שיעור השבוע בפרשת השבוע ובענינא דיומא

קושיות והערות בלימוד הגמרא

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הבוחר בטוב
שר האלף
תגובות: 1004
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבוחר בטוב »

רצון טוב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לערנען מיר בחבורת תורתך שעשועי ווייטער די לעצטע פיר בלאט פון די מעגל

פון וועלכע איזראעלי גליון קומט דער אויסדרוק ?
די משנה זאגט:
העיגולים מעלים את המלבנים
ווי קומט עס אהער ?

דוכט זיך אז פשט איז די בחינה איז דאך א ענין פון הזורעים בדמעה ברינה יקצורו, געדענקסטו דאך אוודאי די משנה אז מ'דארף זאגן מגל זו דריי מאל. :wink:
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

מיללער האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:לערנען מיר בחבורת תורתך שעשועי ווייטער די לעצטע פיר בלאט פון די מעגל
פון וועלכע איזראעלי גליון קומט דער אויסדרוק ?
די משנה זאגט:
העיגולים מעלים את המלבנים
ווי קומט עס אהער ?

ברוך שמסר עולמו לשומרים, גא-ט איז נישט באנקראט, אויב דאכט זיך פאר עמיצן אז א ווארט וואס ער קען נישט איז עברית, איז ער באלד דא מוחה צו זיין.

עס איז נישט קיין מחאה אדער שמירה לעולם
עס איז פשוט א נייער אויסדרוק וואס קלינגט פון אן איזרעלי אויסגאבע.
האט עס ערגעץ אנדערש ווי א מקור ?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בעזהשי"ת

א נייע וואך, א נייער מחזור און נייעס סוגיות און הערליכע ענינים ועניני אגדות חז"ל דטובא גניז בגויה סודות עמוקים, מעשיות פון די הייליגע תנאים ואמוראים אשר מפיהם אנו חיים, הפלא ופלא נורא נוראות.

די וואך לערנען מיר די ערשטע פיר בלאט פון די נייע מעגל דפים ס-סג ממסכות כתובות, היינט מיטוואך פרשת תרומה איז דער שיעור אויף דף סב וואו די גמרא ברענגט עטליכע עובדות פון אמוראים וועלכע זענען נאך די חתונה געגאנגען לערנען תורה בטהרה פאר עטליכע יאר, ובתוכם דערציילט די גמרא: רבי איעסק ליה לבריה בי רבי חייא כי מטא למיכתב כתובה נח נפשה דרביתא אמר רבי ח"ו פסולא איכא יתיבו ועיינו במשפחות רבי אתי משפטיה בן אביטל ורבי חייא אתי משמעי אחי דוד אזיל איעסק ליה לבריה בי ר' יוסי בן זימרא פסקו ליה תרתי סרי שנין למיזל בבי רב אחלפוה קמיה אמר להו ניהוו שית שנין אחלפוה קמיה אמר להו איכניס והדר איזיל
איינער פון די זון פון רבינו הקדוש איז קודם געווארן א חתן מיט א טאכטער פון רבי חייא, און די כלה איז רח"ל פריצייטיג נפטר געווארן פאר די חתונה, שפעטער איז ער געווארן א חתן ביי רבי יוסי בן זימרא האט מ'האט אפגעשמועסט אז דער אינגערמאן גייט לערנען צוועלף יאר פאר די חתונה, נאכן דורכפירן די כלה צוויי מאל האט דער זון מחליט געווען קודם חתונה צו האבן און הערשט נאכדעם גיין לערנען. קלערנדיג אז דער פאטער רבינו הקדוש וועט נישט זיין צופרידן פונעם טויש, האט אים רבינו הקדוש בארואיגט מיט א פסוק חומש פון די וואכעדיגע סדרה, זאגנדיג: בני דעת קונך יש בך מעיקרא כתיב (שמות טו, יז) תביאמו ותטעמו ולבסוף כתיב (שמות כה, ח) ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, קינד מיינס כביכול הקב"ה האט אויך אזוי געטאן, קודם האט ער געזאגט אז דער מכון לשבתך וועט הערשט זיין נאך תביאמו ותיטעמו ווען מ'וועט שוין זיין על אדמתינו אין ארץ ישראל, שפעטער האט דער איבירשטער געזאגט אז שוין אין מדבר זאל זיין א משכן, להראות חיבתן של כנסת ישראל כלה קרואה בנעימה, נישט וועלנדיג ווארטן ביז נאך ביאת הארץ, עשו לי דירה בתחתונים.

