די צייטונג - די אידישע צייט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3031
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
איך מיין אז ס'האט מיט די ראטעס ליסטע,
ווען ער וועט אויפהערן שרייבן די פאריגע וואך'דיגע מארגעטדש ראטע וועט ער צוריק לייגן די ספרים ליסטע.....

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
זייער הנאה געהאט פון די 'קלינטאן דורכפאל' ארטיקל אין די צייטונג יענע וואך, טיפיקל ר' אברהם/צייטונג סטיל, מינוט-ביי-מינוט אינעם קלינטאן הויפטקווארטיר די נאכט פון די וואלן, באגלייט מיט זאלץ און פעפפער, ידיעות איבער די קאמפיין און אירע קאמפיין געהילפן און קאמאנדירן.
אפגעלעקט די פינגער
(שטייציך, שוין געווען די קאמפאוט נאך די סופער ארטיקל פון ר' שאול זז"ג און פון ר' אז"י מיט הרב מאנהייט, יעדעס איינע א מיליאן!)

- רבניש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3066
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2012 4:24 pm
- לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!
מיללער האט געשריבן:זייער הנאה געהאט פון די 'קלינטאן דורכפאל' ארטיקל אין די צייטונג יענע וואך, טיפיקל ר' אברהם/צייטונג סטיל, מינוט-ביי-מינוט אינעם קלינטאן הויפטקווארטיר די נאכט פון די וואלן, באגלייט מיט זאלץ און פעפפער, ידיעות איבער די קאמפיין און אירע קאמפיין געהילפן און קאמאנדירן.
אפגעלעקט די פינגער
(שטייציך, שוין געווען די קאמפאוט נאך די סופער ארטיקל פון ר' שאול זז"ג און פון ר' אז"י מיט הרב מאנהייט, יעדעס איינע א מיליאן!)
דאס איז נישט קיין אייגענע אנאליז... דאס איז א קאפּי (אווערלאק) אין קורצן פונעם נייעם בוך SHTTERED א בוך פון צוויי דזורנאליסטן וואס האבן געקאווערט דעם הילערי קלינטאן קאמפיין פונעם אנהייב.

ובפרט מיט דער מערקווירדיגער געשיכטעלע מיט ר' זרח שפירא
רבניש האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:זייער הנאה געהאט פון די 'קלינטאן דורכפאל' ארטיקל אין די צייטונג יענע וואך, טיפיקל ר' אברהם/צייטונג סטיל, מינוט-ביי-מינוט אינעם קלינטאן הויפטקווארטיר די נאכט פון די וואלן, באגלייט מיט זאלץ און פעפפער, ידיעות איבער די קאמפיין און אירע קאמפיין געהילפן און קאמאנדירן.
אפגעלעקט די פינגער
(שטייציך, שוין געווען די קאמפאוט נאך די סופער ארטיקל פון ר' שאול זז"ג און פון ר' אז"י מיט הרב מאנהייט, יעדעס איינע א מיליאן!)
דאס איז נישט קיין אייגענע אנאליז... דאס איז א קאפּי (אווערלאק) אין קורצן פונעם נייעם בוך SHTTERED א בוך פון צוויי דזורנאליסטן וואס האבן געקאווערט דעם הילערי קלינטאן קאמפיין פונעם אנהייב.
די נקודה איז אז איך ליין נישט די בוך, און מסתם רוב פון די צייטונג ליינער אויך נישט, ר' אברהם מיט זיין איינגארטיגקייט 'טרעפט' די גוטע סחורה, און ער פארטייטשט עס אויף זיין סטייל מיט זיין חן, עס איז געשמאק צו ליינען און מאכט די צייטונג 'יוניעק'.
- עולם ומלואו
- שר חמש מאות
- תגובות: 757
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 9:15 am

El Rushbo האט געשריבן:געגליכן דעם אינטערוויו מיט הגאון ר' שמריה שולמאן שליט"א
http://seforim.blogspot.com/2016/07/blog-post.html?m=0
http://seforim.blogspot.co.il/2016/03/b ... t.html?m=1
-
- שר האלף
- תגובות: 1276
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
- לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...
מיללער האט געשריבן:El Rushbo האט געשריבן:געגליכן דעם אינטערוויו מיט הגאון ר' שמריה שולמאן שליט"א

