די נייע פאלם טריאו 800W

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
MUTCHE
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 09, 2007 1:09 pm
לאקאציע: דא

די נייע פאלם טריאו 800W

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך MUTCHE »

פאריגע וואך האט פאלם האט ארויס געגעבן די ערשטע סמארטפאון וואס פארמאגט wi-fi און GPS טעכנאלאגיע - די טריאו 800W.

בילד

די לעצטע סמארטפאון וואס פאלם האט ארויס געגעבן איז געווען די סענטרא וואס איז ארויס געגעבן געווארן באלד א יאר צוריק. די סענטרא'ס עיקר חידוש איז געווען די סייז און פרייז, ווייל עס איז געווען עטוואס קלענער ווי די טריאו'ס ביז דאן, און בעיקר די פרייז פון הונדרעט דאללער האט דאס געמאכט א דבר השווה לכל, און דערפאר האט פאלם עס א נאמען געגעבן סענטרא און נישט טריאו, ווייל די ברענד סענטרא איז מער אן עפארדעבל ברענד, מה שאין כן די טריאו ברענד איז מער א ביזנעס ברענד.

אויף די נייע טריא 800 זעהט זיך דאס טאקע ארויס מיטן פרייז פון 250$ וואס איז טייערער ווי די סענטרא'ס הונדרעטער, און עס איז גרעסער ווי די סענטרא.

די טריאו 800 ארבעט אויף ווינדאוס מאביל 6.1 פראפעשענל, און עס קומט מיט פיל ווינדאוס אפליקעישנס ווי מייקראסאפט אפיס מאביל (וואס פארמאגט עקסעל, פאוער פוינט, און ווארד), ווינדאס לייוו פאר בילדער און ווידעאס, PDF Viewer , ספרינט נעוועגעישן פאר די GPS, ספרינט TV, ספרינט בעקאפ, וכו'. אויך קומט דאס מיט א פאר געימס ווי באבעל ברעיקער, סאליטער, סאדאוקא, און נאך...
די פאון פארמאגט א 2.0 מעגאפיקסל קעמרע, בלאטאס, wi-fi און GPS. עס איז טאקע גרעסער ווי די סענטרא און אביסל שווערער, אבער עס איז די מערסטע פארגעשריטנסטע סמארטפאון וואס פאלם האט ביז היינט אהערגעשטעלט, פאר איינער וואס באנוצט זיך שוין מיטן פאריגן טריאו'ס 755 וואס ארבעט אויף ווינדאוס מאביל, איז דאס נייער 800 פיל פאכיג בעסער און פארמאגט אסאך מער. פאר איינער וואס וויל דווקא די פאלם אפערעיטינג סיטעם (ווי ביים סענטרא), קען זיצן און ווארטן אויפן נעקסטע פאון...
בילד
עס פארמאגט א ספעציעלן קנעפל פון אויבן וואס ערלויבט זיך צו קאנעקטן דורך די wi-fi, אזוי עס ווערט געזעהן אינעם בילד.


פאר ווער עס איז נייגעריג האב איך אהער געשטעלט די דעטאלן און פארגלייך צום סענטרא און צום לעצטן טריאו 755 וואס ארבעט אויף ווינדאוס מאביל:
בילד
פון רעכטס צו לינקס: די טריאו 800, די טריאו 755, די סענטרא


די סקרין דיספלעי איז 320X320 (פונקט ווי די סענטרא, און בעסער ווי די 755)
עס פארמאגט בלאטאס 2.0 (די סענטרא האט 1.2, מיט דעם איז די 800 איז פיל מער פארגעשריטן מיט אסאך דעטאלן שאין כאן המקום לפרטם)
2.0 מעגא פיקסל קעמרע (סענטרא האט נאר קעמרע פון 1.3 מעגאפיקסל און אזוי אויך די 755)
170 מעגאבייטס ליידיגע מעמארי אינעם פאון (קעגן די סענטרא'ס 64 און די 755'ס 43 מעגאבייטס).
עס פארנעמט microSD קארטלעך ביז אכט גיג (די סעטרא נעמט נאר אויף ביז פיר גיג, און די 755 נעמט miniSD ביז פיר גיג).
עס וועגט 5.0 אונסעס (די סענטרא וועגט 4.4 און 755 וועגט 5.4) עס איז לאנג 4.41 אינטשעס (קעגן 4.22 פון סענטרא, און 4.44 פון 755) און ברייט 2.28 (קעגן 2.11 פון סענטרא און 2.3 פון 755).

עס איז דא צובאקומען אויף די ספירנט נעטווארק פאר 250$ מיט א נייעם צוויי יאר קאנטראקט, אדער 600$ אן א נייע פלאן.
לעצט פארראכטן דורך MUTCHE אום פרייטאג יאנואר 16, 2009 2:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

זייער א שיינער און דעטאלירטער באריכט. כ'האב געהערט פון א חבר אז דאס איז זייער א גוטע טעלעפאן (אזוי פלעגט מען עס רופן, יא?...), אבער ער האט עס נאכנישט אויספרובירט.

איך ווארט צו הערן א באריכט פון עמיצען וואס האט דאס שוין.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אז ס'נוצט נישט פאלם OS מיינט דאס אז ס'קראכט נישט?

און ווי איז מיט די טריאו 755 קראכט דאס אויך נישט (כ'האב נישט געוויסט דעם פאקט אז ס'איז פאראן א טריאו וואס ארבעט מיט ווינדאוס)
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דאס איז שוין דאכט זיך די דריטע מאדעל פון פאלם וואס ארבעט מיט ווינדאוס. אויב האט עס א W ארבעט עס מיט ווינדאוס.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

זייער שיינע באריכט, ייש"כ.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

thefact האט געשריבן:אז ס'נוצט נישט פאלם OS מיינט דאס אז ס'קראכט נישט?
און ווי איז מיט די טריאו 755 קראכט דאס אויך נישט (כ'האב נישט געוויסט דעם פאקט אז ס'איז פאראן א טריאו וואס ארבעט מיט ווינדאוס)

ניין עס קראכט אויך אויב נישט מער - איך האב געהערט פון איינעם וואס האט געהאט א טריא 700W האט ער מיר געזאגט אז עס האלט אין איין קראכן.
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

איך פלעג אמאל האבען א motorola Q און סאיז נישט געווען אויסצוהאלטן, סהאט אסאך צוטוהן מיט די הארדוער אזוי וי א קאמפיוטער שפילט די פראסעסער א גרעסערע ראלע ווי די OS
לאצי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאצי »

איך האב א treo 800w אין עס פריזט גאנץ אסאך.
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

וואס א חילוק אויב עס ניצט ווינדאס אדער פאלם??
צווייטענס איז עס בעסער ווי א סענטרא ??
לאצי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאצי »

KCSP האט געשריבן:וואס א חילוק אויב עס ניצט ווינדאס אדער פאלם??
צווייטענס איז עס בעסער ווי א סענטרא ??

ווינדאס איז אזוי ווי א קאמפיוטער אין פאלם איז סתם פאן פראגרעמס

אסאך זאכן איז עס בעסער ווי א סענטרא באט אסאך זאכן איז א סענטרא בעסער.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

לאצי
איך זעה ביזט נישט קיין לאצי
מיט וואסערע זאכן איז סענטרא בעסער?
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

איך מיין צי פרעגן וואס גען איך טאמיר עס איז פאלם אדער ווינדויא ??
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”