עוד יוסף חי - יאסעלע ראזענבלאט

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

עוד יוסף חי - יאסעלע ראזענבלאט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך זעה אדווערטייזד א נייע טעיפ פון חזנות געזינגען דורך דעם אלעמען באקאנטן חזן יאסעלע ראזענבלאט ע"ה, אויב איך האב נישט קיין טעות איז דאס די צווייטע פון די סעריע לעצטענס.

איז דער טעיפ שיין, וועלכע איז בעסער?

וואס זאגן די מבינים
אוועטאר
wildturkey
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 22, 2008 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך wildturkey »

i think they have there 1 new song that wasn't till now, and the rest is old sheina shtiklach from davenen but much much klurer.
טרינקט נישט wild turkey אום שבת, ווייל עס פארלעשט דעם עיר קאנדיציע
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

מיללער, איך בין היינט אינדערפרי אריינגעקומען אין אפיס בדעה צו עפענען אן אשכול איבער די נייער סידי פון יוסעלע. ב"ה אז עס ליגט אין גוטע הענט און די האסט עס שוין געפענט.

די סיבה פארוואס איך האב עס געוואלט באשרייבן איז וויבאלד איך האב גענומען די "סעמפעל סידי" פון געשעפט וואס זיי פארטיילן פאר אימזינסט און איך האב עס געהערט, איהכ"נ אז מ'קען נישט הערן דארט קיין גאנצע ניגונים, אבער מ'קען כאטש זעהן וואסערע ארבייט זיי האבן אריינגעלייגט.

זיי האבן אריינגעלייגט פון יוסעלע זייער שיינע שטיקלעך ווי "הנני העני ממעש" פון די תפלה פאר מוסף אין די הייליגע טעג. זיין "שיר המעלות" פון פאר ברכה"ז, אא"וו, 12 שטיקלעך.

עס קוקט אויס אויפן טעיפ ווי יוסעלע האט דאס נעכטן אריינגעזינגען! ממש אזוי. ס'איז זייער קלאר און הויעך, זיי האבן צוגעלייגט אן אייגענעם קווייער, און נייע מוזיק. עס קוקט אויס ווי א נייער טעיפ!

איך מייין אז פון יוסעלע איז נאכנישט דא אזא שיינער טעיפ, איינער וואס האט אום ליב צו הערן וועט דאס זיכער קויפן.

אויף דעם טעיפ קען מען זיך באמת אויסדריקן אז "עוד יוסף חי" אויב קען מען נאך מאכן מיט אזא אלטע זאך א היינטיגע טעיפ לעבט ער נאך ווירקליך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דאס איז די ערשטע אין דער סעריע, פריש אדווערטייזט.
An article a day keeps the babies away
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

כ'האב יעצט געהערט אביסל אויף מאסטלי מוזיק, ס'איז טאקע א זייער שיינע ארבייט. אבער ווען כ'האב געהערט ביי איין שטיקל (אחינו) ווי זיי האבן אראפגענומען די ארגינעלע מוזיק און אנשטאט געלייגט זייער מענטשליכע קווייער, האט דאס מיר זייער געבאדערט. איך לעב מיט יאסעלע'ס ניגונים אסאך יארן, און יעדע פידל/ארגען ליגט מיר אין די ביינער, כ'קען נישט אויסלאזן קיין שום מוזיק, פארפאלן.

ווי אויך, צוליב'ן קלאר מאכן, איז ווי פארשטענדליך אביסל געענדערט געווארן זיין קול, אויף עטליכע ניגונים האט זיך געהערט שוואכער ווי אויף די אלטע טעיפס.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

ווילדער טערק, דו רעדסט פון לעולם יהא אדם.

חיים ברוך, פון וועכע ניגון רעדסטו?
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך join us »

ווער קען העלפען ??


קען מען נאר הערן די סידי ווען עס ליקט אונעם קאמפיוטער ???

אדער מען קען עס סעיוון ( save בלע"ז) צום דעסקטאפ און דערנאך ארויס נעמען די סידי און עס הערן פונעם דעסקטאפ ??

ביטע ווער עס ווייסט זאל זיך מעלדן שכח למפרע
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מאשקע האט געשריבן:דאס איז די ערשטע אין דער סעריע, פריש אדווערטייזט.


הרב מאשקע,
עס איז שוין די צווייטע טעיפ פון חזן יאסעלע ראזענבלאט אין די לעצטע חודש, איינס איז בהוצאת אדרת (עוד יוסף חי) און דאס פריערדיגע (לעולם יהא אדם) איז בהוצאת לחיים.

