט אויך א גוי אז עס איז משוגע. אבער די אידישע מערכה איז נישט בינדענד צו קיין סמארטפאון בכלל.

אלזא, כדי צו קענען מצליח זיין אז די קומענדיגע דור אינגעלייט (בין איך אויך באקאנט אין עטליכע פאקטן פון אינגעלייט וואס האבן ליידער אפענע אינטערנעט, און נישט פון שלעכטיגקייט, נאר אז די פילטער אפיס זאל נישט וויסן אז זיי האבן אינטערנעט בכלל, און כ'רעדט פון קאמפיוטערס, נישט פון פאונס.) זאלן נישט האבן קיין פראבלעם צו נעמען א פילטער ווען ער וויל האבן אינטערנעט פאר סיי וואס פאר א סיבה.

איך נעם נישט אן אז די עסקנים בעלעבאטעווען אויף די רבנים, - ווענגלייך כ'ווייס נישט פארוואס די רבנים באנעמען זיך אזוי צום פראבלעם וויאזוי זיי באנעמען זיך. - איך קען אסאך רבנים, און אויך עסקנים, עס קען אמאל זיין אזא זאך, אבער נארמאל ביי א זאך וואס געדויערט שוין אזוי לאנג, פרעגן זיך רבנים נאך ביי מער ווי די עסקנים. עס קען זיין אז די אינפארמאציע וואס קומט אן צו זיי איז בעיקר ווען עס איז שוין דא עפעס א טיפע פראבלעם פון א שלום בית אדער אן OTD, און ממילא דאס איז זייער פיקטשער אויף די זאך. בכל אופן איז עס נישט מיין עסק צו דיסקוטירן פראבלעמען פון רבנים.

מי יתן והי' אז די רבנים זאלן זיך אריינלייגן אביעקטיוו אין די נושא, און זיי זאלן זיך פאראייניגן מיט א שטארקע סיסטעם וויאזוי צו באקעמפן די פראבלעמען וואס די אינטערנעט טעכנעלאגיע ברענגט מיט זיך.

סאכדעס'ל, כ'פארשטיי באמת נישט וואס די פרעגסט, דאס הייסט די זעסט צוויי מהלכים, איינס וואס די רבנים האבן גענומען, דהיינו צו גיין בדת של תורה, און מיטן גאנצן שטרענגקייט, אדער די מהלך וואס טייל ווילן דא פארשטעלן, דורך גיין פון אונטן ארויף [און בלייבן אונטן...], לייגן שוואכערע פילטער'ס, מער דורך לאזן זאכן. [און ווארטן אויף?].

דאן לאמיר אראפשטעלן א בילד וואס האט זיך אפגעשפילט גאנץ לאנג צוריק, בימים ההמה ראיתי ביהודה דרכים גתות בשבת ומביאים הערמות ועמסים על החמרים ואף יין ענבים ותאנים וכל משא ומביאים ירושלם ביום השבת ואעיד ביום מכרם ציד. וואס האבן חז"ל געטון, געשפרינגן צו אסר'ן אלעס! חוץ וואס מען דארף צום סעודה, און ווען די עולם האט געפאלגט, האט מען נאכגעלאזט צוביסלעך ביז ווי די איסור מוקצה שטייט היינט, דאס איז די דעת תורה.

נאר וואס דען, היינט איז מען נישט בכח צו שפרינגן אזוי, און אסר'ן דעם אינטערנעט מכל וכל, און צוביסלעך מתיר זיין מיטן הארבסן פילטער, אויף אראפ, האבן די רבנים כאטש אוועקגעשטעלט א געוויסע מהלך, דהיינו וואס ס'איז קלאר אסור ע"פ תורה, איז נישטא פון וואס צו רעדן, ס'איז אסור און פארטיג! [טעג עפנט אבער יא די זאכן נאך גרויס דריק, אויב אזוי מה הועילו חכמים בתקנתם פון לייגן א פילטער? ווי פריער געפרעגט], ווידער זאכן ווי מען קען צוקומען צו איסורים, דאס ווענד זיך שוין ווי מען שטייט, און ע"פ זה דארף מען א היתר פון א רב מתיר צו זיין.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