עס כאפט א פחד נאר צו קלערן אין די הייליגע ווערטער פון חז"ל, דער מהרש"א אין חידושי אגדות איז מטעים דער צושטעל פון די מעשה צו בנין המשכן, אז קבלת התורה איז געווען די אירוסין און דאס בית המקדש ווערט פאררעכנט כביכול ווי די חתונה, די כניסה לחופה, וממילא האט דער בנין המשכן געטראגן א בחינה פון 'איכניס והדר איזיל'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גוטע וואך, מוצש"ק לסדר ושכנתי בתוכם תשע"ז לפ"ק

היינט שב"ק ביים זאגן די הפטורה פון וה' נתן חכמה לשלמה, וואס דערציילט איבער די בנין בית המקדש הראשון, שיבנה במהרה, על ידי שלמה המלך און אנקומענדיג צום פסוק 'חדש יהיו בלבנון ושנים חדשים בביתו', האט זיך געשפירט א ספעציעלן טעם קענענדיג דעם פסוק פון די שיעור השבוע במס' כתובות, ווי די גמ' לערנט פון דעם ארויס, לויט איין מ"ד, וואס איז א דרך ישרה שיבור לו האדם, אוועקגייענדיג פון שטוב ללימוד התורה, צו זיין א חודש ביים לערנען ושנים חדשים בביתו, וחוזר חלילה.

השי"ת יזכנו ללמוד מתוך הרחבה ונזכה לבנין בית מקדשינו בימינו בקרוב, קל בנה ביתך בקרוב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יום א' תצוה - שמן זית זך תשע"ז לפ"ק

שיעור השבוע בחבורתינו הק' תורתך שעשועי, דפים סד-סח ממס' כתובות, השי"ת יעזרנו ללמדם בכי טוב

לערנענדיג היינט די ערשטע בלאט משיעור השבוע, בדף סד: פאלן מיר אריין אין די חשבונות וואס דער וואס האט געזאגט אדער אפי' נאר געבליקט אינעם לאנגען שטיקל פון יוצר לפרשת שקלים ההעל"ט, האט געזען וואספארא וויכטיגער חלק די חשבונות פארנעמען בתורתינו הקדושה, עמוקה מני תהום ורחבה מני ים.

איז אינטערעסאנט אז צווישן די חשבונות דערנאנט רש"י דכם חשבות פון די ביצים וואס גייען אריין אין א קב, ובדבריו הק' בד"ה וחצי חציה: שהקב כ"ד ביצים, ד' לוגין.

די וואך בפרשתן ווערט דערמאנט דאס ערשטע מאל דער חיוב פון הקרבת תמידין בכל יום און צו דעם זייערע מנחות, זאגט די תורה הקדושה (שמות כט, מ) ועשרון סולת בליל בשמן כתית רבע ההין. יעדע תמיד האט פארלאנגט א מנחה וואס איז געווען פון אן 'עשרון' מעהל.

וויפיל איז אן 'עשרון'? זאגט רש"י אויפן פלאץ: עשרית האיפה, מ"ג ביצים וחומש ביצה (וואס,דאס איז אגב, דער שיעור וואס איז מחייב בחלה). קומט צוגיין דער שפתי חכמים און ער ברייטערט אויס דברי רשיז"ל וז"ל: שהאיפה שלש סאין, וסאה ו' קבין והקב ד' לוגין, והלוג ו' ביצים, נמצא האיפה תל"ב ביצים (3 x 6 x 4 x 6 = 432) ועשיריתו מ"ג ביצים וחומש ביצה (432 / 10 = 43.2)

דאס זאגט רש"י ביי אונז אען די גמרא: שהקב הוא כ"ד ביצים, ד' לוגין, ווייל יעדע לוג האט דאך 6 ביצים און א קב האט ד' לוגין 4x6=24

ועי' על הדף בתוס' רי"ד שהביא ממר רב שלום ז"ל ששיעורנהמשנה של ב' קבין לשבוע הוא דוקא לעני שבישראל כמ"ש המשנה, אבל למכובד נותנים עומר = עשירית האיפה לכל יום שהוא מ"ג ביצים וחומש ביצה כנ"ל!
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אין שיעור השבוע פאריגער וואך תצוה (סז.) קען מען טרעפן עפעס א שילוב צו פורים, וואס איז אויסגעפאלן מוצ"ש תצוה, און תענית אסתר איז דאך געווען יענע וואך.
דער צווייטער תירוץ אויף די גמ"ח פון נקדימון בן גוריון איז "ואיבעית אימא כדבעי ליה למיעבד לא עבד". אין מסורת הש"ס צייכענען זיי צו אן ענליכער לשון אין גמרא עבו"ז (יז:) אויף ר' חנינא בן תרדיון אז די זכות התורה איז אים נישט בייגעשטאנען פון גזירת שריפה, וויבאלד ער האט נישט עוסק געווען בגמ"ח, פרעגט די גמ' אויך אזא קשיא "והתניא אמר לו מעות של פורים נתחלפו לי במעות של צדקה וחלקתים לעניים" (עיי' ברש"י ותוס' פירושן של דברים) איז דער תירוץ ווי דא "מיעבד עבד כדבעי ליה לא עבד".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לא לנו האט געשריבן:אין שיעור השבוע פאריגער וואך תצוה (סז.) קען מען טרעפן עפעס א שילוב צו פורים, וואס איז אויסגעפאלן מוצ"ש תצוה, און תענית אסתר איז דאך געווען יענע וואך.

יישר כח

אנדערע האבן געזאגט אז יענע וואך האט מען געלערנט דריי ענינים וואס האט א שייכות מיט פורים און מגילת אסתר:

א. מתנות לאביונים - צדקה לעניים
ב. שתיית יין
ג. בשמים ותמרוקי הנשים

ובדרך אגב, אין שו"ת שבט הלוי איז פארהאן א תשובה לגבי שתיית יין לנשים ביום הפורים ברענגט ער די גמרא פון יענע וואך אין פוסקין יין לנשים וכל הענין, אז חז"ל הפליגו והחמירו מאד בענין שתיית יין לנשים און דערמיט זאגט ער בפשטות אז אוודאי זענען פרויען נישט מחויב לבסומי בפוריא ואפשר שגם איסור יש בה.

יה"ר ששמחת ימי הפורים ישפיע על כולנו שמחת תמיד אמיתית ונזכה לשמוח בשמחת התורה, נגיל ונשיש בה כי הוא לנו עוז ואורה.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

לא לנו האט געשריבן:אין שיעור השבוע פאריגער וואך תצוה (סז.) קען מען טרעפן עפעס א שילוב צו פורים, וואס איז אויסגעפאלן מוצ"ש תצוה, און תענית אסתר איז דאך געווען יענע וואך.
דער צווייטער תירוץ אויף די גמ"ח פון נקדימון בן גוריון איז "ואיבעית אימא כדבעי ליה למיעבד לא עבד". אין מסורת הש"ס צייכענען זיי צו אן ענליכער לשון אין גמרא עבו"ז (יז:) אויף ר' חנינא בן תרדיון אז די זכות התורה איז אים נישט בייגעשטאנען פון גזירת שריפה, וויבאלד ער האט נישט עוסק געווען בגמ"ח, פרעגט די גמ' אויך אזא קשיא "והתניא אמר לו מעות של פורים נתחלפו לי במעות של צדקה וחלקתים לעניים" (עיי' ברש"י ותוס' פירושן של דברים) איז דער תירוץ ווי דא "מיעבד עבד כדבעי ליה לא עבד".

