די פונקטליכער צייט ווען מען האט אנגעהויבן זיך צו באניצן מיט עברי-ערבי'שער שפראך איז שווער צו דערגיין. עס איז דא באווייז פון עפעס א עברי-ערבי'שער דיאלעקט נאך פאר די "איסלאמישע-אונטערווארפונג" אין די זעקסטע יארהונדערט. די שפראך איז דאן גערופן געווארן "al-Yahūdiyya". די דיאלעקט איז געווען ענליך צו אראביש, אבער אויסגעמישט מיט לה"ק אין אראמישע ווערטער. מען זעט נישט קיין באווייז אז מען האט אויך געניצט די שפראך אויף צו-שרייבן. באזונדער ווען מען באטראכט די ווערק פונעם דעמאלט'דיגן אידיש'ן דיכטער, "שמואל בן עדיה" וואס איז געשריבן געווארן אין ריין אראבישן שפראך.
נאך די גרויסע "איסלאמישע-אונטערווארפונג" האבן די אידן אין די איסלאמישע לענדער אדאפטירט די אראבישע שפראך, און צוביסלעך אויך אנטוויקלט די שפראך שריפטלעך. אין די קומענדיגע הונדערטע יארן איז עס צעשפרייט געווארן אין אלע אראבישע לענדער. פון איראק און תימן אויף מזרח, ביז שפאניע און מאראקא אויף מערב.
א גרויסע חלק פון איבערזעצן די שפראך אויף לה"ק, איז מיט די הילף פון ספרי רבינו סעדיה הגאון. ווי באקאנט, אז ביי די דרייסיג יאהר איז ער געווען אין טבריה און האט ער זיך געטראפן מיט די "בעלי מסורה" וואו ער האט מקבל געווען דקדוק אויף תנ"ך. שפעטער ווען ער איז צוריקגעקומען קיין בבל, האט ער איבערגעזעצט די תורה אויף אראביש. און געשריבן ספרי דקדוק און פיוטים אויף אראביש . און אסאך געשריבן אין אראביש אויף א-ב אותיות.
רוב ספרים פונעם מיטל-אלטער זענען געשריבן געווארן אין כתב עברי-ערבי. עס איז איבערגעזעצט געווארן פאר די יהודי אשכנז און צרפת. מערסטנטייל פון די ספרים זענען
איבערגעזעצט געווארן דורך "משפחת אִבְּן תִּיבּוֹן". באקאנט אלס "התיבונים".
° יהודה בן שאול אבן תיבון - תרגם: הנבחר באמונות ודעות, ספר כוזרי, חובות הלבבות ועוד.
° שמואל אבן תיבון (בנו של יהודה) - תרגם: מורה נבוכים, חלקים מפירוש משניות לרמב"ם ועוד.
° משה אבן תיבון (בנו של שמואל) - תרגם: מילות ההגיון, ספר המצוות לרמב"ם ועוד.
° יהודה בן משה אבן תיבון - רב מונגוליה - פראנקרייך. -פון זיין פעטער יעקב בן מכיר ווייסט מען אז ער האט איבערגעזעצט אסאך ספרים-.
° יעקב בן מכיר אבן תיבון (נכדו של שמואל) - אסטראנאמער (על פי הרמב"ם), און מתרגם על ספרי אסטרונומיה
° אברהם אבן תיבון - ספר הנהגת הבית (Economics) לאריסטו.
° משה בן יצחק אבן תיבון - מעתיק ספרי קבלה קנדיה.
פונקט ווי אידיש, האט די אידיש-אראבישע שפראך א גרונד-שפראך. און א גרויסע טייל דערפון א געמיש פון לה"ק מיט אראמיש. דאס איז געווען א טייל פון די געשפרעך אינעם גאנצן לעקסיקאן. אזוי אויך אין פאנאלאגיע, מארפאלאגיע און סינטעקס [זאצ-אויסלייג].
צום ביישפיל. דאס צולייגן פאר א ווארט אין אראביש 'il', אנשטאט 'את' אין לה"ק. אזוי ווי, "liyigi wa’t il-mašia" אין עברי-ערבי'ש: "ליגי וקת אל משיח" - צו ווארטן און האפן אויף משיח.
