ווי קען איך פארקויפן מיין דעסקטאפ קאמפיוטער??

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

moishy08

ווי קען איך פארקויפן מיין דעסקטאפ קאמפיוטער??

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy08 »

איך האב מיר איינגעהאדעלט א דעסקטאפ פון קאמפעק שוין איבער א יאר צוריק, עס האט גאנץ א גוטע פראסעסאר , אבער איך זיך פטור צו ווערן דערפון ווייל איך האב שוין געשאפט א נייע , אבער איך וויל עס נישט פארקויפן אויף אי בעי , ווייל דארט פארקויפט זיך צענדליגע קאפיוטערס אין ווער וועט זיך מרחם זיין אויף מיין ??
אויב איינער ווייסט ווי איך קען דאס פארקויפן פאר א גוטע פרייז ,אדער ער וויל עס קויפן זאל זיך ווענדען צו מיר אין אישית
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

איך האלט אז זאלסט עס יא ארויפלייגן אויף איבעי, מען קען דארט אסאך מאל עס גיט פארקויפן אפילו עס איז דא נאך אסאך אנדערע,
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

אפשר קרעיג ליסט http://www.craigslist.org עס איז א לאקאל איבעי

פארגעס אבער נישט אז עפעס וואס די האסט געקויפט א יאר צירוק אין די סטארס קען זיין אז די פרייז איז שוין געפאלן אויף העלפט.
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

פארוואס נישט אין קרעטשמע ??

לייג ארויף די כלליות'דיגע פרטים, You never know......
שיכור
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2007 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיכור »

איך מיין אז די בעסטע פלאץ וועט זיין אויפן דבר יום ביומו אדער די קלעסעפייד

איך האב שוין אפאר מאל געזעהן לעפטאפס צו פארקויפן פארן שפאט ביליגן פרייז פון $475
און אויף איבעי קענסטו האבן די זעלבע זאך פאר $300
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

מוישי
לאז אונז וויסן וועלכע עצה האט גענוצט
למען ידעו...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

לאז אונז אויך וויסן פארוואס דו האסט עס פארקויפט...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

שוועמל האט געשריבן:לאז אונז אויך וויסן פארוואס דו האסט עס פארקויפט...

ער האט דאך שוין געלאזט וויסן לעיל, און איך ציטיר
moishy08 האט געשריבן:איך זיך פטור צו ווערן דערפון ווייל איך האב שוין געשאפט א נייע
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
a one

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך a one »

ווייל די אלטע טויגט אויף כפרות, הא?
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

שיכור האט געשריבן:איך מיין אז די בעסטע פלאץ וועט זיין אויפן דבר יום ביומו אדער די קלעסעפייד

איך האב שוין אפאר מאל געזעהן לעפטאפס צו פארקויפן פארן שפאט ביליגן פרייז פון $475
און אויף איבעי קענסטו האבן די זעלבע זאך פאר $300

אמת איך זע אזעלעכע זאכן זייער אפט און עס באדערט מיך אביסל אז מענטשן נוצן אויס אנדערע מענטשן'ס אומוויסנד שאפט אנצופילן זייערע טאשן.

איינמאל ווען עס איז געקומען אז איך האב עפעס געוואלט פארקויפן איז מיר בייגעפאלן א לימוד זכות (אל תדין את חבירך עד שתגיע) אז ס'דא אסאך מענטשן וואס ווילן נישט קויפן אויפן אינטערנעט אפילו זיי ווייסן קלאר אז עס קען זיין פיל ביליגער. די סיבות (וואס איך טראכט מסתם איז דא נאכאמאל אזויפיל אדער מער)
ער האט נישט קיין קרעדיט קארטל,
ער האט זיך איינמאל אפגעבריט מיט אזא מקח און ער האט נישט געוואוסט אז 99% קען מען צוריק באקומען דאס געלט מען דארף נאר טון די ריכטיגע השתדלות, ער האט נישט קיין קאמפיוטער,
ער האט נישט קיין שיפינג אדרעס וואס ער קען נוצן (בחורים וכדו'),
ער גלייכט צו זעהן די סחורה פאר ער באצאלט דערפאר

במילא בין איך געקומען צו די מסקנה אז עס איז נישט קיין חי'ש קייט צו עדווערטייזן פארן היימישן ציבור פאר פיל טייערער... כנלע"ד
אז איינער וויל טון לפנים משורת הדין קען מען אפשר מודיע זיין פארן קונה אז אויפן אינטערנעט קען מען באקומען די פראדוקט פאר למחצה ולשליש ולרביעי.

(מיט די אלע תירוצים האב איך עס למעשה ארויף געשטעלט אויף איבעי.)
שרייב תגובה

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”