ווועלכע איז בעסער, מבינים?
אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך join us »

לויט מיין עקספיריענס איך האב געהערט ביידע טעיפס

וואס זאל איך ענק זאגן עוד יוסף חי איז אסאך אסאך בעסער
לויט ווי עס קוקט אויס איז אין לעולם יהא... נישט אריין געלייגט געווארן "אזא" ארבעט.(עפעס ארבעט ליגט יא)

(איי ווער בין איך . יא איך בין איך!!!!)
אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1576
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקער »

איך האב אביסעל געהערט די טעיפ ס'איז זייער שיין און פראפעשינעל לויט די היינטיגע סטייל, אבער איך האלט אז ס'נעמט אוועק די ריכטיגע חן וואס ס'האט געהאט ביז יעצט ווען איך האב געהערט יאסל'עס טעיפ'ס (רעקארטסׂ
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

מיללער, גערעכט. כ'האב מיינט אז עוד יוסף חי איז נאר א סלאגאן פונעם אדווערטייזמענט אויפ'ן לעולם יהא אדם טעיפ.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מיללער האט געשריבן:
מאשקע האט געשריבן:דאס איז די ערשטע אין דער סעריע, פריש אדווערטייזט.


הרב מאשקע,
עס איז שוין די צווייטע טעיפ פון חזן יאסעלע ראזענבלאט אין די לעצטע חודש, איינס איז בהוצאת אדרת (עוד יוסף חי) און דאס פריערדיגע (לעולם יהא אדם) איז בהוצאת לחיים.

ווועלכע איז בעסער, מבינים?


אוי וואס זאלעך דיר זאגן, כ'בין אנטוישט פונעם עוד יוסף חי. כ'וואלט גערן צוריק געגעבן דעם סידי, זאלן זיי מיר נאר באצאלן די 16 דאלער.

יא, זיי האבן געלייגט אסאך כוח אין די מוזיק, אבער דאס קול, איז נישט די ארבעט וואס לעולם יהא אדם האט געמאכט. כ'רעדט שוין נישט, אז ביי די שיר המעלות, און ביי א אידישע מאמע, איז די קול גארנישט פארבעסערט געווארן. די קריצן און די קראצן פון אמאל זענען נאך דארט, אז מ'קען טאקע מיינען אז עס איז נאך יאסעלעס צייטן :?

גראדע זענען דא עטליכע וואס האבן מיר געזאגט אז דער עיקר איז די מוזיק, נו, זענען זיי נישט קיין אוהבי וחובבי חזנות, נאר ליבערשט אוהבי וחובבי מוזיקה. עמטליך האט מען דאך דאס ארויסגעגעבן פאר ליבהאבער פון חזנות, און נישט ליבהאבער פון מוזיק.

אלזא, זענט איר א מוזיק ליבהאבער, לויפט און קויפט יאסעלע ראזענבלאטט ביי זיין לעבן.

כדי נישט צו זיין קיין כפוי טובה, וועל איך זיך יא באדאנקן פאר'ן שיינעם ביכל, און די שיינע בילדער פון יאסעלע, וואס קען זיין אז פאר דעם אליינס האט זיך געלוינט צו צאלן די 16 דאלער.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

סאכדעס ליבער, איך האב דעם עוד יוסף חי טאקע נישט געקויפט, אבער הערנדיג עטליכע אויסצוגן האב איך אויך באמערקט אז זיי האבן נישט ספעציעל פארבעסערט די חזנות טייל, זיי האבן זיך בעיקר קאנצענטרירט אויף די מוזיק און די אינסטרומענטס.

מ'קען לייכט הערן אז זיי האבן צוגעשפילט מיט נייע אינסטרומענטן (נישט קלארער געמאכט), און זיי האבן נישט אזוי ווייט רימעסטערט ווי זיי האבן אריינגעפילט פרישע מוזיק, וואס איז טאקע צום באוואונדערן, אבער נישט דאס ארגינעלע יאסעלע.

