שיעור השבוע בפרשת השבוע ובענינא דיומא

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לא לנו האט געשריבן:כ'האב עפעס אפאר זאכן פאר פרשת צו, חוה"מ, אבער כ'בין אומקלאר וואספארא שיעורים ס'איז דאן געווען.

שטעל אהער, ספיקות שלכם יפה מוודאות שלנו, תנה לנו מאוצרכם הטוב
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אין שיעור השבוע אויף חול המועד איז געווען די גמרא "היכי סמיך סהדא קמא אסהדא בתרא כו'" פרעגט דערויף תוס' (ד"ה היכי וכו') תימה מאי קשיא ליה הא פלוגתא היא בפ' זה בורר (סנהדרין דף ל:) הלואה אחר הלואה אי מצטרפי דאיכא מ"ד לא בעינן ראיה כאחד.
אין סנהדרין איז עס א סוגיא ארוכה וואס הייבט זיך אן אין ל. א מחלוקת התנאים, ר' יהושע בן קרחא (המתיר) מיט די רבנן, צי עדיות מצטרפת ווען די עדות זעען עקסטער די זעלבע הלואה, צי ס'הייסט עדותן מתחלקת. אין ל: איז א מחלוקת האמוראים ווי אזוי מ'פסק'נט. ברענגט די גמרא "ותני רב אידי בר אבין בנזיקין דבי קרנא מודין חכמים לרבי יהושע בן קרחה בעדות בכור ובעדות קרקע ובעדות חזקה וכן שבבן ושבבת.
איבער "עדות בכור" איז פארהאן א מחלוקת צווישן רש"י אין תוס'. רש"י זאגט אז די רעדע איז איבער צוויי עדות וועלכע זאגן עדות אויפ'ן זעלבן בכור בהמה אבער באזונדערע מומין אז ס'איז נפל מאליו, די כהנים האבן עס נישט אליינס געמאכט כדי עס מתיר צו זיין בזמה"ז. תוס' זאגט פשט אז מ'זאגט עדות אויף עמיצן אז זיי האבן באזונדער געהערט פונעם טאטן עז ער איז זיין בן הבכור.
עכ"פ, דורכאויס די ערשטע דריי טעג חול המועד, און אזוי אויך שבת חול המועד און אחרון של פסח האט מען געהאט אין דעם קריאת היום די מצוה פון פדיון בכור אדם ובכור בהמה.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אין פט: דערמאנט די גמרא וועגן פרוזבול. האט מען געהאט איבער דער מצוה פון שביעית משמטת אין קריאת היום אין די חול המועד טעג, און אין אחרון של פסח, וואס כדי מ'זאל וועלן בארגן האט הלל מתקן געווען דעם פרוזבול.

באמת איז שוין בארירט געווארן פרוזבול אין שיעור השבוע בשבוע שחל בו שבת הגדול.
אין דף פד. זאגט די גמרא "והא איתמר האומר לחבירו על מנת שאין לך עלי אונאה רב אמר יש לו עליו אונאה ושמואל אמר אין לו עליו אונאה".
דער לח"מ אין הלכות מכירה פרעגט א סתירת בדברי הרמב"ם, ביי אונאה פסק'נט ער כרב דיש עליו אונאה אלס מתנה ע"מ שכתוב בתורה תנאו בטל, ווידעראום ביי דער זעלבער מחלוקה פון רב ושמואל אין מכות ג: ואמר רב יהודה אמר שמואל האומר לחבירו ע"מ שלא תשמטני שביעית שביעית משמטת, פסק'ענט דער רמב"ם ווי שמואל דתנאו קיים.
וחשבתי לתרץ עפ"י מה שראיתי בילקו"מ שם במכות מספר בכור שור שכתב להקשות דאם כשמואל דתנאו קיים, למה תיקן הלל פרוזבול מפני שנמנעו להלוות, הלוא יכול לתקן שכ"א יתנה שלא תשמט שביעית. ותירץ דבאמת אם היה המלוה מתנה היה מועיל גם קודם תקנת הלל, אבל אז אם היה הלוה ממאן בזה, עובר המלוה על שמוט. והלל תיקן דגם אם הלוה ממאן בפרוזבול אין המלוה עובר על שמוט.
ולפי"ז י"ל דבאמת סבר הרמב"ם כרב כפסקו לגבי אונאה, אבל לגבי פרוזבול אין שום נפקותא בדין מתנה ע"מ שלא תשמטני שביעית אחר תקנת הלל, דאז אפשר יודה רב דתנאו קיים, דממילא יש כאן תקנת הלל לטובת המלווים.
ולפי"ז יש קצת שייכות בין מתנה ע"מ שלא תשמטינו בין תקנת פרוזבול. ותקנת פרוזבול מוזכר בתוס' (ע"ז לו. ד"ה והתנן) שהיא גזירה שרוב הציבור יכולים לעמוד בה. וילפותא שאין גוזרין גזירה שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בה לומדים חז"ל (ע"ז לו:) מן הפסוק (מלאכי ג, ט) "במארה אתם נארים ואותי אתם קובעים הגוי כולו", אי איכא גוי כולו אין אי לא לא. אותו הפסוק מוזכר בתוך הפטורת וערבה שאומרים בשבת הגדול.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער שיין, הרב משלנו! יישר כח פאר די דברים מאירים כספירים
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

מיללער האט געשריבן:זייער שיין, הרב משלנו! יישר כח פאר די דברים מאירים כספירים

ס'איז מיר א כבוד אזעלכע קאמפלימענטן פונעם רב אליינס, וואס איז דאס "משלנו"?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לא לנו האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:זייער שיין, הרב משלנו! יישר כח פאר די דברים מאירים כספירים

ס'איז מיר א כבוד אזעלכע קאמפלימענטן פונעם רב אליינס, וואס איז דאס "משלנו"?