די ערשטע תירוץ אין די גמרא, איז זייער שרעקעדיג. עס קומט אויס אז אויב איינער גיבט צדקה אפילו כדבעי לי,ת אויב האט ער אינזין לשם כבוד, איז די מצוה נישט מגין אויף אים.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

אויפריכטיג האט געשריבן:

אין עבו"ז איז דא אן אינטערעסאנטער תוספות. די גמ' זאגט אז ר' חנינא בן תרדיון האט נישט עוסק געווען בגמ"ח. פרעגט די גמ' פון דער ברייתא מעות של פורים וכו', וואו מ'זעט אז ער האט יא עוסק געווען בצדקה. פרעגט תוס' אז צדקה מיט גמ"ח זענען צוויי באזונדערע זאכן, ווי די גמ' זאגט אין תענית, צדקה לעניים, גמ"ח בין לעניים ובין לעשירים. ענטפערט תוס' אז געווענליך מי שעוסק בהא עוסק נמי בהא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ערב שבת קודש לס' כי תשא את ראש בני ישראל תשע"ז לפ"ק

די וואך האבן מיר געהאט א קורצען שיעור לרגל ימי הפורים שעעל"ט, מיר האבן זוכה געווען צו לערנען דריי בלאט ממס' כתובות דפים סט-ע"א, כן יעזרנו ה' אלקינו להלאה מתוך עושר ואושר ושמחת הלב.

די וואך אין די סדרה איז פארהאן די באקאנטע רש"י אויפן פסוק (שמות לא, יח) ויתן אל משה ככלתו, זאגט רש"י: חסר כתיב שנמסרה לו תורה במתנה ככלה לחתן, דבר אחר מה כלה מתקשטת בכ"ד קשוטין אף ת"ח צריך להיות בקי בכ"ד בפרים.

איז דאך אוודאי דבר בעתו צו לערנען אין די שיעור השבוע תחלת פרק המדיר דף ע. די משנה וואס ברענגט ארויס די ענין פון קישוטי נשים, און אויב דער מאן איז מדיר את אשתו שלא תתקשט באחד 'מכל המינין' יוציא ויתן כתובה.

אבער באמת איבער די ענין פון די תואר כלה וואס כלל ישראל האט באקומען במעמד הר סיני, געפונען מיר נאך מער ממש סוף שיעור בדף עא: ברענגט די גמרא ווי רבי יוחנן איז מדמה כלל ישראל און איר קשר להקב"ה ככלה שנמצאת שלמה בבית חמיה ורדופה לילך ולהגיד שבחה בבית אביה, און נאכדעם איז ער מוסיף אז לימות המשיח במהרה וועט מקוים ווערן די פסוק והיה ביום ההוא נאום ה' תקראי אישי ולא תקראו עוד בעלי, אז כנסת ישראל וועט דאן זיין אין די בחינה פון כלה בבית חמיה ולא ככלה בבית אביה.

איז באקאנט די גמרא אין מס' שבת פח: אז די וואך בפרשת השבוע ביים חטא העגל, איז כלל ישראל געווען געגליכען צו עלובה כלה שזינתה בקרב חופתה, ווייל נאך ביים בארג סיני איז די 'כלה' נכשל געווארן מיט אזא ענין פון לזנות אחרי אלהי נכר רח"ל.