דעפיין ביטע וואס איז דא קלאר אסור על פי תורה? ולפי זה וועסטו צוקומען צו פארשטיין וואס איך האב געשריבן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך home »

שפאנונג
אפשר זיי א ביסל מסבר די איסר פין אינטערנעט (איך פארשטיי אז מען דארף א פילטער)
חנינא דוד
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 24, 2017 10:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנינא דוד »

רב שפאנונג אויב וועלן מיר אנהייבן מיט פאקטן און משלים וועט דאס בילד נישט טויגן. איך קען אייך געבן צענדליגער משלים אבער איינס וואס איז פשוט פארשטענדליך, משומר לאזט היברו בוקס, קען מען עס דען פארשפארן? היברו בוקס איז א לייברערי פון יעדן ספר מימות תבל אז איינער וויל זיך אנליינען מיט ספרי השכלה גלייבט מיר איז עס ערגער ווי פיל אנדערע "קאטאגאריס" וואס איר זאגט די רבנים האבן מחליט געווען. אי אינגערמאן האט מיר געזאגט זיין ירידה האט זיך אנגעהויבן אין כולל ווען ער פלעגט זוכן ספרים אויף היברו בוקס. וואס וועט זיין די ענטפער צו בלאקן היברו בוקס אדער אפשר וועט מען לסוף מוזן צוקומען אז יעדער איד דארף זיך היטן פונקט ווי ווען מען גייט אין גאס און פונקט ווי מען גייט אריבער א לייברערי וכו' מען וועט דעם אינטערנעט נישט כשר מאכן, עס ווערט קיינמאל משומר. צו עס איז דא בכלל אן ענטפער אדער מהלך ווייס איך נישט אבער ווי דעם משל פון ישמח משה דארף מען זיך אפשטעלן פרעגן צו מיט דעם וועג מען גייט ביז איצט בלאנדזשעט מען, אפשר דארף מען אן אנדער וועג.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

סמערסטע פון דעם אשכול געפעלט מיר
ווער איז שילדיג אין די אלע אידן וואס האבן אפענע אינטערנעט ?
די ווייסט ווער ? זאל איך דיר אויסזאגן ? יא די שטרענגע פילטערס
הפוך כערה על פיה
אזוי אפשר ווען זיי אויפהערן צו פייניגן
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ניס קראכער האט געשריבן:סמערסטע פון דעם אשכול געפעלט מיר

פארוואס איז אלעס שווארץ אדער ווייס?

להתוודע, איך האב א פשוט'ע בעיסיק פאון.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

סאכדעס האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:סמערסטע פון דעם אשכול געפעלט מיר
ווער איז שילדיג אין די אלע אידן וואס האבן אפענע אינטערנעט ?
די ווייסט ווער ? זאל איך דיר אויסזאגן ? יא די שטרענגע פילטערס
הפוך כערה על פיה
אזוי אפשר ווען זיי אויפהערן צו פייניגן

פארוואס איז אלעס שווארץ אדער ווייס?

להתוודע, איך האב א פשוט'ע בעיסיק פאון.

איך האב נישט דיר געמיינט ...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

שווערע מענטש האט געשריבן:פארוואס קוקט איר נישט אן טעג ווי א גראסערי? מקען קויפן קאקא קאלא מיט מים חיים, ביידע זענען בשלום אויפן זעלבן שעלף, און ווער עס פארשטייט די נחיצות קויפט מים חיים, זיי זענען שוין אין ביזנעס איבער פופציג יאר טראץ וואס קיין איין מוסד פארלאנגט נישט מזאל קויפן מים חיים.