לא-לנו איז מיר נישט אזוי אויפן הארצן, ענדערש משלנו
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

קודם יישר כוחכם אויף די שיינע ענינים.

מיללער האט געשריבן:אויסער דעם וואס אין די טעג הבעל"ט ווערן מיר מסובב במצות עשה התלוים בזמן, איז אבער פארהאן אן אינטערעסאנטע קשיא אויף די ברייתא וואס דער הייליגער רב זצ"ל פרעגט בשו"ת דברי חיים ח"ב אהע"ז סי' ל"ב, ובאמת ווערט דאס דאס דערמאנט בחי' הריטב"א עמס' ר"ה דף כח. אויף די גמרא פון אבוה דשמואל וואס זאגט כפאו ואכל מצה יצא און דערויף זאגט רבא זאת אומרת התוקע לשיר יצא, ווייל פון דעם זעהט מען אז מצות אין צריכות כוונה.

פרעגט דער דברי חיים, לפי"ז מיר וואס פסק'נען להלכה ולמעשה אז מצות צריכות כוונה, וויאזוי נוצט דאס וואס די ברייתא זאגט דא 'מכין אותו עד שתצא נפשו' אז מ'איז כופה א מענטשן מקיים צו זיין א מצות עשה, אמער ער וועט דאך סייווי נישט יוצא זיין ווייל איך לערן דאך מצוות צריכות כוונה.

באמת ווי דערמאנט פרעגט דער ריטב"א די קשיא דארט אין ר"ה, און ער ענטפערט בפשטות אז ווען חכמי ישראל זענען כופה נוצט דאס מדין 'כופין אותו עד שיאמר רוצה אני' וכדברי הרמב"ם המפורסמים ווייל א איד האט א חזקת כשרות והשאור שבעיסה מעכב, אבער ווען מ'האקט ארויס דעם יצר הרע איז מען מבער דעם חמץ שבתוכו און ער טוט די מצוה מרצונו הטוב, משא"כ דארט אין ר"ה רעדט אבוה דשמואל כשכפאוהו פרסיים איז אוודאי נישט שייך די סברא (וכן כ' המנ"ח מצוה ו' אות י' ועוד הרבה אחרונים).

די פלא איז אז דער דברי חיים לא נחית בהא, ואולי מחלק בין 'רצון' שעל זה מהני כפיה ל'כוונה' שעל זה לא אמרינן הסברא של הרמב"ם וצ"ע

דער רמב"ם אין הל' גירושין פ"ב ה"כ האלט אז מן התורה איז א גט כשר אפילו כשכפאוהו עכו"ם, ולפי ביאור הלח"מ שם האלט די רמב"ם אז די סברא איז אז ער וויל מקיים זיין זיין אייגענע מצוה, וראה ביום תרועה בר"ה שם שמבאר הסוגיא עד"ז, עכ"פ לפי"ז איז מיושב דברי הד"ח דא"א לתרץ כנ"ל דא"כ גם בכפאוהו פרסיים כן.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

ועוי"ל בשייכות די סוגיא פון מתנה על מה שכתוב בתורה, וואס איז געווען ערגעץ פרשת צו-שמיני, וואס האט נאך א שייכות מיט'ן דין פון כופין אותו עד שיאמר רוצה אני זייענדיג עוסק בדיני הקרבנות, בפרט פרשת שמיני וואו מ'לערנט ארויס סמיכה בעולת חובה פון עולת נדבה אנהויב פרשת ויקרא וואו ס'ווערט דערמאנט לרצונו.
עכ"פ, די גמרא אין ר"ה פרעגט צו וואס ברויך איך דעם לימוד פון מוציא שפתיך תשמור אזהרה לבי"ד שיעשוך, מ'האט דאך דעם לרצונו, כופין אותו כו'. זאגט די גמרא "חד דאמר ולא אפריש וחד אפריש ולא אקריב", און הגם ביים פסוק פון מוציא שפתיך לערנט מען ארויס סיי נדר און סיי נדבה, (נדר הרי עלי, וחייב באחריותה, נדבה הרי זו, ואינו חייב באחריותה), און ווי אזוי קען זיין "אמר ולא אפריש" ביי נדבה, נדבה איז דאך בלויז ביי הרי 'זו'? ענטפערט די גמ' "משכחת לה כגון דאמר הרי עלי עולה על מנת שאיני חייב באחריותה"
זאגט תוס' (ד"ה על מנת שלא אתחייב באחריותה) לא דמי למתנה על מה שכתוב בתורה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יום ערב שב"ק פר' שמיני תשע"ז לפ"ק

אין די פארגאנגענע צוויי טאג נאך יו"ט העעל"ט האבן מיר אריינגעכאפט נאך צוויי בלעטער ממסכת כתובות, דפים פט וצ' להתחלת זמן הקיץ הבעל"ט בלימוד וחזרת דברי תורתינו הקדושה והרחבה.

לערנענדיג דף פט: ברענגט די גמרא אראפ א ברייתא וואס רב חייא בר אבין האט געלערנט לגבי די התחייבות פון אן ארוס כלפי ארוסתו בזמן הש"ס איידער די נישואין בחופה, זאגט די ברייתא צווישן אנדערע הלכות: אשתו ארוסה לא אונן ולא מיטמא לה וכו' אן ארוס האט נישט קיין שם 'אונן' ווען זיין ארוסה שטארבט און דאס זעלבע איז ער אסור לטמא לה. רש"י איז מסביר אז די שאלה פון 'אונן' איז לגבי קדשים וואס אן אונן איז אסור בימי אנינות.

די וואך בפרשת שמיני איז דאך דא די פרשה פון שריפת נדב ואביהוא בני אהרן, ווי מ'רעדט איבער די איסור טומאת כהנים און אזוי איבער די איסור אכילת קדשים באנינות און ווי רש"י ברענגט באריכות אויפן פסוק (ויקרא י, יט) וידבר אהרן הן היום הקריבו וגו'
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פייערמאן האט געשריבן:קודם יישר כוחכם אויף די שיינע ענינים.

מיללער האט געשריבן:אויסער דעם וואס אין די טעג הבעל"ט ווערן מיר מסובב במצות עשה התלוים בזמן, איז אבער פארהאן אן אינטערעסאנטע קשיא אויף די ברייתא וואס דער הייליגער רב זצ"ל פרעגט בשו"ת דברי חיים ח"ב אהע"ז סי' ל"ב, ובאמת ווערט דאס דאס דערמאנט בחי' הריטב"א עמס' ר"ה דף כח. אויף די גמרא פון אבוה דשמואל וואס זאגט כפאו ואכל מצה יצא און דערויף זאגט רבא זאת אומרת התוקע לשיר יצא, ווייל פון דעם זעהט מען אז מצות אין צריכות כוונה.

פרעגט דער דברי חיים, לפי"ז מיר וואס פסק'נען להלכה ולמעשה אז מצות צריכות כוונה, וויאזוי נוצט דאס וואס די ברייתא זאגט דא 'מכין אותו עד שתצא נפשו' אז מ'איז כופה א מענטשן מקיים צו זיין א מצות עשה, אמער ער וועט דאך סייווי נישט יוצא זיין ווייל איך לערן דאך מצוות צריכות כוונה.

באמת ווי דערמאנט פרעגט דער ריטב"א די קשיא דארט אין ר"ה, און ער ענטפערט בפשטות אז ווען חכמי ישראל זענען כופה נוצט דאס מדין 'כופין אותו עד שיאמר רוצה אני' וכדברי הרמב"ם המפורסמים ווייל א איד האט א חזקת כשרות והשאור שבעיסה מעכב, אבער ווען מ'האקט ארויס דעם יצר הרע איז מען מבער דעם חמץ שבתוכו און ער טוט די מצוה מרצונו הטוב, משא"כ דארט אין ר"ה רעדט אבוה דשמואל כשכפאוהו פרסיים איז אוודאי נישט שייך די סברא (וכן כ' המנ"ח מצוה ו' אות י' ועוד הרבה אחרונים).

די פלא איז אז דער דברי חיים לא נחית בהא, ואולי מחלק בין 'רצון' שעל זה מהני כפיה ל'כוונה' שעל זה לא אמרינן הסברא של הרמב"ם וצ"ע

דער רמב"ם אין הל' גירושין פ"ב ה"כ האלט אז מן התורה איז א גט כשר אפילו כשכפאוהו עכו"ם, ולפי ביאור הלח"מ שם האלט די רמב"ם אז די סברא איז אז ער וויל מקיים זיין זיין אייגענע מצוה, וראה ביום תרועה בר"ה שם שמבאר הסוגיא עד"ז, עכ"פ לפי"ז איז מיושב דברי הד"ח דא"א לתרץ כנ"ל דא"כ גם בכפאוהו פרסיים כן.