מיין מנהג איז ווען איך ליין עפעס אינטערסאנט, מאכט מען א שטיקל גוגל סירטש נאכדעם, איך האב עס שוין געטראפן, נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט.
El Rushbo האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:El Rushbo האט געשריבן:געגליכן דעם אינטערוויו מיט הגאון ר' שמריה שולמאן שליט"א
http://seforim.blogspot.com/2016/07/blog-post.html?m=0
http://seforim.blogspot.co.il/2016/03/b ... t.html?m=1
מיין מנהג איז ווען איך ליין עפעס אינטערסאנט, מאכט מען א שטיקל גוגל סירטש נאכדעם, איך האב עס שוין געטראפן, נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט.
פארוואס זאל'ן מיר טאקע נישט האבן קיין אייגענע אינטערוויוער? פארוואס זענען דו מערסט אינטערעסאנטע אינטערוויו'ס נאכגעברענגטע?
nextcase האט געשריבן:El Rushbo האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:El Rushbo האט געשריבן:געגליכן דעם אינטערוויו מיט הגאון ר' שמריה שולמאן שליט"א
http://seforim.blogspot.com/2016/07/blog-post.html?m=0
http://seforim.blogspot.co.il/2016/03/b ... t.html?m=1
מיין מנהג איז ווען איך ליין עפעס אינטערסאנט, מאכט מען א שטיקל גוגל סירטש נאכדעם, איך האב עס שוין געטראפן, נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט.
פארוואס זאל'ן מיר טאקע נישט האבן קיין אייגענע אינטערוויוער? פארוואס זענען דו מערסט אינטערעסאנטע אינטערוויו'ס נאכגעברענגטע?
אט איז א ביישפיל פון ראו מה בני לבן חמי.
דער בלאט מיט דער פער-קערעקטער באצאלן מהלך, האט אהערגעשטעלט ממש צענדליגער ארטיקלען לכבוד יו"ט, אבער קיין איינס האט נישט גערעדט צו מיר, כ'האב געמישט בלעטער נאך בלעטער אין אוצר, און זיך באגעגענט מיט פארשידענע ארטיקלען וואס שרייבערס האבן געליינט אין ספרים-ביכער-וויקעפידיעס וואס איז זיי אונטערגעקומען, און עס טראנסעלירט פאר'ן בלאט וואס האט דאס אנגענומען בחפץ לב, און באצאלט.
ווידעראום האמיר די צייטונג וואס האט צוגעשטעלט ארום 5-6 ארטיקלען אין אידישע צייט, איינס ביי איינס האט גערעדט צו מיר. יעדן ארטיקל איז געווען ווערד דאס געלט. מ'האט סך הכל באצאלט פאר איין צי צוויי געלונגענע וויסנשאפטליכע יונגעלייט, וועלכע האבן באקומען באצאלט פער זייער ארבייט, און אהערגעשטעלט ווי ס'ברויך צו זיין.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:קען זיין אז עס איז א מעטטער אוף טעיסט אבער זיי האבען יא געהאט אפאר אינטערעסאנטע זאכען נאר עס איז געווען מיסטעיקס
ריכטיג, כ'גלויב אז געוויסע ארטיקלען האבן געקענט זיין אינטערעסאנט פאר מענטשן, אבער מיין געדאנק איז, אז ס'איז א שטארקער טעות דער פער-קערעקטער מהלך. אנשטאט צו צאלן פאר שרייבערס צוצושטעלן דעם דיקן אוצר, וואס רוב האט גארנישט פארקויפט, קען מען צאלן האלב פאר אפאר טיכטיגע שרייבערס, וועלכע פארשטייען אויך צו 'זאמלען', און אויסקלויבן גוטע חומר, א שטייגער ווי מ'האט געזען אין דער אידישע צייט אין די צייטונג.
מיללער האט געשריבן:El Rushbo האט געשריבן:געגליכן דעם אינטערוויו מיט הגאון ר' שמריה שולמאן שליט"א
http://seforim.blogspot.com/2016/07/blog-post.html?m=0
http://seforim.blogspot.co.il/2016/03/b ... t.html?m=1
יישר כח, אינטערעסאנט דא שטייט אז ער האט געהאנדעלט מיט סטאקס,
אין צייטונג איז געשטאנען אז ער האט פארקויפט אינשורענס נאכ'ן איבערלאזן דאס רבנות.
ס'איז קיינמאל נישט שפעט. דאס איז א מערקווירדיג בריוול צו די צייטונג פרשת בהעלותך.