די אידן אין מוסולמענישע לענדער האבן פרובירט אפצושיידן זייער שפראך פון די אלגעמיינע שפראך, מיט'ן זיך געבן אייגענע נעמען ווי "illuğa dyalna" - אונזער שפראך. אין מאראקא רופט מען עס, "il‘arabiyya dyalna" - אונזער אראביש. און די אלגעמיינע אראביש רופן זיי "il‘arabiyya dilmsilmīn" - מוסולמענע אראביש.
היינט צוטאגס איז שוין כמעט נישטא ווער עס האלט נאך אן די שפראך אלס אפיציעלע לעקסיקאן. צוליב וואס עס איז שוין כמעט נישט דא קיין אידן וואס וואוינען אין אראבישע לענדער. מערסטנטייל פון די אידן וואס האבן געוואוינט אין אראבישע לענדער, האבן זיך געצויגן קיין ארץ ישראל, וואו די ציונים האבן געלייגט גרויס דרוק אז מען זאל נישט ניצן די אלטע אידיש-אראבישע שפראך. אנדערע האבן אימיגרירט קיין פראנקרייך און צפון אמעריקע וואו מען האט זיך אסימילירט צו די ארטיגע שפראך.
היינט איז נאך דא א אידישע קהילה אין מאראקא אבער זיי רעדן מער פראנצויזיש ווי די מאראקאנער עברי-ערבי. עס איז נאך דא וואס רעדן די שפראך אין ארץ ישראל און נאך פלעצער און עס איז דא ראדיא-שאו אויף די 'מאראקאנער' שפראך אין ארץ ישראל. אבער די וואס רעדן נאך די שפראך ווערן עלטער און פארמינערט
עברי-ערבי judeo-arabic און איהר היסטאריע
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
יישר כח, זייער אינטערסאנט!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אינעם געיעג צו דאקומענטירן די אריגינעלע שפראך ביי די לעצט פארבליבענע אידן וואס קענען און רעדן נאך עברי-ערבי, האט די ראדיאו סטאנציע פי-אר-איי (public radio International) געטראפן דריי אידישע פרויען, וואס שטאמען פון איראק און רעדן נאך היינט צווישן זיך א פליסיגן עברי-ערביש אויף די איראק'ישער ווערסיע.
די פרויען - 'אלסי סאלאמאן' 'גלאדיס קאטטאן' 'ליזעט שאשוע' - (Elsie Solomon, Gladys Kattan, Lisette Shashoua) וואוינען היינט אין מאטריאל, וואו זיי זענען אנגעקומען נאך א לענגערע גלות אין איטליכע לענדער פון איראק, ווען עס איז געווארן אוממעגלעך פאר א איד צו וואוינען דארט. ווען מען איז אויסגעשטאנען געפערליכע ברוטאלע רדיפות פון די ארטיגע רעגירונג.
ווי זיי פארציילן, איז זייער שווער צו רעדן היינט די שפראך וואס איז זיי אזוי באליבט פון זייער יוגנט. מען ווערט שטענדיג דיסקרימינירט ווען מען הערט זיי רעדן די שפראך. סיי ביי אידן און סיי ביי גויים וואס מיינען אז דאס איז געהעריגע אראביש. נישט דערקענענדיג א צווישנשייד צווישן די פארשידענע אראבישע שפראכן. אבער אן אראבער וועט גלייך דערקענען אז דאס איז נישט די איסלאמישע דיאלעקט.
http://246mag.com/recapturing-judeo-ara ... t-dies-out
איינע פון די פרויען "ליזעט שאשוע" האט אין יאהר 2013 געגעבן פאר די קאנאדישע פארלאמענט א גאר דעטאלירטע גראפישע עדות'שאפט, ווי אזוי די אידן האבן געלעבט אין איראק אונטער גרויליגע ברוטאלישע אומשטענדן ווערענדיג שטענדיג באשולדיגט אין שפיאנירן פאר מדינת ישראל.
https://openparliament.ca/committees/fo ... ua-1/only/

- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm