מאגן ברענען
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact
מאגן ברענען
וואס קען מען טוען צו מאגן ברענען אויסער עסן טאמס?
וואו איך פארשטיי קומט דאס פון עסן עסידס. אבער איך האב יעצט געפערליכע מאגן ברענען; און איך קען זיך נישט דערמאנען וואספארא עסידס איך האב היינט געגעסן.

איך האב עס געזאגט.... סתם אזוי. איך האב עס געפרעגט.... סתם אזוי.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35247
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
הערטס מיך צו אלע, איר וועט אוודאי קוקן אויף מיר מיט גאר גרויסע אויגן, די עצה איז נעמט א גרין'ם עפל.......!!! (וואס קוקסטו אזוי אויף מיר?? יא איך ווייס אז די וועסט פרעגן וווווווווואאאאאאאאסססס עעעפפפללללל???????? דאס איז דאך די ערגסטע... אבער פאלג א עצה פון א גוטע איד....) שיילט דאס אפ און עסט דאס אויף, עס איז גאראנטירט אז ביז 5-10 מינוט איז מען פטור דערפון פאר א היבש ביסל צייט, איך קען נישט זאגן קיין זייגער ווילאנג אבער לכאורה אזוי לאנג ווי טיילענאל העלפט.....
מנא ידעה?? הערט א מענסע איך בין אויפגעוואקסן פון אלס קינד מיט יאמערליכע ברענערייען, פארשטייט זיך אז איך האב אלס קינד נישט געוואוסט אז סאמטינג איז ראונג און איך בין אנדערש ווי נארמאל, איך האב מיט געמאכט שבע מדורה 'גיהינם', למעשה האב איך זיך צוגעוואוינט דערצו, פון די אלע עצות וואס די עולם שרייבט דא איז ביי איינער וואס ליידט שטארק אויף דעם וועט עס גארנישט העלפן (חוץ טאמס פאר א קורצע וויילע) און יעדע זאך אפילו וואסער קען גורם זיין ממש אויף פארקערט אז דאס זאל זיך פארשטארקערען, וכך גדלתי, ביז איך בין איינמאל אנגעקומען צו א בר מצוה סעודה, און מיין חבר זעט אז איך שפרינג פאר יסורים, פרעגט ער מיר וואס גייט פאר, האב איך אים פארציילט אז עס ברענט אויף תולה ארץ (שמערי, וואס??), זאגט ער מיר ווייסטו וואס איך האב אן עצה פארדיר, איך פלעג אויך ליידן אויף דעם און איך בין געלאפן צו אלע דאקטוירים און זיי האלטן אז עס איז א בעקטעריע און די מאגן (נישט סתם איבריגע עסיד), זיי האבן נישט געהאט קיין רפואה פאר אים, ביז ער האט אנגעטראפן א חשובע איד אין ארץ ישראל, וואס האט אים געזאגט די עצה פונם עפל, וכך עשה, והפלא ופלא ווי דאס העלפט.
ומצוה גדולה צו מפרסם זיין די עצה פאר אלע 'גהינם' ליידענדע.

- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14263
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
למעלה משבעים;
דערמאנסט מיר פון דעם "עיטש פיילארי וויירוס" אין די מאגן וואס שאפט ענליכע יסורים צו מאגן ברענען, ס'יז אבער נישט דאס.
איך וואונדער מיך אז דו ביסט יא געגאנגען צו דאקטוירים פארוואס האבן זיי נישט געטעסט פאר דעם וויירוס. געווענליך גיבט מען שטארקע אנטיביאטיק דערפאר פאר עטליכע וואכן און עס גייט אוועק, אבער נישט יעדער האלט פון דעם אנטיביאטיק (פריוו-עסיד).

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
עיטש פיילארי וויירוס
שוועמל האט געשריבן:למעלה משבעים;
דערמאנסט מיר פון דעם "עיטש פיילארי וויירוס" אין די מאגן וואס שאפט ענליכע יסורים צו מאגן ברענען, ס'יז אבער נישט דאס.
איך וואונדער מיך אז דו ביסט יא געגאנגען צו דאקטוירים פארוואס האבן זיי נישט געטעסט פאר דעם וויירוס. געווענליך גיבט מען שטארקע אנטיביאטיק דערפאר פאר עטליכע וואכן און עס גייט אוועק, אבער נישט יעדער האלט פון דעם אנטיביאטיק (פריוו-עסיד).
האט מיר איינער פונקט געפרעגט אן עצה דערויף...
שויתי השם לנגדי תמיד
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
שויתי'ניק האט געשריבן:דו ארבעטס פאר זיי? איך קען אויך זיך פארבינדן מיט מעקסי\סאלגער\וכו'. כאפסט?
אפשר מעקסי.
מרת צאללער שתח' איז באוויסט אז זי ארבייט די גאנצע צייט אויפצוקומען מיט "פארמלעס" קאמבענאציעס פון וויטאמינען פאר פארשידענע מייחושים ה"י, אדער אלס הכנה פאר דורות וכו'.
סא פארשטיי איך ווען איינער געט איר אדרעס. קען זיין אנדערע ארבייטן אויך אויף געוויסע וויטאמינען פאר געוויסע זאכען, אבער זי נעמט עס א שטאפעל ווייטער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
-
- שר העשר
- תגובות: 22
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2017 4:27 am
-
- שר האלף
- תגובות: 1124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm
בס"ד
די בעסטע וועג צו היילן/פארמיידן מאגן ברענען איז נישט עסן אפאר שעה פאר'ן גיין שלאפן. בדוק ומנוסה.
מבינים פרעגן פארוואס דאקטוירים געבן אזויפיל מעדיצינען פאר דעם - וואס האבן ריזיקעס אויפ'ן לענגערן טערמין - ווען מ'קען האבן פשוטע עצות דערפאר אינעם סדר היום.

ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
-
- שר האלף
- תגובות: 1124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm
איך עס נישט א לערך פין 5-6 שעה פארן גיין שלאפן אין אפילו הכא פלעג איך געפערליך צי ליידן פין מאגן פראבלעמען, וואס איך טוה יא איז איך עוויוד פעט פאר אלע קאסטן אין איך טריי צי עסען שטייט (מילכיגס מאכט אויך פראבלעמען) ווי אויך ווייס איך שוין היינט אז געוויסע מאכלים עגריען נישט מיט מיר ווי למשל עגגפלענט, פיסטערעמי.. אד׳ג אין פלאס נעם איך זענטעק ווען איך שפיר אז ס׳הייבט אן צי קיצלען.... אין ב׳ה