דער חילוק איז אז מים חיים און קאקא קאלע פארקויפען ביידע כמעט די זעלבע סאדע און אז איך האב א כשרע טראסטן מיר דעם מענטש אז ער וועט נישט זוכען דייקא די נישט כשרע. אבער ביי אינטערנעט איז דא זאכען וואס נפשו של אדם מחמדתן און אלע (אינקלודינג טעג) פילטערס פארשפארען דאס ממילא איז שווער צו טראסטען דעם מענטש און מען דארף מוסדות צו פאדערען געוויסע סטאנדארטען, ווי חזל זאגען שוין אין אפוטרופוס וכו

וואס איך מיין צו זאגען אז די זאכען קען מען נישט פארגלייכען צו א גראסערי.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ניס קראכער האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:סמערסטע פון דעם אשכול געפעלט מיר
ווער איז שילדיג אין די אלע אידן וואס האבן אפענע אינטערנעט ?
די ווייסט ווער ? זאל איך דיר אויסזאגן ? יא די שטרענגע פילטערס
הפוך כערה על פיה
אזוי אפשר ווען זיי אויפהערן צו פייניגן

פארוואס איז אלעס שווארץ אדער ווייס?

להתוודע, איך האב א פשוט'ע בעיסיק פאון.

איך האב נישט דיר געמיינט ...

דעמאלט לאז די זאך ווערן אויסגעשמועסט.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

איידער'ן אריינגיין אינעם עצם נושא, איז בכלל שווער צו פארשטיין דעם פותח'ס שטעלונג. אין דער צייט וואס מ'זעט קלאר אז ער איז דא צו קעמפן פאר זיינע פערזענליכע אינטערעסן, ווי קען ער קומען טענה'ן אז מיט די מערכה מאכט מען נאר ערגער? ער פארלייקנט דאך גענצליך דעם פראבלעם.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איידער'ן אריינגיין אינעם עצם נושא, איז בכלל שווער צו פארשטיין דעם פותח'ס שטעלונג. אין דער צייט וואס מ'זעט קלאר אז ער איז דא צו קעמפן פאר זיינע פערזענליכע אינטערעסן, ווי קען ער קומען טענה'ן אז מיט די מערכה מאכט מען נאר ערגער? ער פארלייקנט דאך גענצליך דעם פראבלעם.

איך זע גראדע קלאר אז ער רעדט נישט פון זיין פערזענליכע אינטערעס.

עס איז צייט דן צו זיין די נושא, און נישט רעדן איבער די ניק וואס האט דאס ארויפבגעברענגט, וואס פונקטליך זיין כוונה איז געווען ביים זאגן נעכטן המפיל.

איינער האלט אנדערש?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

סאכדעס האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איידער'ן אריינגיין אינעם עצם נושא, איז בכלל שווער צו פארשטיין דעם פותח'ס שטעלונג. אין דער צייט וואס מ'זעט קלאר אז ער איז דא צו קעמפן פאר זיינע פערזענליכע אינטערעסן, ווי קען ער קומען טענה'ן אז מיט די מערכה מאכט מען נאר ערגער? ער פארלייקנט דאך גענצליך דעם פראבלעם.

איך זע גראדע קלאר אז ער רעדט נישט פון זיין פערזענליכע אינטערעס.

עס איז צייט דן צו זיין די נושא, און נישט רעדן איבער די ניק וואס האט דאס ארויפבגעברענגט, וואס פונקטליך זיין כוונה איז געווען ביים זאגן נעכטן המפיל.

איינער האלט אנדערש?

עטליכע ציטאטן פונעם פתיחה:
נו, וויאזוי האבן די עסקנים גענומן די פראבלעם אין די האנט? אטאקירט! מאיז געגאנגען מהאט אלעס אריינגעליגט אין איין קאטעגארי, ביזנעס! צורך פרנסה! איז דאס אמת? דאס איז שקר מוחלט. היינט צו טאגס איז דער אינטערנעט באנוצט פאר אלע צרכים.

דא הייבט זיך אן די געפערליכע פראבלעם, א צאל פון די דאזיגע עסקנים האבן פארשטאנען אז מדארף גרינדען ארגאניזאציעס און איינטיילן פארן ציבור וואספארא פילטער צו לייגן.