בפשטות אפי' כפאוהו עכו"ם לגרש איז אנדערש ווי כפאוהו פרסיים לאכול מצה, סיידן אויב די כפיה איז 'כדי לקיים המצוה' ווי ביי די גט, משא"כ בכפאוהו סתם לשם דבר אחר, מהיכי תיתי שרוצה לקיים המצוה הרי עומד וצוח שאינו רוצה לאכול בכלל?
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

זייער ריכטיג, אין דברי חיים זעהט טאקע ממש אזוי אויס, דהיינו, בפשטות לערנט מען, אז מען רעדט נישט אז די פרסיים האבן אים כופה געווען כדי לקיים המצוה, אויף דעם זאגט דער דברי חיים אז ער פארשטייט נישט די קושיא פונעם שואל - וואס פרעגט - אז אפילו למ"ד מצ"כ זאל מען יוצא זיין, נאכדעם זאגט דער ד"ח, 'ואם יאמר מעלת כ"ת שאיירי שהפרסיים כפאוהו לקיים המצוה לאכול מצה כו', אויף דעם פרעגט דער ד"ח אז אויב אזוי איז א סתירה צו דעם דין פון כפיית בי"ד וואס איז אפילו למ"ד מצ"כ, אלא מאי רעדט מען טאקע נישט פון כפאוהו לקיים המצוה, ממילא איז גארנישט שווער, עכ"פ די קושיא פון דב"ח איז טאקע אויב רעדט מען פון כפאוהו לקיים המצוה ממילא איז פארשטענדליך פארוואס ער ענטפערט נישט כשאר האחרונים, ווייל דעמאלטס וואלט ביי כפאוהו פרסיים אויך געדארפט זיין די הלכה אז מען זאל יוצא זיין לכ"ע.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אין דף פ"ט: (בשיעור השבוע שמיני)
וכן בעל חוב שהוציא שטר חוב ואין עמו פרוזבול הרי אלו לא יפרעו
ביי פרוזבול איז די הלכה שאינו נכתב אלא על הקרקע (מס' שביעית)
קען מען טרעפן א שטיקל שייכות צו פרשת השבוע (שמיני)
אין מס' שבת (צה.) זאגט די משנה: התולש מעציץ נקוב חייב ושאינו נקוב פטור ור"ש פוטר בזה ובזה:
פרעגט די גמ': רמי ליה אביי לרבא כו' אלמא נקוב לר"ש כשאינו נקוב משוי ליה ורמינהו ר"ש אומר אין בין נקוב לשאינו נקוב אלא להכשיר זרעים בלבד
ענטפערט די גמרא: א"ל לכל מילי רבי שמעון כתלוש משוי ליה ושאני לענין טומאה דהתורה ריבתה טהרה אצל זרעים שנאמר (ויקרא יא, לז) על כל זרע זרוע אשר יזרע
זאגט רש"י (ד"ה לכל מילי) לשבת ולקנות במשיכה ולא בכסף ולפרוזבול שאינו נכתב אלא על הקרקע:
לעצט פארראכטן דורך לא לנו אום מאנטאג אפריל 24, 2017 11:17 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פייערמאן האט געשריבן:זייער ריכטיג, אין דברי חיים זעהט טאקע ממש אזוי אויס, דהיינו, בפשטות לערנט מען, אז מען רעדט נישט אז די פרסיים האבן אים כופה געווען כדי לקיים המצוה, אויף דעם זאגט דער דברי חיים אז ער פארשטייט נישט די קושיא פונעם שואל - וואס פרעגט - אז אפילו למ"ד מצ"כ זאל מען יוצא זיין, נאכדעם זאגט דער ד"ח, 'ואם יאמר מעלת כ"ת שאיירי שהפרסיים כפאוהו לקיים המצוה לאכול מצה כו', אויף דעם פרעגט דער ד"ח אז אויב אזוי איז א סתירה צו דעם דין פון כפיית בי"ד וואס איז אפילו למ"ד מצ"כ, אלא מאי רעדט מען טאקע נישט פון כפאוהו לקיים המצוה, ממילא איז גארנישט שווער, עכ"פ די קושיא פון דב"ח איז טאקע אויב רעדט מען פון כפאוהו לקיים המצוה ממילא איז פארשטענדליך פארוואס ער ענטפערט נישט כשאר האחרונים, ווייל דעמאלטס וואלט ביי כפאוהו פרסיים אויך געדארפט זיין די הלכה אז מען זאל יוצא זיין לכ"ע.

יישר כח, קילורין לעינים!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בעזהשי"ת יום ד' תזו"מ ל' ניסן/ראש חודש אייר תשע"ז לפ"ק

היינט איז אויפן לוח פון מסגרת תורתך שעשועי צו לערנען די לעצטע בלאט פון די יעצטיגע מחזור, משלים צו זיין די פיר בלאט פון די וואך פר' תזו"מ פון דף צ"א ביז דף צ"ד ממסכת כתובות, און זיך גרייטן צו די בחינה הבא בס"ד קומענדיגע זונטאג אח"ק הבעל"ט אויף די דפים עז-צד.

אינטערעסאנט אז פונקט היינט "ראש חודש אייר" ענדיגן מיר דעם שיעור החודש מיט א שמועס אין די גמרא מס' כתובות סוף דף צד: איבער שטרות פון צוויי לקוחות אויפן זעלבן פעלד, איינער האט געהאט א דאטום פון ה' ניסן און דער אנדערער שטר האט נישט געהאט קיין גענויער דאטום מיטן יום החודש, נאר אז "בחודש ניסן" האט ער געקויפט די פעלד, און די צוויי זענען געקומען דן זיין ביי די"ת צו רב יוסף האט ר' יוסף געגעבן די רעכט פאר דעם וואס האט א בפירוש'ער דאטום פון ה' ניסן ווייל דער אנדערער איז דאך ידו על התחתונה "אימא בר כ"ט בניסן את", און ווידעראום צו די טענה פונעם צווייטן אז כאטש פון ראש חודש אייר זאל ער האבן א זכות טירוף לקוחות הבאים אחריו, האט ר' יוסף גע'טענה'ט קען דאך דער לוקח שרייען פארקערט "את בר חד בניסן את" וזיל הכי קמדחי ליה וזיל הכי קמדחי ליה.

