קרית יואל: פארמירונג פונעם נייעם "טאון אוו פאלם טרי"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינעם היינטיגען 'רעקארד' איז דא א פרישער אפדעיט אינעם 'נארט מאנרא' טאון אנטוויקלונג, ווען די קאונטי האט געלאזט מעלדן אז זיי האבן באשטעטיגט צו דאטומען און פלעצער ווי עס וועלן אפגעהאלטן ווערן "פאבליק הירינגס" פאר איינוואונער פון קרית יואל און מאנרא, צו לאזן הערן זייער מיינונג און קאמענטארן איבער די שאפונג פון די נייע טאון.

די דאטומען זענען איין טאג געריקט, קומענדיגען יולי דעם ניינצענטן וועט די הירינג פארקומען אין קרית יואל אינעם בית רחל פאראדייס זאל אויף בעיקרטאון ראוד, און א טאג דערויף וועט די הירינג זיין אינעם מאנרא-וואודבורי שולע געביידע אין טאון אוו וואודבורי.

אין די זעלבע באריכט ווערט געמאלדן אז די לעגיסלאטור האט באשטעטיגט און באאויפטראגט מר. דעיוויד טשורטש פון די קאונטי פלאנירונגס אפלטיילונג אז ער זאל גיין פאראויס און אנהייבן ארבייטן אויף א שטודיע וואס זאל שטודירן די רעזלוטאטן פון אזא טאון אפטיילונג, די שטודיע וועט נאכדעם פארעפנטליכט ווערן און באזירט אויף דעים און די פאבליק קאמענטארן, וועט די לעגיסלאטור אפהאלטן אן אפשטימונג צו באשטעטיגען אדער אפווארפן די פארלאנג, וואס אין פאל פון א באשטעטיגונג איז דאס נאר א צו באשטעטיגן אז א רעפערענדום קען אפגעהאלטן ווערן אין טאון אוו מאנרא ווען די וויילער וועלן האבן דעם ענדגילטיגען געלעגנהייט צו באשטעטיגען אדער אפווארפן די צוטיילונג און שאפונג פונעם נייעם טאון.

די רעקארד באריכט:
http://www.recordonline.com/news/201705 ... rth-monroe
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

די היינטיג פאוטא ניוז איבער די 'נארט מאנרא' טאון:
http://www.thephoto-news.com/apps/pbcs. ... -of-Monroe

(מערקט די קאמענטארן פון די 'פרידליכע שכנים' וועלכע פארלאנגען א 'וואנט' נאכדעם וואס די נייע טאון ווערט געשאפן...)

The parting of Monroe
Orange County legislators set dates for public hearings on the proposal to create a Town of North Monroe

PUBLISHED MAY 18, 2017 AT 6:58 PM (UPDATED MAY 18, 2017)

[align=center]This is the map originally submitted last September to the Orange County Legislature with the petition requesting the creation of a new municipality from within the Town of Monroe. It included the Village of Kiryas Joel and 381.9 acres in the unincorporated section of the Town of Monroe north of Route 17. According to Kiryas Joel Village Administrator Gedalye Szegedin, the boundaries are still being negotiated.[/align]

By Bob Quinn

GOSHEN — A committee of the Orange County Legislature approved measures this week that would allow the county’s Planning Department to start a preliminary environmental assessment on the impact of splitting the Town of Monroe into two distinct municipalities.

In addition, the members of the Rules Committee also scheduled a public hearing on the proposal for Wednesday, July 19, at Bais Rachel Paradise Hall in Kiryas Joel and for Thursday, July 20, at Central Valley Elementary School. Both sessions will begin at 6:30 p.m.

The legislators are acting on a request made last September by Monroe town residents living north of Route 17 to create a separate town that would include the Village of Kiryas Joel.

The Legislature would not create the new town.

Rather, the lawmakers must decide whether to allow a referendum on the matter so that the residents of Monroe, including those living in the Villages of Harriman, Kiryas Joel and Monroe, may decide.

Background
For several months now, L. Stephen Brescia, chairman of the Orange County Legislature, has held meetings with County Executive Steven M. Neuhaus, Legislators Michael Amo, Katie Bonelli and Myrna K. Kemnitz, Kiryas Joel Mayor Abraham Wieder, KJ Village Administrator Gedalye Szegedin and members of United Monroe to negotiate the issue. No one from the Town of Monroe nor the Monroe-Woodbury School District has participated.

The outcome of those negotiations would be wide-ranging and would affect many things now in play regarding Kiryas Joel.

Village leaders are searching for ways to accommodate its growing population within its cultural and religious ways of life. The initial steps to accomplish this were annexation bids, one for 164 acres and another for 507 acres. The county and a consortium of neighboring municipalities and non-profits are appealing a judge’s ruling that allowed the 164-acre annexation.

The larger one remains in court.

Meanwhile, some members of the Hasidic community are not waiting for annexation. They are seeking single-family homes in Monroe, Blooming Grove, Woodbury and elsewhere.

Question remains:

If voters approve the formation of the Town of North Monroe, would the lawsuits and appeals be dropped?

Would allowing the creation of a new municipality be viewed as a way to circumvent the rules and regulations governing annexation?

What would this affect the Monroe-Woodbury School District, in terms of student population, revenues and expenses?

When to hold the referendum
At Wednesday’s meeting of the Rules Committee, Legislative Counsel Antoinette Reed updated the lawmakers on several issues.

The first dealt with the date for a referendum. As things stand now, the referendum needs to be on the Monroe Town ballot that includes the election of town officials. The town supervisor and two members of the town board are up for election this November.

The Legislature must act by Sept. 21 in order to have a referendum on this year’s ballot.

Reed reported that the county would need to petition the state Legislature to allow for a special election. She also said a special election, one that would include only Monroe voters, would cost the county more than $62,000.

‘Unlisted action'
The lawmakers held off endorsing one part of the Town of North Monroe. In their request to the Legislature, the petitioners indicated there was no need to State Environmental Quality Review because the creation of the new municipality would be “an Unlisted action.”

According to the State Department of Environmental Conservation: “Unlisted actions are the largest category of actions subject to review under SEQR. As may be implied from their name, no list has been made of them, in part because it is impossible to anticipate in advance every potential discretionary decision of government. Unlisted actions may range from very minor zoning variances to complex construction activities falling just below the thresholds for Type I actions, or from the granting of minor permits to the adoption of major regulations.”

Reed, in her remarks, disagrees with the petitioner’s assessment.

But the lawmakers did give County Planner David Church and his staff the go-ahead to put together a preliminary assessment, using information already in hand from the department’s work regarding the Monroe-Kiryas Joel annexation bids.

He is expected to report back to the committee by its June 21 meeting.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

מיללער האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
1. איך פארשטיי אבער נישט דארף נישט קודם דער קאונטי לעגיסלאטור שטימען דערויף?
2. אויך געדענק איך אז די "סטעיט לעגיסלאטור" מיטן גאווערנאר דארפן עס אויך באשטעטיגן, שטימט?

1. ריכטיג, די קאונטי לעגיסלאטור דארף שטימען - אז די פעטיציע זאל גיין צו א רעפערענדום. אבער אזויווי מיינסטענס לעגיסלאטורן זענען נישט גענוג באהאוונט אין די נושא ווארטן זיי אויף די ראט פון זייערע עקספערטן, און אין די זעלבע צייט וויל די קאונטי פירערשאפט אויסנוצן די געלגענהייט פאר א פארהאנדלונגס, און אויב אלע צדדים וועלן מסכים זיין אז די פלאן איז מאסגעבנד, קען מען ערווארטן אז די לעגיסלאטור זאל שטימען אויף 'יא' און פון דארט זאל עס גיין צו א רעפערענדום.