השי"ת זאל העלפן בזכות לימוד התורה יקוים בנו במהרה והיה ביום ההוא נאום ה' תקראו אישי ולא תקראו עוד בעלי, בביאת משיח צדקנו בב"א
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בס"ד אור ליום ה' ויק"פ-החודש תשע"ז לפ"ק

די וואך שפאנען מיר פאראויס בעזהשי"ת מיט די לעצטע פינף בלאט פון דעם מחזור, דפים עב-עו ממסכת כתובות זיך גרייטנדיג צום מאנאטליכען פארהער קומענדיגען זונטאג ויקרא הבעל"ט אויף די זיבעצן בלאט דפים ס-עו מן הש"ס קטן בסיעתא דשמיא ובעזרתו יתברך.

מאידך גיסא טרעטן מיר אט אט אריין אינעם חודש אשר ישועות בו מקיפות, די וואך שבת קודש הבעל"ט וועלן מיר האבן די זכיה צו בענטשן ראש חודש ניסן און אין די זעלבע צייט פראווען די לעצטע פון די ד' פרשיות - שבת החודש - זיך גרייטנדיג מקבל צו זיין דעם גאסט, יום טוב פסח הבעל"ט

איז אינטערעסאנט צו פארצייכענען דעם דבר בעתו מה טוב, ווען מיר לערנען היינט אין די גמרא כתובות בדף עה. די הייליגע ווערטער פון חז"ל אויפן פסוק (תהלים פז) ולציון יאמר איש ואיש יולד בה והוא יכוננה עליון זאגט רבי יהושע בן לוי אז דער 'איש ואיש' גייט ארויף אחד הנולד בה ואחד המצפה לראותה, וועט זוכה זיין לראות בנחמתה במהרה, איז דאך אוודאי אין א שבת ווען מיר גייען זאגן די הייליגע פיוטים 'כאשר שמענו כן עוד נחזה' מיט געגועין וכיסופין וצפייה לראות את ציון וירושלים בתפארתה, האבן די ווערטער פון ריב"ל א ספעציעלער משמעות וחביבות.

אינטערעסאנט איז, אז אינעם פיוט 'הוא נקרא ראש' וואס מ'זאגט ביי שחרית פאר קדושה זאגט ר"א הקליר א הערליכער פיוט איבער די גאולה שלימה וביאת המשיח ובתוך הדברים זאגט ער "ותעשה בו חדשה ,לבראת ארץ חדשה, להנתן דעה חדשה, לכרות ברית חדשה, להבראות בריה חדשה, להתחדש רוח חדשה" אז הקב"ה וועט בקרוב באנייען די גאנצע בריאה בביאת בן דוד ובתוכם וועט יעדער מענטש ווערן א 'בריה חדשה', זאגט דער יעב"ץ אויפן פלאץ פשט "שיחיו המתים - ויתרפאו המומין"

די וואך לערנען מיר דאך איבער די מומין באיש ואשה וואס איז מבטל שידוכים און ברענגט אלע צרות, זענען מיר מתפלל אז בקרוב זאל שוין נתרפא ווערן כל המומין ע"י הגאולה השלימה, ואולי זה השילוב של השני מאמרים של רבי מיישא בר בריה דריב"ל לאחר שהביא מימרא ממנו בעניני מומין, הביא המאמר על הצפיה לראות בנחמת ציון וירושלים שאז יקוים בנו 'להבראות בריה חדשה' ויתרפאו כל המומין וכל חולי ישראל יקומו על משענתם, השם יזכנו לזה בזכות לימוד התורה בקרוב אמן.