איך האב אבער מתבונן געווען פארוואס נוצט די גמרא די דאטום פון "כ"ט בניסן" אלס די לעצטע טאג פון חודש ניסן, בעת וואס אלעמאל איז דאך חודש ניסן מלא און ממילא איז דא אויך א ל' ניסן (אזוי ווי היום יום) ממילא וואלט רב יוסף געדארפט זאגן "אימא בר ל' בניסן את"?

די שאלה איז צו ביום ל' לחודש שהוא יום א' דראש חודש שרייבט מען שוין "ראש חודש אייר", וואס דעמאלס איז פארשטענדליך די גמרא, ווייל שפעטער ווי כ"ט בניסן וואלט שוין נישט געשטאנען בסתמא 'בחודש ניסן' און ווען די גמרא פרעגט 'וליכתוב ליה טירפא מאייר ואילך' מיינט טאקע די גמרא ווי רש"י זאגט "מראש חודש אייר" אפי' אויב עס איז נאך ל' בניסן. אבער צו דעם דארף מען וויסן וואס די הלכה איז ביי הלכות שטרות, ווייסט איינער דער דין?

-

ובדרך אגב - א שיינע שאלה ותשובה פונעם 'בן איש חי' איבער א דין תורה פון כהנים איבער די מצוה פון פדיון הבן און די זכות פון די ה' סלעים און וויאזוי רבי יוסף חיים פון באגדאד האט גע'פסק'נט די שאלה עפ"י די עצה פון "הרשאה" וואס ווערט אנגעגעבן דא אין די גמרא:
https://www.hidabroot.org/article/106872

מקור התשובה בשו"ת תורה לשמה סי' רמ"ח:
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=185
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:

עס איז א בפירוש'ער סימן אין שלחן ערוך ארוח חיים סימן תכ"ז ווי דער מחבר פסק'נט וז"ל: כשראש חודש שני ימים כותבין בשטרות ביום הראשון ביום ראש חודש שהוא יום שלשים לחודש שעבר.
האב איך געטראפן א שיינער ליקוט איבער דעם ענין:
http://asif.co.il/?wpfb_dl=1858
און ער ברענגט צו אז דער מרדכי דא אין כתובות אות רמ"ה און נאך אנדערע ראשונים ברענגען טאקע א ראיה פון אונזער גמרא איבער די שאלה פון כתיבת הזמן בשטרות, פון דעם וואס די גמרא זאגט נישט "בר ל' בניסן את".

ברוך שכיוונתי אלעס בזכות וואס מיר לערנען דאס אינעם היינטיגען טאג ווען די שאלה איז טאקע נוגע למעשה, בריך רחמנא דיהיב לן אורייתא
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

מיללער האט געשריבן:בעזהשי"ת יום ד' תזו"מ ל' ניסן/ראש חודש אייר תשע"ז לפ"ק

היינט איז אויפן לוח פון מסגרת תורתך שעשועי צו לערנען די לעצטע בלאט פון די יעצטיגע מחזור, משלים צו זיין די פיר בלאט פון די וואך פר' תזו"מ פון דף צ"א ביז דף צ"ד ממסכת כתובות, און זיך גרייטן צו די בחינה הבא בס"ד קומענדיגע זונטאג אח"ק הבעל"ט אויף די דפים עז-צד.

אינטערעסאנט אז פונקט היינט "ראש חודש אייר" ענדיגן מיר דעם שיעור החודש מיט א שמועס אין די גמרא מס' כתובות סוף דף צד: איבער שטרות פון צוויי לקוחות אויפן זעלבן פעלד, איינער האט געהאט א דאטום פון ה' ניסן און דער אנדערער שטר האט נישט געהאט קיין גענויער דאטום מיטן יום החודש, נאר אז "בחודש ניסן" האט ער געקויפט די פעלד, און די צוויי זענען געקומען דן זיין ביי די"ת צו רב יוסף האט ר' יוסף געגעבן די רעכט פאר דעם וואס האט א בפירוש'ער דאטום פון ה' ניסן ווייל דער אנדערער איז דאך ידו על התחתונה "אימא בר כ"ט בניסן את", און ווידעראום צו די טענה פונעם צווייטן אז כאטש פון ראש חודש אייר זאל ער האבן א זכות טירוף לקוחות הבאים אחריו, האט ר' יוסף גע'טענה'ט קען דאך דער לוקח שרייען פארקערט "את בר חד בניסן את" וזיל הכי קמדחי ליה וזיל הכי קמדחי ליה.