2. נישט ריכטיג - די סטעיט קומט דא נישט אריין אין בילד[/quote]

כבוד הרב שליט"א יעצט זע איך אז איך בין נישט שיכור, אין דיין ציטאט שטייט אזוי:
"Reed reported that the county would need to petition the state Legislature to allow for a special election"
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13865
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

דאס איז נאר אויב עס מען האט נישט קיין באשלוס גענוג שנעל עס ארויפצולייגן אויפן נאוועמבער בעלאט און מען וויל א ספעשל עלעקשאן
אבער, אויב מען וויל לייגן די רעפערענדרום צוזאמען מיט די אלגעמיינע נאוועמבער וואלן דארף מען נישט פרעגן רשות פון די סטעיט
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פאטאקי08 האט געשריבן:דאס איז נאר אויב עס מען האט נישט קיין באשלוס גענוג שנעל עס ארויפצולייגן אויפן נאוועמבער בעלאט און מען וויל א ספעשל עלעקשאן
אבער, אויב מען וויל לייגן די רעפערענדרום צוזאמען מיט די אלגעמיינע נאוועמבער וואלן דארף מען נישט פרעגן רשות פון די סטעיט

גערעכט, קען זיין מיין ערשטע באריכט האב איך אויך באקומען מיט דעם דעטאל אז מען דארף א ספעשל עלעקשאן און וועגן דעם דארף מען סטעיט לעג. אפראוועל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
שטראמער
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטראמער »

lebediger berel האט געשריבן:
פאטאקי08 האט געשריבן:דאס איז נאר אויב עס מען האט נישט קיין באשלוס גענוג שנעל עס ארויפצולייגן אויפן נאוועמבער בעלאט און מען וויל א ספעשל עלעקשאן
אבער, אויב מען וויל לייגן די רעפערענדרום צוזאמען מיט די אלגעמיינע נאוועמבער וואלן דארף מען נישט פרעגן רשות פון די סטעיט

גערעכט, קען זיין מיין ערשטע באריכט האב איך אויך באקומען מיט דעם דעטאל אז מען דארף א ספעשל עלעקשאן און וועגן דעם דארף מען סטעיט לעג. אפראוועל

ביז ווען דארף מען האבן א באשליס צו זיין אויף די בעלעט ביי די נאוועמבער עלעקשענס ?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

"פאטא ניוז" ארטיקל איבער ווייטערדיגע געשפרעכן מיט סטעיטמענט פון קרית יואל איבער די פארהאנדלונגען:
http://www.thephoto-news.com/apps/pbcs. ... harmony%27
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מייק אנעגנעסטאקיס, קאונטי לעגיסלאטאר וועלכע רעפרעזענטירט ניובורג אין די קאונטי רעגירונג, דער ערשטער לעגיסלאטאר ארויסצוקומען עפנטליך אין שטיצע פונעם רעפערענדום איבער די אפגעטיילטע 'נארט מאנרא' טאון פלאן.

http://www.recordonline.com/opinion/201 ... l-have-say

עס הייבט אן ווערן אינטערעסאנט
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

כ'פארשטיי נישט וואס מ'איז מרוויח אויב קרית יואל גייט איין אויף א פשרה צו רעדוצירן פון 382, ווען מ'האט שוין ממילא 164
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לא לנו האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט וואס מ'איז מרוויח אויב קרית יואל גייט איין אויף א פשרה צו רעדוצירן פון 382, ווען מ'האט שוין ממילא 164

איך פארשטיי אויך נישט פונקטליך, ווייל ווי געזאגט איז נאך דער פלאן בכלל נישט פארטיג, און איך גלייב אז אויב גייט די הנהגה וועלן אז תושבי קרית יואל זאלן שטיצן די רעפערענדום וועלן זיי דארפן ארויסקומען מיט צופרידנשטעלנדע הסברים פארוואס דער פלאן איז ווערט זייער שטיצע.

כשלעצמי, די עצם פאקט אז מ'האלט אפ געשפרעכן, די קאונטי פירערשאפט לייגט אריין כח און צייט צו ברענגען א שליכטונג און ברענגען פארשטענדעניש אינעם ראיאן, איז שוין דערפרישנד, און אמאל איז 'שלום' א שטארקע דערגרייכונג וואס איז ווערט אפי' מען דארף צאלן א טייערע פרייז דערפאר.

נניח אז מ'באקומט א קאממיטמענט פון די קאונטי נישט צו שטערן די ווייטערדיגע אנטוויקלונג פונעם פייפליין, צושטעלן סוער, און פארבעסערן אנדערע סערוויסעס, אין אויסטויש פון אראפגיין צו למשל 300 עיקר, איז עס אפשר ווערט?