ידיד נפש...
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

מיללער האט געשריבן:ערב שבת קודש לס' כי תשא את ראש בני ישראל תשע"ז לפ"ק

ייש"כ
ומסיימין בטוב, הגמרא דשבת, אמר רב ועדיין חביבותא היא גבן דכתי' נתן ולא כתב הסריח.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

מיללער האט געשריבן:בס"ד אור ליום ה' ויק"פ-החודש תשע"ז לפ"ק

די וואך שפאנען מיר פאראויס בעזהשי"ת מיט די לעצטע פינף בלאט פון דעם מחזור, דפים עב-עו ממסכת כתובות זיך גרייטנדיג צום מאנאטליכען פארהער קומענדיגען זונטאג ויקרא הבעל"ט אויף די זיבעצן בלאט דפים ס-עו מן הש"ס קטן בסיעתא דשמיא ובעזרתו יתברך.

מאידך גיסא טרעטן מיר אט אט אריין אינעם חודש אשר ישועות בו מקיפות, די וואך שבת קודש הבעל"ט וועלן מיר האבן די זכיה צו בענטשן ראש חודש ניסן און אין די זעלבע צייט פראווען די לעצטע פון די ד' פרשיות - שבת החודש - זיך גרייטנדיג מקבל צו זיין דעם גאסט, יום טוב פסח הבעל"ט

איז אינטערעסאנט צו פארצייכענען דעם דבר בעתו מה טוב, ווען מיר לערנען היינט אין די גמרא כתובות בדף עה. די הייליגע ווערטער פון חז"ל אויפן פסוק (תהלים פז) ולציון יאמר איש ואיש יולד בה והוא יכוננה עליון זאגט רבי יהושע בן לוי אז דער 'איש ואיש' גייט ארויף אחד הנולד בה ואחד המצפה לראותה, וועט זוכה זיין לראות בנחמתה במהרה, איז דאך אוודאי אין א שבת ווען מיר גייען זאגן די הייליגע פיוטים 'כאשר שמענו כן עוד נחזה' מיט געגועין וכיסופין וצפייה לראות את ציון וירושלים בתפארתה, האבן די ווערטער פון ריב"ל א ספעציעלער משמעות וחביבות.

אינטערעסאנט איז, אז אינעם פיוט 'הוא נקרא ראש' וואס מ'זאגט ביי שחרית פאר קדושה זאגט ר"א הקליר א הערליכער פיוט איבער די גאולה שלימה וביאת המשיח ובתוך הדברים זאגט ער "ותעשה בו חדשה ,לבראת ארץ חדשה, להנתן דעה חדשה, לכרות ברית חדשה, להבראות בריה חדשה, להתחדש רוח חדשה" אז הקב"ה וועט בקרוב באנייען די גאנצע בריאה בביאת בן דוד ובתוכם וועט יעדער מענטש ווערן א 'בריה חדשה', זאגט דער יעב"ץ אויפן פלאץ פשט "שיחיו המתים - ויתרפאו המומין"

די וואך לערנען מיר דאך איבער די מומין באיש ואשה וואס איז מבטל שידוכים און ברענגט אלע צרות, זענען מיר מתפלל אז בקרוב זאל שוין נתרפא ווערן כל המומין ע"י הגאולה השלימה, ואולי זה השילוב של השני מאמרים של רבי מיישא בר בריה דריב"ל לאחר שהביא מימרא ממנו בעניני מומין, הביא המאמר על הצפיה לראות בנחמת ציון וירושלים שאז יקוים בנו 'להבראות בריה חדשה' ויתרפאו כל המומין וכל חולי ישראל יקומו על משענתם, השם יזכנו לזה בזכות לימוד התורה בקרוב אמן.

ידיד נפש...