איך האב אבער מתבונן געווען פארוואס נוצט די גמרא די דאטום פון "כ"ט בניסן" אלס די לעצטע טאג פון חודש ניסן, בעת וואס אלעמאל איז דאך חודש ניסן מלא און ממילא איז דא אויך א ל' ניסן (אזוי ווי היום יום) ממילא וואלט רב יוסף געדארפט זאגן "אימא בר ל' בניסן את"?

די שאלה איז צו ביום ל' לחודש שהוא יום א' דראש חודש שרייבט מען שוין "ראש חודש אייר", וואס דעמאלס איז פארשטענדליך די גמרא, ווייל שפעטער ווי כ"ט בניסן וואלט שוין נישט געשטאנען בסתמא 'בחודש ניסן' און ווען די גמרא פרעגט 'וליכתוב ליה טירפא מאייר ואילך' מיינט טאקע די גמרא ווי רש"י זאגט "מראש חודש אייר" אפי' אויב עס איז נאך ל' בניסן. אבער צו דעם דארף מען וויסן וואס די הלכה איז ביי הלכות שטרות, ווייסט איינער דער דין?

-

ובדרך אגב - א שיינע שאלה ותשובה פונעם 'בן איש חי' איבער א דין תורה פון כהנים איבער די מצוה פון פדיון הבן און די זכות פון די ה' סלעים און וויאזוי רבי יוסף חיים פון באגדאד האט גע'פסק'נט די שאלה עפ"י די עצה פון "הרשאה" וואס ווערט אנגעגעבן דא אין די גמרא:
https://www.hidabroot.org/article/106872

מקור התשובה בשו"ת תורה לשמה סי' רמ"ח:
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... &pgnum=185

דער מנחת חינוך (מצוה ש"ט ד"ה ובזה יש ליישב) איז מחדש אז ניסן שבו יצאו ישראל ממצרים איז געווען חסר.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לא לנו האט געשריבן: דער מנחת חינוך (מצוה ש"ט ד"ה ובזה יש ליישב) איז מחדש אז ניסן שבו יצאו ישראל ממצרים איז געווען חסר.

פארשטייט זיך אז ווילאנג מ'האט מקדש געווען עפ"י הראייה האט דאס געקענט פאסירן, אבער די גמרא רעדט דאך שוין בימי האמוראים ווען מ'האט שוין נוהג געווען עפ"י לוח וחשבון, והדברים פשוטים.
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

געוואלדיג! ממש מענינא דיומא.
דער מהר"ם שיף דא שרייבט אויך אזוי.

מיללער האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן: דער מנחת חינוך (מצוה ש"ט ד"ה ובזה יש ליישב) איז מחדש אז ניסן שבו יצאו ישראל ממצרים איז געווען חסר.

פארשטייט זיך אז ווילאנג מ'האט מקדש געווען עפ"י הראייה האט דאס געקענט פאסירן, אבער די גמרא רעדט דאך שוין בימי האמוראים ווען מ'האט שוין נוהג געווען עפ"י לוח וחשבון, והדברים פשוטים.

נישט ממש אזוי, און די לינק וואס איר האט געברענגט, ברענגט ער פון הגהות ציון וירושלים פונעם שו"מ (ע"ז פ"א סוף הל' א'), אז ביז אביי ורבא האט מען נאך מקדש געווען ע"פ ראיי', ומקורו מרמב"ם הל' קידה"ח פ"ה הל' ג'.
אטעטשמענטס
ציון וירושלים1.JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בס"ד יום א' אחרי-קדושים תשע"ז לפ"ק - יום הבחינה במסגרת חבורתינו על דפים עז-צד ממס' כתובות, מחיל אל חיל אט טרעטן מיר אריין אין די לעצטע מחזור ממסכת כתובות בשעטומ"צ

יענע וואך פר' תזו"מ איז דער שיעור געלאפן אויף דפים צא-צד ממס' כתובות, אפשר אנדערע לומדים האבן געטראפן בפרשיות השבוע מער באדייטנדע ענינים משיעור השבוע, ואנחנו בעניינו האמיר געפונען בלויז צוויי אינטערעסאנטע 'אויסדרוקן' בשיעור השבוע וואס האט געהאט א שייכות מיט די וואכעדיגע סדרות.

בדף צ"א. זאגט די גמרא אז דער הייליגער אמורא רב עמרם האט געסטראשעט יורשים אז,אויב פאלגן זיי נישט זיין פסק דין 'מחינא לכו בסילוא דלא מבע דמא' און ווי רש"י זאגט האט ער געמיינט צו זאגן אז ער וועט זיי מנדה זיין.
דער לשון 'סילוא' פארטייטשט רש"י 'קוץ' - א דארן, איז מערקווידיג אז אין פרשת תזריע ברענגט רש"י אויפן פסוק 'צרעת ממארת' א צושטעל פון א פסוק אין יחזקאל 'סילון ממאיר' וואס באדייט א 'קוץ מכאיב', עס איז משמע אז דער אראמישער 'סילוא' איז מן השורש פונעם לשה"ק'דיגער 'סילון' כאטש איך האב נישט געזען אז דער ערוך זאל עס צאמשטעלן.

