סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר
ב"ה
א נייע סעריע שמועסן און ידועות פון לעגענדארן מחנך הרב שאול קליין, אצינד אויף "קול מבשר" - אינפארמאטיווע ווינקל
212-444-1100
3-9 פון די מעין מעניו.
די נאמען פן די סעריע שיעורים איז "חצי שיעור" מערערע הסברים פארוואס די שיעור הייסט אזוי קענט איר הערן פון רבי שאול זז"ג אליינס אנהייב שיעור,
די שיעור אנטשפרעכט צו באהאנדלען אלע מיני אינטרעסאנטע נושאים וואס איז אינטרעסאנט פארן עולם, אזוי אויך זיין פערזענליכע עקספיריענס דורכאויס די יארן מיט ספעציעלע קינדער, און פון זיינע רייזעס ארום די וועלט.
די וואך באהאנדלט ער די נושא פון "גירסא דינקותא" און ער איז אפען צו הערן די מיינונג פונם ציבור וועלעכע נושא ער זאל רעדן.
הערט און האט הנאה.

-
- שר חמש מאות
- תגובות: 564
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
אי-רעלעווענט האט געשריבן:אויף די קנעפל קען מען נאר הערן די נייע שיעורים.
נאכן הערן די שיעור, קוקט אויס עס קומט גאר געשמאקע זאכן, ער מוז נאר זיין מער מסודר.
כפארשטיי נישט וואס הרב דרעזדנער קומט דארט אריין? ער גייט זיין יעדע וואך אדער נאר די וואך פארן אנהייב?!
לויט ווי עס קוקט מיר אויס פין די גאנג פין די שמועס די וואך, איז ר' שאול אומבאקוועם צו רעדן צו א טעלעפאון אן דעם וואס איינער זאל אויסהערן בשעת מעשה, פארדעם איז דא דארט דרעזנער ער זאל רעדן צו אים,
איך שעץ זייער דעם רבי שאול, איך האב זייער ליב צו הערן זיין קול און זיין שפראך, ווען מען הערט אים אויס לויפט די צייט זייער שנעל.
אגב אז מען רעדט שוין, ר' יצחק שלמה דרעזדנער טוט א געוואלדיגע ארבעט אויף קול מבשר! ער איז ממש אינוויזיבל דורך אויס די גאנצע אינטערוויא, און בפרט בשעת יענער רעדט! אויך ווען לייגט ער צו א ווערטל איז עס שטארק צו דער זאך.

אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1857
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
- fiena nieas
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5565
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
האב איך יעצט אויסגעהערט דעם וואכעדיגע חצי נזק.
זיין שפראך איז מורא'דיג. און די וועג ווי אזוי ער ברענגט ארויס געפילן איז ממש להפליא. שוין אפגערעדט פון די געוואלדיגע ידיעות.
און א סייד נאוט, די וואכעדיגע שיעור איז אויף די טאפיק פון 'יומער'. איך מיין דאס איז די מערסטע יומעריסטישע שטיקל פון די גאנצע שיעור. עס האט כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט'ן קעפל (ווי די חינוך מיט'ן מנחת חינוך).
איך האף אז ר' יצחק שלמה וועט עם קענען מאכן זיך האלטן צום טאפיק.

לעצט פארראכטן דורך שטאלצער יוד אום מאנטאג יולי 17, 2017 2:20 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר האלף
- תגובות: 1502
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
ר׳ שאול איז אלעמאל גוט, בכתב ובעל פה, און א ישר כח פאר ק״מ פאר דעם נייען אפטיילונג, אבער פארוואס קען מען נישט אמאל הערן זיין דעת/צוגאנג צו אקטואלע נושאים (current issues בלע״ז)? למשל, אינטערנעט עדיקשאן, לימודי חול אין די חדרים, די עקאנאמיע ביים היימישן עולם,-(חתונה בבית המדרש של ישיבת ר״י ראטה)אדער אפילו א אפשאצונג איבער די טראמפ פרעזידענטשאפט וכדומה?
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
שטאלצער יוד האט געשריבן:האב איך יעצט אויסגעהערט דעם וואכעדיגע חצי נזק.
זיין שפראך איז מורא'דיג. און די וועג ווי אזוי ער ברענגט ארויס געפילן איז ממש להפליא. שוין אפגערעדט פון די געוואלדיגע ידיעות.
און א סייד נאוט, די וואכעדיגע שיעור איז אויף די טאפיק פון 'יומער'. איך מיין דאס איז די מערסטע יומעריסטישע שטיקל פון די גאנצע שיעור. עס האט כמעט נישט געהאט קיין שייכות מיט'ן קעפל (ווי די חינוך מיט'ן מנחת חינוך).
איך האף אז ר' יצחק שלמה וועט עם קענען מאכן זיך האלטן צום טאפיק.
ממש אזוי. דער רבי שאול איז געוואלדיג!!! ער רעדט מיט אזא אפענקייט און מיט אזא געפיל, און אלעס מיט שכל הישר און קלארע פארשטאנד. א נחת אויסצוהערן.
- דערבארומדיג'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2924
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
געוואלדיג רייכע שמועס. איך זיך בכלל נישט איינער זאל אים האלטן צום טאפיק, וואס ער זאגט זאגט ער גוט סיי וואס דאס איז.
אגב יעצט פארשטיי איך די מענטשען וואס ווילן אז מען זאלן לאזן טראמפ זיין "טראמפ", זיי האבן עכט ליב זיינע טוויטס וואס איך האלט פארמיאוס, ווילד, און ציפלויגן. קיינמאל נישט פארשטאנען ווי אזוי מען וויל אוועקנעמען די קאנטראלערס...
אלענפאלס הרב דרעזדנער לאז ביטע שאול קליין זיין "שאול קליין"...