דער מעג האבן דאס אפען, און יענער מעג נאר יענץ און דער דריטער דארף ברענגען א צעטעל פון רב וכו׳ וכו׳

היעלה על הדעת ווען א יוד שרייבט איין זיינע קינדער אין א מוסד מזאל אים זאגן אונז וויל מיר זעהן אלע דיינע שאלות און חשבונות..?! האט דען נישט א יוד קיין שום נאמנות?

רבותי! יעדער איינער קען און ברויך זיך אליין מסדר זיין וואספארא פילטער צו נוצען! מברויך נישט קיינעם העלפן אדער איינטיילן. פונקט ווי יעדער פארשטייט אליין וואספארא פלייש צו נוצן וואספארא הכשר צו נוצן, און יא! יעדער עם הארץ איז באגלייבט ווען צו פרעגן זיינע שאלות וואס מאכט זיך און שטוב, קען מען אויך אליין אפמאכן וואספארא פילטער צי לייגן.
דא דארף מען דערמאנען לטוב די איינציגע קאמפעני וואס זיי טוען אויף גדולות ונצורות איז די ״טעג ארגאנעזאציא״ זיי לייגן פילטערס ״אנע שאלות", און מקען אליינס אויסוועלן די פילטער שטאפל! אנע קשיות! אן קיינעם הילף! מיט די מענשטליכע בחירה.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די קהלה פילטערס, בנוגע וואס זיי פילטערן, איך האב מיך כמעט נישט אנגעשטאלפערט און זאכן וואס זיי פילטערן וואס איך מוז האבן, צו פאר ביזנעס צו פאר שאפינג, און אויב יא עפענט מען זייער גרינג, וואס איך פיל נאר יא ס'איז דער לאך וואס מאכט אז מענטשן זאלן האבן שוואכע פילטערס אין בעסטן פאל, אדער בכלל נישט קיין פילטערס, איז דער פראבלעם פון די אלע קהלה פילטערס, אז ס'איז קאנפליקט מיט אסאך וויירוס פראגראמען, און ס'האקט זיך אפ פון מאל צו מאל במשך'ן טאג, דער פראבלעם איז מיט אלע ליוויזשענטס פילטערס גדר/משומר/נתיב/טעג, איך האב שוין פרובירט עטליכע פון זיי, איינס ערגער ווי די צווייטע, און אין די אנגעשטרענגסטע מינוטן ווען מ'דארף וויכטיג עפעס ערלעדיגן קענסטו קלאפן בארן, דער בראזער שיקט א מעסעזש אז ס'איז נישטא קיין קאנעקשען.
נאכאמאל, דער פראבלעם איז ביי אלע פילטערס חוץ די גרויסע אקאונטס וואס קענען זיך ערלויבן א ספעציעלע מאשין.
און אז מ'הערט נישט א קול צעקה פונעם ציבור - פונקט ווי מ'האט געהערט ביי דזשעי נעט בשעתו ווען יעדער האט געוואוסט אז מיטוואך איז די אינטערנעט שטייט ווייל דעמאלטס גייען די צייטונגען אין דרוק - איז ביי מיר משמע אז א גרויסער עולם נוצט נישט דעם פילטער, וועלכע יא? א גוטע קשיא
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
סאכדעס האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:איידער'ן אריינגיין אינעם עצם נושא, איז בכלל שווער צו פארשטיין דעם פותח'ס שטעלונג. אין דער צייט וואס מ'זעט קלאר אז ער איז דא צו קעמפן פאר זיינע פערזענליכע אינטערעסן, ווי קען ער קומען טענה'ן אז מיט די מערכה מאכט מען נאר ערגער? ער פארלייקנט דאך גענצליך דעם פראבלעם.

איך זע גראדע קלאר אז ער רעדט נישט פון זיין פערזענליכע אינטערעס.

עס איז צייט דן צו זיין די נושא, און נישט רעדן איבער די ניק וואס האט דאס ארויפבגעברענגט, וואס פונקטליך זיין כוונה איז געווען ביים זאגן נעכטן המפיל.