אינטערעסאנטע צושטעל, וועסט אייביג טרעפן עפעס..
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

מ'האט די וואך געליינט קריאת פרשת החודש, צווישן אנדערן "בעשור לחודש הזה ויקחו להם שה לבית אבות שה לבית".
דער טור סימן ת"ל זאגט דעם טעם אויף שבת שלפני הפסח קורין אותו שבת הגדול, וז"ל:
והטעם לפי שנעשה בו נס גדול, שפסח מצרים מקחו בעשור כדכתיב "בעשור לחודש הזה ויקחו להם שה לבית אבות שה לבית", ופסח שיצאו ישראל ממצרים היה ביום חמישי כדאיתא בסדר עולם, ונמצא שי' בחדש היה שבת, ולקחו להם כל אחד שה לפסחו וקשר אותו בכרעי מיטתו ושאלום המצריים למה זה לכם והשיבו לשחטו לשם פסח במצות השם עלינו, והיו שיניהם קהות על ששוחטין את אלהיהן ולא היו רשאין לומר להם דבר, ועל שם אותו הנס קורין אותו שבת הגדול.
האמיר געהאט די פארלאפענע וואך אינעם שיעור (ע"ה:) דעם ענין פון קהות. די גמ' ברענגט א ברייתא: דתניא אם בהרת קודם לשער לבן טמא אם שער לבן קודם לבהרת טהור ספק טמא ור' יהושע אומר כהה. רש"י ברענגט א צווייטע גירסא אויף 'כהה':
וכו' ומשם ר' משה הדרשן שמעתי ורבי יהושע קיהה מאי קיהה אמר רבה קיהה וטיהר כלומר קיהה בדבר ונחלק עליהם וטיהר [כאדם שנקהו שיניו על אדם שאין משגיח לדבריו]

אבער באמת אין סנהדרין פ"ז: ברענגט תוס' (ד"ה ר"י) די גירסא פון קהה, און קריגט אויף רש"י וואס זאגט כהה. תוס' זאגט דארט: ונראה כגירסת ר"ח קהה בקו"ף ול"ג אומר כלומר ר' יהושע הקשה ודקדק בדבר כמו הקהה את שיניו.
אין מסורת הש"ס צייכענען זיי צו דעם מקור פון הקהה את שיניו: הגדה של פסח. אויך א שטיקל שייכות בעניני דיומא שעומדים בתוך שלשים יום קודם החג.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הערליך הרב לנו, ברענגט נאך מהני מילי מעלייתא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ב"ה יום ב' ויקרא תשע"ז לפ"ק

בריך רחמנא דמסר לן אורייתא, מיט געפילן פיל מיט פרייד שפאנען מיר פאראויס צו די נייע מחזור לחודש ניסן הבעל"ט, נאכ'ן זיך שטעלן צו די בחינה ביום אתמול כי יעבור, די וואך וועלן מיר לערנען בעזהשי"ת און פארזעצן די פיר בלאט עז-פ ממס' כתובות, בסיעתא דשמיא

אנהייבנדיג די וואכעדיגע שיעור די לעצטע בלאט מפרק המדיר, באגעגן מיר באלד א באקאנטער ענין מפרשת השבוע, דאס איז דער ענין פון 'כופין אותו עד שיאמר רוצה אני' וואס רש"י הק' ברענגט אין חומש אויפן פסוק (ויקרא א, ג) יקריב אותו לרצונו: מלמד שכופין אותו, יכול בע"כ ת"ל לרצונו הא כיצד כופין אותו עד שיאמר רוצה אני.

אין די גמרא בדף עז. ברענגט די גמרא די הלכה פון 'מעשין לפסולות' ווען עמיצער איז נושא נשים בעבירה איז מען אים כופה להוציא, איז דא די באקאנטע רמב"ם בהל' גירושין פרק ב' הלכה כ' ווי ער פרעגט וויאזוי ארבייט א גט בכפיה 'ולמה לא בטל גט זה' פרעגט ער, און ער ברענגט ארויס דעם יסוד אז א איד וויל זיין ערליך 'מאחר שהוא רוצה להיות מישראל רוצה הוא לעשות כל המצות ולהתרחק מן העבירות, ויצרו הוא שתקפו, וכיון שהוכה עד שתשש יצרו ואמר רוצה אני, כבר גירש לרצונו'.