נאך אן אינטערעסאנטע לשון די וואך, בדף צד. ברש"י ד"ה שדה שאינה שלו, זאגט רש"י אז די פרוי וואס האט באקומען אלס כתובה א שדה שנמצאת שאינה של בעל, האט מורא אז אויב די אנדערע ווייב נאך איר נעמט די אנדערע שדה ומה שגבה גבה וועט זי בלייבן אויסגעשפילט ובלשונו הק' "ונמצאתי קרחת".

וויפיל מאל באנוצט זיך רש"י מיט די אויסדרוק 'קרח' אויף איינער וואס בלייבט אויסגעשפילט מכאן ומכאן? איז דאס נישט דא לכבוד בני החבורה וועלכע האבן עס געלערנט די וואך פון פר' תזריע, ואיש כי ימרט ראשו 'קרח' הוא וגו' און שפעטער ב'קרחתו' או בגבחתו וגו'? אוודאי געוויס!...

-

ואיידי שיש לי השופר, אוסיף שלא 'משיעור השבוע' אלא מחזרת הדפים של הבחינה היום , בדף הראשון שאנו חוזרים עליה היום דף עז ממס' כתובות, מיירי במוכה שחין ובעלי ראתן ל"ע איך שהם מחלות מדבקות רח"ל, ועליהם לישב בדד ואסורין בתה"מ.

מן הענין לציין לדברי הראשונים ז"ל בפרשיות תזו"מ שענין צרעת היא כלשון האב"ע (ויקרא יג, ב) "מהחליים הנדבקים מהחולה אל השלם". וגם המצורע אסור בתשה"מ, בדד ישב מחוץ למחנה מושבו, עד שיתרפא מצרעתו.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

כ'ווייס נישט ווי שטארק דער שייכות איז, אבער עפעס מענין לענין.
אין גמ' שבת (עט.) אויף דער משנה אז דער שיעור לחיובא בהוצאות עור אום שבת לרה"ר, איז כדי לעשות קמיע, פרעגט די גמ', לעבדו בכמה א"ל לא שנא, דאס הייסט אז עור וואס ס'איז נאכנישט מעובד, אבער ס'שטייט צו ווערן מעובד האט דעם זעלבן שיעור.
פרעגט די גמ' פון 2 מקומות, וואו מ'זעט אז עור שאינו מעובד האט אן אנדער שיעור. די ערשטע קשיא איז:
דאמר רבי חייא בר אמי משמיה דעולא שלשה עורות הן מצה וחיפה ודיפתרא. מצה כו' כדי לצור בו משקולת קטנה, חיפה כו' וכמה שיעורו כדתנן עור כדי לעשות קמיע, דיפתרא כו', כמה שיעורו כדי לכתוב עליו את הגט.
די צווייטע קשיא איז פון א משנה:
והתנן הבגד שלשה על שלשה למדרס השק ד' על ד' העור ה' על ה' מפץ ו' על ו' בין למדרס בין למת ותאני עלה הבגד והשק והעור כשיעור לטומאה כך שיעור להוצאה, ההוא בקורטובלא.
ביי דער ערשטער קשיא זאגט תוס' (ד"ה כדי לכתוב עליו את הגט) סבירא ליה כרבי אליעזר דאמר עדי מסירה כרתי דלר' מאיר אין כותבין על הדפתרא דתנן בגטין (דף כא:) אין כותבין על נייר מחוק ועל הדפתרא וחכמים מכשירין ואמר בגמ' מאן חכמים ר' אליעזר.
האמיר א שייכות לשיעור השבוע העבר.
אין צווייטער קשיא איז פשוט שייכות לגבי טומאת מדרס.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בס"ד יום עש"ק פר' אח"ק תשע"ז לפ"ק

די וואך שפאנען בני חבורתינו פאראויס צו פארענדיגען דעם לעצטן מחזור פון מס' כתובות בלימוד וחזרת דפים צה-צח מן המסכתא, אויפן וועג מסיים צו זיין די מסכתא בקרוב ביום חמישי פר' במדבר הבעל"ט, בסיעתא דשמיא ולילך מחיל אל חים בהתחלת מסכת נדרים בשעטומ"צ בעזהשי"ת

אויף דף צו. ברענגט די גמ' א מאמר פון רבי יוסי בן חנינא, כל מלאכות שהאשה עושה לבעלה אלמנה עושה ליורשים, חוץ ממזיגת הכוס והצעת המטה והרחצת פניו ידיו ורגליו. איז רשיה"ק מסביר אז די דערמאנטע מלאכות איז א פרוי מחויב לבעלה כדי לקרב חיבה והרגל דבר, וואס איז געוויס נישט שייך (און זאגאר אסור) כלפי בני בעלה היורשים, און רש"י שטעלט צו א ראיה "כדאמרינן נמי בהא מסכתא (ד:) שאין נדה עושה אותן לבעלה.

די דיני הרחקה מאשה נדה האבן מיר טאקע געלערנט אויבן בדף ד, און אויך שפעטער בדף סא. באגלייט מיט עובדות והנהגות פון הייליגע אמוראים, און די הלכות ווערן ברייט גע'פסק'נט אין שו"ע יור"ד סי' קצ"ה כידוע.