איינער האלט אנדערש?

עטליכע ציטאטן פונעם פתיחה:
נו, וויאזוי האבן די עסקנים גענומן די פראבלעם אין די האנט? אטאקירט! מאיז געגאנגען מהאט אלעס אריינגעליגט אין איין קאטעגארי, ביזנעס! צורך פרנסה! איז דאס אמת? דאס איז שקר מוחלט. היינט צו טאגס איז דער אינטערנעט באנוצט פאר אלע צרכים.

דא הייבט זיך אן די געפערליכע פראבלעם, א צאל פון די דאזיגע עסקנים האבן פארשטאנען אז מדארף גרינדען ארגאניזאציעס און איינטיילן פארן ציבור וואספארא פילטער צו לייגן.

דער מעג האבן דאס אפען, און יענער מעג נאר יענץ און דער דריטער דארף ברענגען א צעטעל פון רב וכו׳ וכו׳

היעלה על הדעת ווען א יוד שרייבט איין זיינע קינדער אין א מוסד מזאל אים זאגן אונז וויל מיר זעהן אלע דיינע שאלות און חשבונות..?! האט דען נישט א יוד קיין שום נאמנות?

רבותי! יעדער איינער קען און ברויך זיך אליין מסדר זיין וואספארא פילטער צו נוצען! מברויך נישט קיינעם העלפן אדער איינטיילן. פונקט ווי יעדער פארשטייט אליין וואספארא פלייש צו נוצן וואספארא הכשר צו נוצן, און יא! יעדער עם הארץ איז באגלייבט ווען צו פרעגן זיינע שאלות וואס מאכט זיך און שטוב, קען מען אויך אליין אפמאכן וואספארא פילטער צי לייגן.
דא דארף מען דערמאנען לטוב די איינציגע קאמפעני וואס זיי טוען אויף גדולות ונצורות איז די ״טעג ארגאנעזאציא״ זיי לייגן פילטערס ״אנע שאלות", און מקען אליינס אויסוועלן די פילטער שטאפל! אנע קשיות! אן קיינעם הילף! מיט די מענשטליכע בחירה.

לדעתי אי רעלעוואנט לעצם הנושא, ותמחול לי בזה אלף פעמים.
הצלחה.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מי יודע האט געשריבן:מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די קהלה פילטערס, בנוגע וואס זיי פילטערן, איך האב מיך כמעט נישט אנגעשטאלפערט און זאכן וואס זיי פילטערן וואס איך מוז האבן, צו פאר ביזנעס צו פאר שאפינג, און אויב יא עפענט מען זייער גרינג, וואס איך פיל נאר יא ס'איז דער לאך וואס מאכט אז מענטשן זאלן האבן שוואכע פילטערס אין בעסטן פאל, אדער בכלל נישט קיין פילטערס, איז דער פראבלעם פון די אלע קהלה פילטערס, אז ס'איז קאנפליקט מיט אסאך וויירוס פראגראמען, און ס'האקט זיך אפ פון מאל צו מאל במשך'ן טאג, דער פראבלעם איז מיט אלע ליוויזשענטס פילטערס גדר/משומר/נתיב/טעג, איך האב שוין פרובירט עטליכע פון זיי, איינס ערגער ווי די צווייטע, און אין די אנגעשטרענגסטע מינוטן ווען מ'דארף וויכטיג עפעס ערלעדיגן קענסטו קלאפן בארן, דער בראזער שיקט א מעסעזש אז ס'איז נישטא קיין קאנעקשען.
נאכאמאל, דער פראבלעם איז ביי אלע פילטערס חוץ די גרויסע אקאונטס וואס קענען זיך ערלויבן א ספעציעלע מאשין.
און אז מ'הערט נישט א קול צעקה פונעם ציבור - פונקט ווי מ'האט געהערט ביי דזשעי נעט בשעתו ווען יעדער האט געוואוסט אז מיטוואך איז די אינטערנעט שטייט ווייל דעמאלטס גייען די צייטונגען אין דרוק - איז ביי מיר משמע אז א גרויסער עולם נוצט נישט דעם פילטער, וועלכע יא? א גוטע קשיא