לאמיר נישט פארגעסן, דריי הונדערט עיקרס ברענגט לכה"פ צוואנציג יאר סופליי (אינקלודינג שכונת ויוא"מ און אנדערע אין-קרית יואל דעוועלעפמענטס), און אויב דורכאויס די צוואנציג יאר לעבט מען בשלום ומנוחה מכל הגוים אשר סביבותיכם, ובנוסף לזה בלייבן די ארומיגע טאונס און ווילעדזשעס אן אפשאן פאר משפחות זיך צוצושפרייטן, קען זיין עס לוינט?

איך זאג נישט אז דאס איז דער דיעל, איך שפעקוליר נאר אז אויסער 'לאנד' און סכום פון שטח, קען מען אסאך גוטע זאכן אויסהאמערן אלס א גרעסערע שלום-פלאן.

אם אין שלום אין כלום

שטארק אויפריכטיג. לאמיר האפן ס'וועט טאקע זיין ביידע, ונתתי שלום, און אויך בארץ, לאנד וועט אויך זיין בשפע בעז"ה.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

לא לנו האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט וואס מ'איז מרוויח אויב קרית יואל גייט איין אויף א פשרה צו רעדוצירן פון 382, ווען מ'האט שוין ממילא 164

מ'האט נאך נישט קיין 164 ס'איז נאך אלץ אין קאורט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

lebediger berel האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט וואס מ'איז מרוויח אויב קרית יואל גייט איין אויף א פשרה צו רעדוצירן פון 382, ווען מ'האט שוין ממילא 164

מ'האט נאך נישט קיין 164 ס'איז נאך אלץ אין קאורט

וואס הייסט זיי דיר מסביר?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אלט מאנרא האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט וואס מ'איז מרוויח אויב קרית יואל גייט איין אויף א פשרה צו רעדוצירן פון 382, ווען מ'האט שוין ממילא 164

מ'האט נאך נישט קיין 164 ס'איז נאך אלץ אין קאורט

וואס הייסט זיי דיר מסביר?

זייער פשוט, די שכנים קלאגן דאך אין קאורט די 164 אנעקסעישאן, און ס'איז נאך נישט דורך אלע אפילס, מ'האט טאקע געווינען דעם ערשטן שטאפל אבער קיינע ווייסט נישט זיכער וויזוי ס'וועט זיך ענדיגן ביז ס'יז נישט פארטיג, ופייפליין יוכיח, מ'האט געמיינט אז מ'קען שוין מארגן נעמען וואסער, און דער אפעלאט האט עס דערווייל אפגעשטעלט ביז ....
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

און לי יהא אז מען באקומט נישט קיין איין נייע עיקר, וואס דערלייגט מען? א ווארט אין די טאון האט מען סייווי נישט, די ענעקסעישעין איז סייווי אריין אין קארט, סא וואס דערליגט מען?
ס"ה פארדינט מען אז די טעקס גייט נישט אזוי שנעל ארויף שפרינגען ווי ביי די גיום, און אז עס וועט זיין מער שלום.
ס"ה דערלייגט מען 0
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

כ'מיין אז א טאון קען נישט ענעקסן פון א אנדערע טאון
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אמת אבער עס בלייבט ווייטער א ווילידזש,
איך זאג אז די איינציגסטע טענה יא צו בלייבן איז וועגן די ענעקסעישען אז אויב אונז זענען מיר וואטערס דארט וועלן זיי זיך ענדערש מיזען צושטעלן
אבער למעשה איז עס סייווי אריין אין קארט סא עס מאכט נישט אויס צו עס איז איין טאון אדער צוויי.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

שנאפס האט געשריבן:כ'מיין אז א טאון קען נישט ענעקסן פון א אנדערע טאון

פון איין טאון צו א צווייטע טאון איז אסאך גרינגער ווי פון א טאון צו א ווילדיזש, וי"א אז דערפאר מאכט מען יעצט א דיעל.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נעכטן האט די טרויעריג-בארימטע 'יונייטעד מאנרא' גרופע געלאזט פאלן סטעיטמענטס אז זיי וועלן ווארשיינליך 'נישט' שטיצן די 'נארט מאנרא' טאון אפטיילונג, נאכדעם וואס די קאונטי פירער און הנהלת קרית יואל האבן נישט געפילט פאר וויכטיג אינגאנצן נאכצוקומען זייערע קאפריזן ביי די פארהאנדלונגען, זיי זענען דערווייל נישט גרייט געווען מיטצוטיילן קיין דעטאלן פון די פארהאנדלונגען.