דער לעולם יהא אדם איז בפירוש קלארער געמאכט יאסעלע'ס שטימע און די חזנות בעצם, און א טויבער קען אויף דעם מעיד זיין. דערקעגן האבן זיי אבער נישט צוגעלייגט שיינע נייע מוזיקאלישע אינטסרומענטן ווי די עוד יוסף חי פראדוצירער. דערפאר זענען פאראן די חובבי מוזיק והכלי זמר, וועלכע זענען גאר אנטוישט פון זייער "נישט" ווי פון זייער יא.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

כ'וועל דיר זאגן נאכמער, ווען כאגעזעהן אין די אדווערטייזמענטס, אז אלע זינגערס לאזן הערן זייערע מבינות אויפ'ן טעיפ, האט עס מיר א קיצל געגעבן, מה לזינגער בבית הקברות? (כ'מיין בבית חזנות) נאכ'ן הערן איז מיר עס פארענפערט געווארן. נאר זיי זאלן בעסער שרייבן אז דאס איז געאייגנט פאר חובבי מוזיק והכלי זמר, ווי דו רופסט עס.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

אז מ'האט אוועקגענומען די ארגינעלע מוזיק, פארלירט עס האלב פון איר ווערד. א יאסעלע'ס שטיקל אן דעם זיסן ארגאן איז ווי א תשעה באב בענקל אן א האנטוך.
An article a day keeps the babies away
לחיים ולברכה
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 22, 2007 1:10 pm
לאקאציע: אונטער'ן נעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחיים ולברכה »

כמאשקע. יא קלארער נישט קלארער, נעם מיר נישט אוועק דעם ארגאן.
אם אין אני לי, אויב איך וועל נישט טוהן פאר מיינע אייגענע קינדער, מי לי, ווער וועט דאס טוהן אנשטאט מיר?
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

מאשקע און חיים ברוך, אויף דעם פרט בין איך זיך שטארק מחולק, אבער אין פאקט איז עס א מעטער אוו טעסט. מיין דעה איז, יאסעלעס שטימע ווענדט זיך נישט וואס פאר א בויך קוועטשענישן איך האב געהאט ווען איך האב עס געהערט צום ערשטן מאל. מיך באדערט, אז עס איז בכלל נישט קלאר געווארן.
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
פריץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 5:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריץ »

ווי קען מען הערן א שטיקעל פונעם טעיפ?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32533
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

גוד עפטער נון, דיס איז וויכטיג מאכער, עט די ק.נ.א. נעטווארק...

מיר האבן היצטערט ערהאלטן א נאטיץ, אז אין די נאנטע טעיג, וועט זיך געפונען אויף די שעלווס פון אלע מוזיק סטארס, א צווייטע חלק, פון 'עוד יוסף חי'...

די אלבוים ווערט דיסטריביוטעד דורך אדרת מוזיק...

פאר מער פרטים, ווארט אפאר טאג..

בעק טו יו צייטליך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

איך געדענק נישט צו ס'איז געווען עפעס אינצווישן, אבער קודם לייג איך אריין וואס מ'האט געטראפן
און אז איינער טרעפט נאך ביטע מיר שיקן פריוואט און מ'וועט אי"ה פארעכטן

דורך טאבאקא אום זונטאג יולי 04, 2010 7:16 am

ס'איז שוין ארויסגעקומען די דריטע עוד יוסף חי, און דא האט ער שוין נישט צוגעלייגט קיין נייע מוזיק, נאר קלארער געמאכט
ס'האט ניין שטיקלעך און איין אידישע ליד "יארצייט"

viewtopic.php?f=18&t=11626



דורך קהלת אום זונטאג יולי 04, 2010 10:17 am
viewtopic.php?f=18&t=11626



דורך טאבאקא אום זונטאג יולי 04, 2010 10:50 am
וואס ווילסטו מיטן איבערלייגן דעם לינק?

און אז איך שרייב שוין וועל איך ארויסברענגען מיינע מיינונגען אויף די אלע נייע טעיפ'ס פון יאסעלע אפי' וואס ווערן נישט דערמאנט אין דעם אשכול

לעולם יהא אדם, לחיים
איין מעלה איז, ס'האט דעם נייעם שטיקל "לעולם יהא אדם", נאך א מעלה איז, ס'איז אויסגעשטעלט אויפן סדר פון שחרית (כ'מיין אז ס'איז צוזאמגענומען צום ערשטן מאל) [אגב וואלט ער אויך געקענט אריינלייגן די שטיקל "והוא רחום", וואס מ'זאגט אויך ביי שחרית], ווידער א מעלה איז, ער האט געלאזט די ארגינעלע מוזיק.