איך האב נאכנישט פרובירט עטליכע, אבער מיין עקספיריענס ביי משומר איז כמעט אזוי ענליך ווי דיינס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
שווערע מענטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערע מענטש »

א איד האט אונז געאישי`ט אז ער האט א געשעפט וואס משומר איז נישט געאייגנט פאר אים, נישט אנגעבנדיג קיין דעטאלן, איז ער געווען ביז די וואך פרייטאג אן א פילטער, נאכן זעהן די ארטיקל האט ער באקומן די קוראזש און גערופן טעג , דער איד לייגט יעצט א פילטער ביי טעג!

ב"ה מיר האבן זוכה געווען צו אפראטעווען אומווייניגסטענס איין נשמה, זאל השי"ת העלפן ווייטער.
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

שווערע מענטש האט געשריבן:א איד האט אונז געאישי`ט אז ער האט א געשעפט וואס משומר איז נישט געאייגנט פאר אים, נישט אנגעבנדיג קיין דעטאלן, איז ער געווען ביז די וואך פרייטאג אן א פילטער, נאכן זעהן די ארטיקל האט ער באקומן די קוראזש און גערופן טעג , דער איד לייגט יעצט א פילטער ביי טעג!

ב"ה מיר האבן זוכה געווען צו אפראטעווען אומווייניגסטענס איין נשמה, זאל השי"ת העלפן ווייטער.

;l;p-
אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע ווינטל »

ברוך בער האט געשריבן:און אגב איינס פון וויכטיגע זאכן וואס דער נעט איז הילפבאר איז געזונט. איך בין געווען לעצטנס ביים דאקטער מיט א קינד דער דאקטער האט געגעבן א שרעקעדיג דיאגנאזע מיט א נאמען. די ערשטע זאך נעם איך מיין פאון גוגל דעם סינדראם והנה געבלאקט קעטעגארי העלט. וויל איך פארשטיין פארוואס טאר איך נישט זען איבערן געזונט פון מיין קינד? עס איז נישט אזוי וויכטיג ווי פרנסה? אגב כ'האב געשיקט צוויי ריקוועטס צו משומר פאר פעיזשעס איבער די נושא דע ענטפער בערך א טאג שפעטער אין אימעיל איז ריקוועסט דינייד. וואס קלערן זיי איך דארף די אינפארמאציע פאר ענזשוימענט?

יעצט געליינט דיין תגובה. איך האב אויך איינע פון די קהלה פילטערס. שוין צוויי מאל געווען וואס כ'האב זיי אנגעקאלט אז איך דארף האבן דעם אינטערנעט אפן פאר א קורצע צייט, און זיי האבן מיר עס געעפנט אן קיין קשיות.
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

סאכדעס האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די קהלה פילטערס, בנוגע וואס זיי פילטערן, איך האב מיך כמעט נישט אנגעשטאלפערט און זאכן וואס זיי פילטערן וואס איך מוז האבן, צו פאר ביזנעס צו פאר שאפינג, און אויב יא עפענט מען זייער גרינג, וואס איך פיל נאר יא ס'איז דער לאך וואס מאכט אז מענטשן זאלן האבן שוואכע פילטערס אין בעסטן פאל, אדער בכלל נישט קיין פילטערס, איז דער פראבלעם פון די אלע קהלה פילטערס, אז ס'איז קאנפליקט מיט אסאך וויירוס פראגראמען, און ס'האקט זיך אפ פון מאל צו מאל במשך'ן טאג, דער פראבלעם איז מיט אלע ליוויזשענטס פילטערס גדר/משומר/נתיב/טעג, איך האב שוין פרובירט עטליכע פון זיי, איינס ערגער ווי די צווייטע, און אין די אנגעשטרענגסטע מינוטן ווען מ'דארף וויכטיג עפעס ערלעדיגן קענסטו קלאפן בארן, דער בראזער שיקט א מעסעזש אז ס'איז נישטא קיין קאנעקשען.
נאכאמאל, דער פראבלעם איז ביי אלע פילטערס חוץ די גרויסע אקאונטס וואס קענען זיך ערלויבן א ספעציעלע מאשין.
און אז מ'הערט נישט א קול צעקה פונעם ציבור - פונקט ווי מ'האט געהערט ביי דזשעי נעט בשעתו ווען יעדער האט געוואוסט אז מיטוואך איז די אינטערנעט שטייט ווייל דעמאלטס גייען די צייטונגען אין דרוק - איז ביי מיר משמע אז א גרויסער עולם נוצט נישט דעם פילטער, וועלכע יא? א גוטע קשיא