אויף זייערע אפיציעלער פ"ב בלאט האבן זיי געזאגט אז אויב וועט דאס זיין זייער ענדגילטיגער באשלוס, וועלן זיי פארלאנגען פון די קאונטי לעגיסלאטורן אנידערצושטימען דעם פארלאנג איידער עס גייט בכלל פאר א רעפערענדום, און אויב וועט די קאונטי עס יא שטיצן, רעכענען זיי אויף די ברייטע שטיצע פון זייערע מיטגלידער אין טאון און אין קרית יואל זעלבסט צו שטימען אקעגן די אפטיילונג זאל דאס קומען פאר א רעפערענדום.

אין אנדערע 'יונייטעד מאנרא' נייעס, האבן זיי געמאלדן די קאנדידאטור פון קאונסילמאן טאני קארדאון צו ערזעצן טאון סופערווייזער דאולס ביי די קומענדיגע וואלן אום סעמפטעמבער. קארדאון איז אריינגעוויילט געווארן ביי די פארגאנגענע וואלן אלס טאון קאונסילמאן אויף די יונייטעד מאנרא ליניע מיט צוויי יאר צוריק, נאכדעם וואס י.מ. האט ערהאלטן די שטיצע פון טויזטער וויילער און טאון און פון געוויסע אין קרית יואל, דאס האט עמטליך ארויפגעשטעלט די 'יונייטעד מאנרא' פארטיי אויף די פאליטישע ארענע, מיט וועלכע די רעגירונגען און רעגירונגס פארשטייער זאלן זיך דארפן רעכענען ביים פאסן באשלוסן אינעם ראיאן, און אזוי אויך האט דאס עטאבילירט די אנטי-קרית יואל באוועגונג אלס א שטאנדהאפטיגע כח וואס האט געפירט צו די 'אנטי-אנעקסעישאן' און 'אנטי-פייפליין' געריכט קלאגעס און לאנג-פארצויגענע אנגייענדע קאמפן.
אטעטשמענטס
cad62d71-400c-4b73-8c09-7d8b1a6d0517.jpg
cad62d71-400c-4b73-8c09-7d8b1a6d0517.jpg (176.72 KiB) געזען 4467 מאל
21eb17ea-defa-49b3-a6b2-2029fe863ae5.jpg
21eb17ea-defa-49b3-a6b2-2029fe863ae5.jpg (244.02 KiB) געזען 4467 מאל
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

ביי די פארגאנגענע סופערווייזער וואלן האבן זיי ארויסגעשטעלט דעם אויסגעשפראכענעם פירערין פון די יוניידעט מאנרא 'עמילי קאנווערס' אלס די קעגנער פונעם געווינער דורך די שטיצע פון אלע קהילות 'הארלי דאולס' יר"ה.

כעת, ווען זיי רעכענען זיך מסתמא אויף די שטיצע פון די קהילות אונטער די 'אלייענס' האבן זיי ארויסגעשטעלט דעם מער מעסיגן 'קארדאון'.

אזוי לערן איך אפ די מאפע.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

שכח פארפלאנטערט פארן שטעלן זאכן און פערספעקטיוו
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

אויב די מעשה איז אזוי איז דא א מעגליכקייט אז עס זאל דאריך גיין?

אגב לדעתי גייט עס בעקפייערן פאר י.מ. אויב זיי גייען נישט האבן קיין נארמאלער תריץ פארוואס זיי זענען אנטקעגן.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

ישר כח הרב מיללער פאר די כסדרדיגער נייעס
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

אלט מאנרא האט געשריבן:אויב די מעשה איז אזוי איז דא א מעגליכקייט אז עס זאל דאריך גיין?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

הרב מיללער איך וויל פארשטיין:
די וויליזש דארף לעגאל ענטפערן פאר י"מ אויף זייערע פראגן? מען רופט זיי צו די רעגירונג מיטינגען דערוועגן? וואסערע פאליטישע כח האבן זיי?
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”