איך זעה אז דו האלטסט אדער אדער, אדער 72 מינוט אדער 6.5 מעלות, אבער איך בין מחולק אויף דעם, דער חת"ס האט וואהרשיינליך נישט געוואוסט פון קיין מעלות צו זאגן, ער האט פשוט געקוקט אויף די שטערנס, ע"פ המציאות קען די וועטער/טעמפעראטור אויסמאכן א שטיקל חילוק אז ס'זאל ווערן טונקל אביסל פריער אדער שפעטער, אויך איז א חילוק צווישן א הויכע פלאץ און א נידריגע, צווישן א פלאץ ארומגענומען מיט בערג און א גראדע פלאץ, וכו' וכו' (כמובן איז דאס נישט אזאלכע גרויסע חילוקים פון מעהר ווי אפאר מינוט), ממילא קומט נישט אין באטראכט צו רעכנען מיט א פונקטליכע שיעור במעלות אין יעדע פלאץ, און אויב עס קומט אויס אפגערוקט מיט אפאר מינוט דארף מען נאכנישט אפווענדן, וד"ב לפענ"ד.
און פארשטייט זיך אז אויב איז פארוואלקענט און מ'קען נישט זעהן קיין שטערנס דאן ברויך מען אויסרעכנען ווען מ'וואלט געזעהן די כוכבים אויב ס'וואלט געווען קלאר (או ימתין עד שיצא הספק מליבו).
איך מיין אז דאס איז זייער פשוט.
און ניין ביי מיר גייט עס נישט אדער אדער, איך לייקן נישט אז ס'דא אזאלכע וואס האבן געהאלטן 72 (כגון החמד"י ומהר"ש לאנייאדו והרה"ק מבעלזא ועוד), איך האלט נאר אז ווי מקען זעהן קלאר איז געווען דער מנהג ישראל ברוב המקומות צו קוקן אויף די שטערנס, ממילא מוז מען נישט מאכן קיין דוחקים אין חת"ס כדי צו אריינצולערנען אז ער האט אויך געהאלטן 72, עס איז זייער מעגליך (ואפי' מסתבר) אז דער חת"ס האט געהאלטן ווי רוב כלל ישראל בימים ההם.
למעלה משבעים האט געשריבן:בין השמשות האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:ובנוגע פלפולים איר זאלט מיר זייער זייער מוחל זיין, אבער אין השמים בהירים איז קיין שום פלפול נישט פארהאן, אויב עפעס די וואס ווילן פון די ווערטער ברענגן א ראי' צו קוקן אויף כוכבים מאכן פלפולים, ווייל ס'איז קלאר אז ער מיינט ארויסצוברענגן אז ס'איז נישטא קיין שטערנס, וואס וועט זיין ווען ס'איז יא שטערנס רעדט ער נישט אין דעם שורה. און די וואס ווילן לערנען אנדערש פראבירן דא אריינקוועטשן אז ער זאל יא זען שטערנס אתמהה. נאך מער, אויב ווילסטו דייקא יא לערנען ער מיינט מען זעט שטערנס אין א קלארע הימל, זעסטו דא פונקט פארקערט פון דיינע ווערטער אז מען רעכנט זיך מיטן וועטער, נאר אדרבה, די וועטער איז נישט משנה, ווייל די זמן דארף מען קובע זיין ווען מען זעט די שטערנס אויף א קלארע הימל.
נו איז פארוואס דארף מען שטערנס? לשיטתך דארף מען נאר ד' מילין??
זייער פשוט דער שואל פרעגט וואס מען טוהט אז מ'האט נישט געקענט זעהן די שטערנס, און דער חת"ס ענטפערט איהם א זמן ווען איז צה"כ און ווען איז ביה"ש (און לייגט צו אז נאר אויב ס'שטימט טאקע אין יענעם ארט).
די קושיא בעצם האט גארנישט מיטן חתם סופר, ס'האט פונקט אזוי מיט די וואס לערנען ר"ת פשוט כפשוטו 72 אייביג.
האסט נישט פארשטאנען. וואס מיינט די שואל ווען ער זאגט אז מ'האט נישט געקענט זעהן די שטערנס? צו וואס דארף ער די שטערנס?
אפשר קען זיין מסתבר צו זאגן אז ער האט געמיינט אז ער האט נישט געקענט קוקן אויף די שטערנס כדי צו וויסן ווען איז נאכט וביה"ש (אזוי ווי מ'טוהט ווען ס'איז נישט פארוואלקענט)??? מאכט סענס?
און יעצט לגבי שיעור המיל
דער חת"ס שרייבט קלאר (בהגהות על הש"ע או"ח סי פ"ט, ובחי' למס' שבת לה.) "ותלתא רביעי מיל הם קרוב לי"ח מינוטען, וכשתסיר זה מד' מילין ישאר שעה וחומש בקירוב". ג' רבעי מיל איז 17 מינוט און ווען מ'נעמט דאס אראפ פון ד' מילין (90 מינוט) בלייבט איבער 73 מינוט (שזה ג' מילין ורביע). זעהט מען קלאר אז ער האט גערעכנט אויך ד' מילין לפי חשבון הח"י, וז"פ.
ולשיטתך ווייס איך נישט ווי אזוי דו רעכנסט די ג' מילין ורביע 55 מינוט.
אויך פונעם לשון אינעם תשובה זעהט מען אויך אז ס'איז נישט אזוי, ווי ער שרייבט "ושיעור מיל במוחלט הוא כ"ב מינוטין כמו שהאריך והוכיח בראיות ברורות שאין עליהם תשובה בחק יעקב סי' תמ"ט סק"י", יעצט לגבי די ג' רבעי מיל נעמט ער אן די שיעור פון חק יעקב ווייל ער האט מוכיח געווען בראיות ברורות וכו', און וואס טוהט זיך מיט די ד' מילין דא דארף מען נישט צוקומען צו די ראיות ברורות וכו'??? און בכלל ער האט נישט חושש געווען אז מ'וועט נאך רעכנען די ד' מילין אויך לפי חשבון הח"י (כמו שהבינו כולם עד שבא למעלה משבעים ודרשה) וממילא איז ביה"ש 73 מינוט נאכן שקיעה??