איז א דבר בעתו צו דערמאנען אז דער מקור צו די הלכות ברענגט דער בית יוסף בסי' קצ"ה אראפ פונעם רשב"א אין תוה"א בשם אן אבות דרבי נתן, אז דאס לערנט זיך ארויס פון א פסוק אין די וואכעדיגע סדרה פרשת אחרי (ויקרא יח, יט) ואל אשה בנדת טומאתה 'לא תקרב' לגלות ערותה, זאגט דער אדר"ן אז די אלע דברי הרגל זענען נכלל אין די אזהרה פון 'לא תקרב'.

ולסיים בכי טוב, דער בעל הטורים ברענגט אויף פסוק הנ"ל א מסורה און ער זאגט דאס לשון "שאם לא יקרב אל אשה נדה, כתיב ביה צדיק הוא חיה יחיה (יחזקאל יח, ט)!"
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ב"ה
מוצש"ק אח"ק תשע"ז לפ"ק

בחזרת שיעור השבוע השב"ק העעל"ט חשבתי על דברי אביי בדף צה: איזהו רשע ערום זה המשיא עצה למכור בנכסים כרשב"ג, אם יש לזה שייכות לפרשת השבוע בלאו של לפני עור לא תתן מכשול ורש"י בחומש מפרש עפ"י חז"ל זהו המשיא עצה שאין הוגנת לו.

בפשטות כאן בעצם משיא עצה לזה שהוגנת 'לו' אלא שבחדא מחתא מפסיד לה'אחריך', וממילא אין כאן לפני עור כלפי המוכר. אלא אם נאמר שגם המוכר עובר עבירה במכירתו, וא"כ המשיא העצה עובר בלפני עור, אבל א"כ קשה למה לא נקט אביי הדין לגבי המוכר עצמוטלא למי שמשיא לו עצה למכור? ועי' בתוס' סוטה כא: בד"ה אביי אמר, לגבי אי גם המוכר עצמו נקרא רשע, וצ"ע
אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 730
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערמאן »

מיללער האט געשריבן:ב"ה
מוצש"ק אח"ק תשע"ז לפ"ק

בחזרת שיעור השבוע השב"ק העעל"ט חשבתי על דברי אביי בדף צה: איזהו רשע ערום זה המשיא עצה למכור בנכסים כרשב"ג, אם יש לזה שייכות לפרשת השבוע בלאו של לפני עור לא תתן מכשול ורש"י בחומש מפרש עפ"י חז"ל זהו המשיא עצה שאין הוגנת לו.

בפשטות כאן בעצם משיא עצה לזה שהוגנת 'לו' אלא שבחדא מחתא מפסיד לה'אחריך', וממילא אין כאן לפני עור כלפי המוכר. אלא אם נאמר שגם המוכר עובר עבירה במכירתו, וא"כ המשיא העצה עובר בלפני עור, אבל א"כ קשה למה לא נקט אביי הדין לגבי המוכר עצמוטלא למי שמשיא לו עצה למכור? ועי' בתוס' סוטה כא: בד"ה אביי אמר, לגבי אי גם המוכר עצמו נקרא רשע, וצ"ע

שו"ת בית יצחק יו"ד ח"א סי' מ"ד אות ז'.
אטעטשמענטס
בית יצחק.JPG
בית יצחק.JPG (37.4 KiB) געזען 3299 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח על המראה מקום הנפלא

אם הבנתי דבריו על נכון, בוודאי שהמוכר עובר על איסור, אבל האיסור הוא רק מדרבנן וממילא אין בזה משום לפני עור מה"ת, ןזהו החידוש של אביי שאעפ"כ מיקרי רשע ערום.

ושוב תודה על העלאת דבריו
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

פייערמאן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ב"ה
מוצש"ק אח"ק תשע"ז לפ"ק

בחזרת שיעור השבוע השב"ק העעל"ט חשבתי על דברי אביי בדף צה: איזהו רשע ערום זה המשיא עצה למכור בנכסים כרשב"ג, אם יש לזה שייכות לפרשת השבוע בלאו של לפני עור לא תתן מכשול ורש"י בחומש מפרש עפ"י חז"ל זהו המשיא עצה שאין הוגנת לו.

בפשטות כאן בעצם משיא עצה לזה שהוגנת 'לו' אלא שבחדא מחתא מפסיד לה'אחריך', וממילא אין כאן לפני עור כלפי המוכר. אלא אם נאמר שגם המוכר עובר עבירה במכירתו, וא"כ המשיא העצה עובר בלפני עור, אבל א"כ קשה למה לא נקט אביי הדין לגבי המוכר עצמוטלא למי שמשיא לו עצה למכור? ועי' בתוס' סוטה כא: בד"ה אביי אמר, לגבי אי גם המוכר עצמו נקרא רשע, וצ"ע

שו"ת בית יצחק יו"ד ח"א סי' מ"ד אות ז'.

להערה בעלמא. דער בית יצחק צייכנט צו אין מנחת חינוך מצוה רל"ב. ס'איז נישט געדרוקט בפנים הספר נאר אין אין קונטרס קומץ מנחה, השמטות פונעם מנחת חינוך בסוף הספר.
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”