זקן מלא רחמים.
לא לנו האט געשריבן:אין צייט וואס אריזאנע דאקטוירים האבן דיאגנאזירט מקעין מיט זיין מחלה, האט ר' שאול קליין דיאגנאזירט אויף חצי שיעור, מר. טראמפ יר"ה מיט ADD
און נאך מיטן פולן 'ר' שאול קליינס ערנסטקייט' זאגט ער עס, איי א געשמאק.
הערליך ווען ער רעדט פונעם גרויסן שווער דער דעברעצינער רב זצ"ל און טשיקאווע ווען ער דערציילט פונעם באזוך פונעם סאטמארער דיין שליט"א בביתו אינדערצייט וואס דער רב זצ"ל פראקט אן דעם קליינעם.....
ר' שאול קליין בתפארתו!
איך האף אז די אלע חצאי שיעור זאלן נישט מבטל זיין די יערליכע שיעור שלם פון תשעה באב, האפנטליך שוין מתוך שמחה בקרוב.
דער נאמען חצי שיעור, אזוי טיפיקל ר' שאול, כ'האב געקלערט אז דא איז,גילטיג דער יסוד אז די חשיבות פון חצי שיעור איז וועגן חזי לאצטרופא, מ'קען פון יעדעס ווארט פון ר' שאול מצרף זיין און מאכן שיעורים שלימים.
כה לחי! חזק ר' שאול ואמץ ר' שאול, און אוודאי ווילן מיר אויך זעהן אייער געשריבענעם ווארט און טאג-בוך (געליינט מיט ר' שאול'ס ליטווישען מלואפום ווי געהערט אויפן חצי שיעור) איינטראגעס אין אונזער באליבטער 'די צייטונג'.
און אוודאי שקיה לטיבותא, ייש"כ ר' יצחק שלמה פארן ברענגען צושטאנד אזא באלערנדע (חצי) שיעור.
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
OD
דעם וואך האט ער אויסגעכאפט די מאמענט.
ער רירט אן א טעמע וואס ביי אונז ווערט עס זעלטן אזוי אויסגעשמועסט, און ער צולייגט עס נאך אין די לענג און אין די ברייט.
ער זאגט אפי' אין בית אשר אין שם מת
ער רירט אן א טעמע וואס ביי אונז ווערט עס זעלטן אזוי אויסגעשמועסט, און ער צולייגט עס נאך אין די לענג און אין די ברייט.
ער זאגט אפי' אין בית אשר אין שם מת
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1496
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
ברוך השם אז מען גייט רעדן דערפין אין די ראמען פון א היימישע פלאץ, קול מבשר.
די טעמע איז overdue צו רעדן צום ציבור. און יא, ״אין בית אשר אין שם מת״ איז ליידער גאנץ נאנט צום מצב.
די וואך האט ער דאס נאר אנגערירט אויפען שפיץ גאפל, לויט ווי איך פארשטיי קומט א לענגערס איבער די נושא אי״ה.

לעצט פארראכטן דורך פיצי קעפעלע אום מאנטאג אוגוסט 07, 2017 2:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1496
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
איך האב אויך שטארק הנאה פון די הערליכע שיעורים.
אין "די צייטונג" איז דא א בילד פון אים ביי זיין ארטיקל, אביסל אומקלאר.
אין "די צייטונג" איז דא א בילד פון אים ביי זיין ארטיקל, אביסל אומקלאר.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול