סאדאם חוסעין האט געשריבן:טשעסטנאט רידש האט געשריבן:ויש חולקין
אויף?
כ'ווייס נישט צו ער מיינט דאס, אבער די עצם ענין אויף וואס מקען נוצען מעשר געלט און אויף וואס נישט, איז א גרויסע מבוכה און די פוסקים, אז מ'קוקט אריין אין מדרש תנחומא פרשת ראה סימן יח שטייט דארט בזה"ל, עשר תעשר, עשר בשביל שתתעשר, עשר, כדי שלא תתחסר, רמז למפרשי ימים, להפריש אחד מן עשרה לעמלי תורה. און אזוי שרייבן אסאך פוסקים אז מעשר כהיום הזה איז מיוחד פאר די לומדי תורה.
די רמ"א שרייבט (יורה דעה סי' רמ"ט סיעף א)
ואין לעשות ממעשר שלו דבר מצוה כגון נרות לבית הכנסת או שאר דבר מצוה רק יתננו לעניים (מהרי"ל הל' ראש השנה)עכ"ל.
דער "אורח מישור" (על הדרכי משה) פרעגט פארוואס שרייבט נישט דער מהרי"ל און דער רמ"א אז דער טעם איז ווייל 'דבר שבחובה אינו בא אלא מן החולין'. "ונראה ליישב שהרמ"א ומהרי"ל דיברו
כשלא התנה שיוכל לקנות מצוות מממון המעשר, ולכן ממון המעשר שייך לעניים, וממילא כלל לא שייך להשתמש בממון עבור מצווה, ואין צורך להזדקק לנימוק ש"דבר שבחובה אינו בא אלא מן החולין".
ועי' במהר"ם שיק (יור"ד סימן ר"ל) אז נישט נאר וואס עס איז אסור צו קויפן אן אתרוג של מצווה פון מעשר, נאר אפילו לצורך הידור צוצולייגען צו די מעות חולין פון מעשר געלט לצורך הידור טאר מען אויך נישט, און איז מסביר אז דווקא ביי חגיגה זאגט די גמרא אז ס'מותר לטפול מעות מעשר ומעות חולין, ווי די גמרא לערנט עס ארויס פון א פסוק, אבער אויף אנדערע פעלער איז עס נישט געזאגט געווארן, ואין למידים מחידוש.
ווידער אנדערע פוסקים (עי' בלקט יושר יו"ד ע' ע"ו ועי' בצל החכמה ד' קס"ד) זענען מחולק, און האלטן אז מעשר אויב נעמט מען זיך אויס בעפאהר אז עס איז נישט שייך לעניים, קען עס גענוצט ווערן לכל דבר מצוה וואס איז נישט קיין חיוב אויף דיר, למשל ווי איר האט געשריבן הידור באתרוג, קידוש אויף וויין וכו'.
לגבי שכר לימוד, קען מען -לויט דעם- צאלן פון מעשר געלט, אבער נאר ביי קינדער וואס לערנען תורה (נישט נירסערי ווען ס'איז אויף אן אופן פון פאן וכו') אדער מיידלעך וואס מלערנט דארט הלכות (נישט אויף די ענגלישע חלק) ווי אויך אפילו ביי די קינדער וואס לערנען תורה איז עס געזאגט געווארן ביי לימודים וואס עס איז נישט די אחריות אויפן טאטען אויסצולערנען, למשל מקרא איז א חיוב אויפן טאטען, אויסצולערנען פארן קינד. (קען ער עס צאלן אויפן חשבון פון אנדערע לימודים).
בכל אופן איז עס געשריבן געווארן לחידודי הלכה בעלמא, אבער עס איז כדאי צו געבן א פרעג אייער מורה הוראה כדת מה לעשות.
יש עוד להאריך בזה ועוד חזון למועד אי"ה.