דאס איז א באקלאגעניש וואס שטעלט פאר וואס אסאך ווילן זאגן. עס ווערט נישט געהעריג געענטפערט. ער ענטפערט בלויז פארוואס א וואשינגטאן נייעס איז אזוי וויכטיג, אבער וואס קרענקט איז, מ'ליינט איבער אין זעלבער וואך כמעט אין אלע פאליטיק קאלומען די זעלבע דריידלעך. דאס וואס שטייט אין די "וואשינגטאן נייעס" באריכות גדול, נעמט אויך אריין פארהאנדלונגען, וואס מ'האט זיך שוין אנגעליינט אין "פאליטישע אפשאצונג", און אויב נישט גענוג, אויך אין "וואס מיר זאגן", א קאלום וואס די ליינער זוכן צו ליינען אן אפהאנדלונג איבער א צווייטער טעמע. נאכדעם קומט עטליכע עדיטאריעלס פון טיימס, ווייטער די זעלבע מיינונג. אויב איז דאס נישט גענוג, איז פארהאן נאך וועלטליכע נייעס, וואו טראמפ קומט צום להכעיס ווידערמאאל אריין, און עודך, מ'קייט איבער וואס מ'האט שוין גערעדט אין די פריערדיגע בלעטער.
-
- שר האלף
- תגובות: 1276
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
- לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...
לא כותב או בן כותב אני, און איך בין א קנאפע מבין אויף מלאכת כתיבה. אבער איך האב געלייענט אן ארטיקל אין די צייטונג פון איינעם רבי יוסף פרידנזאן ז"ל וואס איז געווען געדרוקט פאר איבער 20 יאר צוריק איבער א איד רבי בירך רובינזאן ע"ה. חוץ פון דעם וואס איך גלייך די סארט ארטיקלען (קען זיין ווייל מ'רעדט פון א שטיקל היסטאריע וואס איז געאגראפיש נאנט צו מיר), בין איך נתפעל געווארן פון זיין רייכע שפראך, איך ווייס נישט צו דאס איז טיפיש פון א שרייבער פון דעם פריערדיגן דור, אדער ער איז האט שוין געהייסן א מומחה בזמנו. אבער ס'איז ממש הימל און ערד מיט די היינטיגע שרייבער.
נאך א נקודה איבער רבי א.ז.י פריעדמאן'ס באשרייבונג איבער די התייסדות הכולל אבריכים דיטב לב, אינטערסאנט אנצומערקן דעם ריזן חילוק פון די כולל דעמאלטס ביז די מציאות פון דעם כולל היינט, איך גלייב אז אויב מ'זאל ווען ריכטיג אינפארסירן די תקנות וואס דער רבי ז"ל האט דעמאלטס אוועקגעשטעלט ווער ס'באלאנגט אין כולל, און ווער נישט, וואלט דער כולל באפעלקערונג זיך באדייטענד פארמינערט.
איך טייל נישט איין קיין דיעות פאר קיינעם, און יעדער זאל זיך אליינס קלויבן וואס ער וויל טוהן מיט זיין לעבן, אבער מ'דארף געדענקן וואס ס'איז געווען די השקפת גדולי הדור איבער דעם ענין. עטליכע וואכן צוריק האט ער געשריבן אז דער רבי האט זיך געטראפן מיט א ליטווישן רב (איך מיין הרב קאפלאן ז"ל) און יענער האט אים פארגעהאלטן פארוואס ער שטופט נישט דעם כולל געדאנק, האט אים דער רבי געענטפערט, 1) ער איז בכלל נישט 'קעגן' אזא מין זאך, נאר אינדערהיים אין אייראפע איז נישט געווען אזא מין מושג, און 2) ער וואלט געמאכט א כולל, אבער ער וויל נישט אז ס'זאל ווערן אזא מין 'מאדע' פון גיין אין כולל, נאר ווער ס'האלט באמת ביים לערנען.
אגב, איך האב נישט קיין פראבלעם אויב א אויסגאבע לייגט אריין אן אלטע ארטיקל (מיט קרעדיט פארשטייט זיך), אויב ס'איז אינטערסאנט

כ'ברעך נאך אלץ קאפ וואס דא שטייט (צייטונג חקת)
(אגב, א צענטל פון "די צייטונג" פרשת חקת, גאנצע 14 זייטן, איז געווידמעט געווען פאר א דרשה ארוכה שנתארכה לכאורה כמה שעות, און אויב איז יעדער בלאט באצאלט, האט מען דא געלייזט א שיינע מטבע. וברם יזכר לטוב פאר די צייטונג אנליין אדמיניסטראציע פאר'ן לאזן די דרשה אין "די אידישע צייט", הגם מ'לייגט דארט ארויף נאר געציילטע זייטן).

- אטעטשמענטס
-
- 1.png (303.53 KiB) געזען 4856 מאל