איך האב נאכנישט פרובירט עטליכע, אבער מיין עקספיריענס ביי משומר איז כמעט אזוי ענליך ווי דיינס.

איך האב כמעט נישט געהאט קיין טעקניקעל טראביל מיט משומר.

חוץ וואס ס'רעגט מיר אז זיי האבן נישט קיין דשענעראל ווייט ליסט אז ווען אסאך מענטשן פארלאנגן צן עפענען א סייט און ס'איז א נוצליכע סייט ווי למדל א פראגראם דאנ לאוד, זאלן זיי עס אויפשפארן אויטאמאטיש פאר יעדעם, כ'קען אמאהל פארברענגען טייערע צייט, פאר א סייט וואס האט נישט קיין הסבר פארוואס דעיס איז לכתחלה נישט אפען.
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

סאכדעס האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:מיין פערזענליכע עקספיריענס מיט די קהלה פילטערס, בנוגע וואס זיי פילטערן, איך האב מיך כמעט נישט אנגעשטאלפערט און זאכן וואס זיי פילטערן וואס איך מוז האבן, צו פאר ביזנעס צו פאר שאפינג, און אויב יא עפענט מען זייער גרינג, וואס איך פיל נאר יא ס'איז דער לאך וואס מאכט אז מענטשן זאלן האבן שוואכע פילטערס אין בעסטן פאל, אדער בכלל נישט קיין פילטערס, איז דער פראבלעם פון די אלע קהלה פילטערס, אז ס'איז קאנפליקט מיט אסאך וויירוס פראגראמען, און ס'האקט זיך אפ פון מאל צו מאל במשך'ן טאג, דער פראבלעם איז מיט אלע ליוויזשענטס פילטערס גדר/משומר/נתיב/טעג, איך האב שוין פרובירט עטליכע פון זיי, איינס ערגער ווי די צווייטע, און אין די אנגעשטרענגסטע מינוטן ווען מ'דארף וויכטיג עפעס ערלעדיגן קענסטו קלאפן בארן, דער בראזער שיקט א מעסעזש אז ס'איז נישטא קיין קאנעקשען.
נאכאמאל, דער פראבלעם איז ביי אלע פילטערס חוץ די גרויסע אקאונטס וואס קענען זיך ערלויבן א ספעציעלע מאשין.
און אז מ'הערט נישט א קול צעקה פונעם ציבור - פונקט ווי מ'האט געהערט ביי דזשעי נעט בשעתו ווען יעדער האט געוואוסט אז מיטוואך איז די אינטערנעט שטייט ווייל דעמאלטס גייען די צייטונגען אין דרוק - איז ביי מיר משמע אז א גרויסער עולם נוצט נישט דעם פילטער, וועלכע יא? א גוטע קשיא

איך האב נאכנישט פרובירט עטליכע, אבער מיין עקספיריענס ביי משומר איז כמעט אזוי ענליך ווי דיינס.

