קאמענטארן אויפ'ן היכל המוזיק

ניגונים און זינגערס

אחראי: אחראי

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

קאמענטארן אויפ'ן היכל המוזיק

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:09 pm

קאמענטארן אויפ'ן היכל המוזיק.



מאשקע, האסט אראפגעלייגט א ווינדערבארער ארבייט און איך גיב דיר דא א ריזיגער דאנק מקורב בלב דערפאר.

אויב די קענסט (אלץ אחראי) זעה אז עס זאל פארבלייבן דביק גאנץ אויבן אין אינזער היכל.

יישר כח נאכאמאל.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:11 pm

ס'איז דביק.
An article a day keeps the babies away

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:29 pm

שכוח מאשקע.

אוועטאר
join us
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 6:05 pm
לאקאציע: און מיין שיך

תגובהדורך join us » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:30 pm

די סייט האט יעדע נייע טעיפ וואס קומט ארויס אויפן מארקעט

http://thejewishinsights.com/index.asp

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:43 pm

טייערער אחראי הרב מאשקע,

א דאנק פאר די ארבעט, תזכו למצוות.

שלא ירבו התגובות, וואלט איך סאגעסטירט צו מאכן אן עקסטערן אשכול פאר קאמענטארען און לינקס (עי' באוצר הספרים) און די אשכול זאל בלייבן דביק ומוסגר.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 1:56 pm

יישר כח פאר'ן סאגעסטיע. כ'האב עס געטון.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 2:41 pm

שוין האב איך שוין א חלק אין די מצוה

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 2:44 pm

יישר כח מאשקע פאר אנטרינקן דעם עולם, האסט געמאכט א הערליכער ארבעט.

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 3:06 pm

באבוב:

ניגונים צו דאונלאודען (ארבעט נישט מיט דזשעי-נעט)


וואס פאלט דיר ביי? עס ארבייט יא מיט דזשעי נעט.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 3:10 pm

לעווי האט געשריבן:
באבוב:

ניגונים צו דאונלאודען (ארבעט נישט מיט דזשעי-נעט)


וואס פאלט דיר ביי? עס ארבייט יא מיט דזשעי נעט.

מיט לעוועל דריי ארבעט עס נישט.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:22 pm

איך האב אויך לעוול דריי און ס'ארבעט נישט. מ'קען אריינגיין אינעם סייט, אבער ווען ס'קומט צו הערן ארבעט עס נישט.
An article a day keeps the babies away

אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

תגובהדורך אבאמא09 » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 5:08 pm

יש"כ מאשקע פאר דיין געטרייע ארבייט פאר אונז פשוטע אידן.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 7:18 pm

שערקויך מאשקע, יגדיל תורה, תורה תורה, תורה ויאדייייר (סארי, כ'האב זיך סתם צוזינגן דא, זייענדיג אין היכל נגינה).

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 7:20 pm

איך ציה צוריק.

איך האב געשריבן דעם פריערדיגן תגובה נאך פארן עפענען דעם היכל המוזיק, זיך פארלאזנדיג אויפן חזקה על חבר. יעצט אבער, נאכן שפאצירן לאורכה ולרוחבה פונעם נייעם היכל המפואר, מוז איך ברבים אפלאדירן דעם אחראי הרב מאשקע פארן מייסטער ארבעט וואס ער האט דארט אראפגעשטעלט, א הילכיגן דאנק (אויפן העכסטן טאן!).

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מאנטאג אוגוסט 11, 2008 8:59 pm

א ריזיגן הארציגן דאנק מאשקע, מען זעהט טאקע אז דו ביזט אחראי אויפן פארום, עס קוקט אויס ווי איך וועל מיך אסאך באלעקן מיט דיינע לינקס און אינפארמאציע, נאכאמאהל שכח.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 2:03 pm

דער היכל ווערט כסדר געאפדעיט. כ'וועל פרובירן צו מעלדן דא יעדעס מאל וואס ס'ווערט געאפדעיט.

היינט האב איך צוגעלייגט א לינק צו "חסידי ניוז" (קרעדיט: מיללער) און "שירו לו" (קרעדיט: מיינע פעיווארייטס).

איך וויל מיך נאכאמאל באדאנקען פאר אלע וואס האבן מיר ארייגנעשיקט לינקס. יישר כוחכם.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1476
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2008 4:41 pm

איך האב פשוט נישט די ווערטער פאר'ן נייעם היכל המוזיק כשמו כן הוא
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 18, 2008 12:21 pm

מאשקע, כ'בין שפראכלאז אויף די מורא'דיגע ארבעט וואס דו האסט אהערגעשטעלט, אין די קורצע צייט פון דיין אנוועזנהייט אלס אחראי.

יישר כוח.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 20, 2008 3:16 pm

כ'האב צוגעלייגט אין די ליסטע א סייט צו דאונלאודען אסאך טעיפס.

(קרעדיט: לעווי)
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8292
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » מיטוואך אוגוסט 20, 2008 4:21 pm

היינט (אינמיטן מיינס א מיטונג מיט סאכדעס זז"ג) קאלט מיך א חבר אז ער ברויך האבן וויכטיג סטרימינג מיוזיק ווייל עס האלט פאר א בראך, האב איך אים פרובירט צו געבן לינקס אויסענווייניג אבער לא עלתה בידי, ביז הקב"ה האט אריינגעבליצט אין מח אז מיר האבן דאך א היכל המיוזיק, נו פון דא איז שוין געווען א קאצן שפרינג.

יישר כח מאשקע פארן מיר געבן די געלעגנהייט צו העלפן א איד בעת צר.

אוועטאר
moishy08
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2008 8:17 am

תגובהדורך moishy08 » פרייטאג אוגוסט 22, 2008 11:26 am

http://sh2.funformobile.com/blog/pixSea ... key=hebrewארבעט נישט מיט דזשעי נעט
ר' מאשקע איר מאכט א ריזן ארבעט KEEP IT UP
כל הכבוד
אז די שרייסט הערט מען דיר ,אז די רעדסט פארשטייט מען דיר, ווען די שמייכעלסט גלייכט מען דיר (מאמר החכם)
מה שבטוח ,אולי......

לעווי
שר האלף
תגובות: 1915
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

תגובהדורך לעווי » פרייטאג אוגוסט 22, 2008 11:55 am

עס קאסט געלט צו לאודן די רינגטאונס ארויף אויף די טעלעפאון?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוגוסט 26, 2008 10:56 am

שכויח מאש;

אגב, דער לינק פירט נישט צו עפעס ממשות, עס קומט ארויף שלאגר חדש עולה.

"ניגון פון ר' אייזיק האניג צו פארמיידן עקסידענטן"
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 9:42 am

צוגעלייגט א לינק צו "קול ברמה - לעיקוואוד ראדיא", ביי די לייוו סטרימינג אפטיילונג.

*

שוועמל, פאר אראפ אביסל אונטער'ן בילד, וועסטו זעהן א קנעפל וואו מ'קען דרוקן "פלעי" און הערן דעם ניגון.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 27, 2008 12:28 pm

א ספעציעלע ניגון צו פארמיידן עקסידענטן און שוועמל האט פארט געהאט אן עקסידענט....

--

מאש,
וואס איז מיט ש"ש טעלער'ס דרשות, לייגסט עס נישט למעשה?


צוריק צו “היכל הנגינה”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויווידיזיינער, קו הישר און 17 געסט