אידישע לידער, לחיים
איין מעלה איז, אפגעשריבן די ניגונים, נאך א מעלה איז, פארשאפט די ווערטער פון "פאסטוכל" אויף רוסיש און איבערגעטייטש אויף אידיש, ווידער א מעלה איז, אפירגעקראצט צוויי פרישע לידער "רחם" און "די נבואה", און נאך א גרויסע מעלה איז, אראפגענומען די קראצעס פון "דער טלית"
און יעצט די חסרונות (דא וועל איך נישט ציילן...), אריינגעלייגט "שולמית" און "געבעט" אן די ווערטער, צוזאם געשטעלט "שולמית" מיט "ראזשינקעס מיט מאנדלען" וואס איז באמת צוויי באזונדערע לידער, ס'פעלט היפש לידער ווי "דאס פארטריבענע טייבעלע" "מיין הייליג לאנד" "דער פאגראם אין קישינוב" "תנחום" און נאך (כ'וועל עס אי"ה ברענגען אינעם אשכול אלטע אידישע לידער).

עוד יוסף חי #1 #2, אדרת
איין מעלה איז, קלאר און פריש געמאכט
די חסרונות, צוגעלייגט נייע מוזיק מיט כאר צו געוויסע שטיקלעך (אין אלגעמיין די וואס קענען שוין די שטיקלעך ואני הקטן בתוכם גלייכן דאס נישט), ס'איז צומישט אן קיין שום סדר, די ערקלערונגען און היסטארישע ידיעות איז אויף ענגליש, ועל כולם ס'קאסט אביסל צו טייער...

עוד יוסף חי #3, אדרת
דאס אויבנדערמאנטע, מיט אפאר מעלות מער איינס, ער האט נישט צוגעלייגט קיין מוזיק, צווייטנס, ער האט געשריבן דאס ביכל אויף אידיש און לה"ק (כאטש נאר צוויי זאכן האבן מיט יאסעלע, די איבריגע איז נאר אבי אין די וועלט אריין אנצופילן די בלעטער)
און די חסרונות די אויבנדערמאנטע ועוד אז ס'האט נאר צען שטיקלעך, ווי אויך אז דאס שטיקל כי הם חיינו איז א האלבע שטיקל וואס הייבט זיך באמת אן פון אנהייב אהבת עולם.


דורך 1x1 אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 11:27 am
טאבאקא, Thanxs, and keep up to
enhance היכל הנגינה!



דורך סאכדעס אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 8:15 pm
יישר כוח טאבאקא



דורך טאבאקא אום זונטאג יולי 18, 2010 5:23 am
כ'האב נישט פארשטאנען וואס ס'מיינט enhance (מיין ענגליש איז זייער א שוואכע בעצם) האב איך עס איבערגעטייטש ביי גוגל טרענסלעיט זאגט ער אז ס'מיינט פארבעסערן
וועל איך דא טאקע פארשלאגן א געדאנק [וואס ליגט מיר שוין לאנג אין קאפ] וואס איך האלט אז ס'וועט שטארק פארבעסערן דעם היכל הנגינה און אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם -און בעיקר די מנהלים זאגן דערצו
ווי איך זעה איז דא א היפשע פאר אשכולות וואס דאס ווייזט אויף א שטיקעלע אינטרעסע אין עולם החזנות, וואס איז בעצם א וועלט פאר זיך, און ווי איך פארשטיי איז די איינציגסטע פארבינדינג וואס חזנות האט מיט נגינה אז ביידע שרייבט מען אויף נאטן...
חוץ דעם איז עס א פארצווייגטע גרויסע מסכת פאר זיך, און ס'זיכער דא אסאך וואס גלייכן נגינה און נישט חזנות, (און מעגליך פארקערט אויך)
דעריבער וואלט איך געהאלטן אז מ'זאל מאכן א באזונדערע "חזנות ווינקל" אין היכל הנגינה, מיט אייגענע נייעס, און ווידיאוס פון אלטע און נייע חזנים, אונטערוויו'ס, און פארשטייט זיך בעיקר פארומ'ס
אבער אויב דאס איז נישט מעגליך, זאל מען כאטש עס מאכן פאר א סוב פארום אזוי ווי 'ולאחיו יאמר' און 'טעכנאלאגיע' האבן,
איך האלט אז ס'וועט זיין א שטארקע זאך, און יעדער וועט הנאה האבן דערפון
(מעגליך אז מ'דארף מאכן דערפון א אנקעטע אין א באזונדערן אשכול, אבער קודם לאמיר זעהן צו איינער רופט זיך אן)




דורך שטארק זיך אום זונטאג יולי 18, 2010 1:15 pm

מיר שמעקט אויך טאבאקא'ס פראפאזיציע,

אוואו זענען זיי, די מנהלים.
שרייב תגובה

צוריק צו “חזנות ווינקל”