איך נוץ gentech דירעקטלי. ס'האט אויך די פראבלעמען, אבער איין מעלה האט עס וואס דאס איז איינס פון די שטארקע סיבות וואס איך נוץ זיי. ווען אימער די ווילסט עפעס עפענען אין די שיקסט א request וועסטו גלייך באקומען א chat box אין די קענסט טשעטן לייוו מיט איינעם וואס וועט דיר עקספעדדייטן דיין ריקוועסט ס'איז געווענדליך אפן ביז ווייניגער ווי 5 מינוט (אויב ס'איז כשר פארשטייט זיך) דאס איז א געוואלדיגע זאך וואס אלע היימישע פילטער קאמפאניס דארפן ווען האבן.
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

שפאנונג האט געשריבן:
איי וואס איז די פראבלעם דערמיט, זייער פשוט, מיר אלע ווייסן זייער זייער גוט וואס די פראבלעם מיט אינטערנעט איז, ניין שאפינג איז בכלל נישט די פראבלעם, די פראבלעם איז טאקע מיט סאושל מידיע, אדער מיט בלאג'ס וואס טויגן נישט, אדער מיט די לעכער וואס ווערן נישט פארמאכט [יא די ליוועדזשענט פילטער האט אסאאאך לעכער וואס מען דארף מעניולי פארמאכן אין קעיס די ווייסט נישט], און די סיבה פארוואס ס'ווערט נישט פארמאכט איז וויבאלד ס'איז נישטא ביי טעג אזעלכע באנוצער'ס וואס זאלן עס ריפארטן.

איך האב נישט קיין מיינונג אין דעי גאנצע שמועס אבער דאס באדערט מיך וויאזוי די בארעדסט טויזענטע אידען אז ס'איז נישט דא קיין טעג באנוצערס וואס ריפארטען וועבסייטס אדער לעכער וואס מ'דארף פארעכטן.

איך האב שוין ריפארטעט א שיינע פאר זייטלעך אין זיי האבען עס געפיקסט גלאובעלי פאר יעדעם איינעם.
איזי
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

מיר באדערט בעיקר אז א יעדע גרוי עריע ריקוועסט דארף איך עס אדורך שמועסן מיט א דיין... פארשטייט זיך אז רוב יונגעלייט זענען נישט גרייט זיך אויסצוטון פאר א תלמיד חכם זיינע שוואכקייטן... פונקט דו וועסט נישט זאגן פאר די רב פונקליך וועלכע אפטיילונג דו הערסט אויס בקביעות אויף קול מבשר... צו וועלכע נאש דו גלייכסט צו עסן...

וועגען די סיבה איז טעג א נארמאלע פילטער, וואס עס איז בהחלט אסור וועט ער נישט עפענען, אין די גרוי עריע וועט ער דיר צימבלען אביסל אבער אז דו פארלאנגסט עס אפילו הכי וועט ער עס עפענען.

און ווען די מוסד פארלאנגט דייקא משומר שפיר איך זיך קונטרולט ביי יחידים ווי מען זאל קאנטראלען מיין מוח וואס איך מעג טראכטן און צו וואס איך מעג גלוסטען, און די רב דארף באשטעטיגן וועלכע תאוות איך מעג זיך נאכגיבן.

נאך די עקספיריענס שפיר איך זיך זייער אינטערדריקט און איך פיל א ווידערשטאנד צו מיין קהילה ליידער.

צום שלוס קען איינער מסביר זיין פארוואס איז טעג נישט גענוג כשר??
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3106
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

א זאך וואס וואונדערט מיר שוין א לאנגע צייט, געוויסע שרייבער'ס דא א טייל לעגענדארע שרייבער'ס און זאגאר מנהלים אחראים באמערק איך ווי זיי ברענגען פון מקורות וואס קיין היימישע פילטער לאזט נישט אדורך, בין איך טאקע פון די איינציגער תמימות'דיגע וואס האט איבעראל ערליך א היימישע פילטער?

די אלע וואס שרייבן פרום וועגען פילטערס אבער אין די זעלבע צייט זעהט מען זיי האבן עקסעס, זענען זיי טאקע פשוטע צבועים??
א'מונה ב'טחון ג'עלט
מי הוא זה
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 7:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי הוא זה »

איז GenTech די זעלבע זאך ווי טעג? וואס איז די חילוק צווישן די צוויי?
Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”