דבריו הקדושים פונעם הייליגען רמב"ם, זכותו יגן עלינו, ונזכה כולנו לעשות רצונו יתברך באמת ובשלימות
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ב"ה אור ליום ה' ויקרא תשע"ז

כבר הבאתי לעיל ענין אחד מפרשת השבוע בשיעור השבוע, עוד מצאתי ב' ענינים נוספים שאולי ראוי לספחן בכאן בבחינת כל פטפוטי טבין ואכתוב בקיצור

א. בדף עז. במתני' מחלק רשב"ג - והלכה כמותו - בין מומין גדולים באיש למומין קטנים, ופירשו בגמ' דמומין גדולים היינט נסמית עינו נקטעה ידו ונשברה רגלו.

הנה בפרשתן בדיני קרבנות מצינו הדין של 'זכר תמים' שבהמה צריכה להיות תמים בלי מום, ואולי בעוף לא כתיב הדין של תמים, והביא רש"י מחז"ל שקפידא של תמות וזכרות היא דוקא בבהמה ולא עוף 'יכול אף מחוסר אבר ת"ל מן העוף'. מצינו שהגם שלא הקפידה תורה על מום בעוף אבל 'מום גדול' כמחוסר אבר פוסלת אף בעוף, וזו ממש כדברי רשב"ג במשנתינו שעל אף שמומין אינם פוסלין באיש אבל 'מחוסרי אבר' פוסל אף באיש!

ב. בדף עט: מביא הג' ברייתא המלח והחול הרי זה פירות, ומבאר רש"י באריכות המציאות של מלח שנעשה בשפת הים ע"י שהחמה מייבשת את המים.

ובפרשתן נמצא הדין של 'על כל קרבנך תקריב מלח' והמפרשים ורש"י בראש מביאים כמה טעמים וםירושים על 'מלח ברית אלקיך' למה נקרא מלח בלשון 'ברית' והשייכות של מלח למים, והרמב"ן והרבינו בחיי מבארים הענין שהמלח נעשה מזה שהמים מתייבשת ונשרפת ונעשה מלח עיי"ש.

וכל המוסיף יוסיף חיים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ב"ה אור ליום ה' פרשת צו - שבת הגדול תשע"ז,לפ"ק

אין די טעג בימי הכנה לימים הטובים הבאים עלינו לטובה בעזהשי"ת, גייען מיר חברי חבורת תורתך שעשועי ווייטער בלימודין כסדרן במסכת כתובות, די שיעור השבוע פון די וואך איז אויף די פינף בלאט פא-פה ממס' כתובות

אן אינטערעסאנטע ציון האב איך געזעהן בגליונותיו הנפלאים פון הגאון רבי יוסף ענגיל זצ"ל שנדפסו בספר 'גליוני הש"ס' וועלכער ברענגט צוזאם די שיעור השבוע מיט די ענינא דיומא די הכנה צו עשיית קרבן הפסח ביום ראשון הבעל"ט בירושלים עיה"ק בביאת משיח צדקנו

די גמ' סוף פונעם שיעור בדף פה: דערציילט די גמרא איבער א שאלה וואס איז געקומען צו רבי יוחנן איבער א צוואת מיתה פון עמיצן וואס ער האט פארשריבן נכסיו צו איד מיטן נאמען טוביה און עס איז געווארן א שאלה וועלכע טוביה ער האט געמיינט, ומענין לענין שמועסט די גמרא אויס פארשידענע אומדנות וויאזוי צו אנטשיידן ספיקות אין אזעלכע פעלער.

שטעלט די גמרא א שאלה 'שכן וקרוב מאי'? ווען מען איז מסופק צו דער מצוה האט געוואלט געבן זיינע נכסים פאר א שכן אדער פאר א קרוב, וועם איז מער מסתבר אז ער האט געמיינט, זאגט די גמרא תא שמע טוב שכן קרוב מאח רחוק - אז א שכן וואס וואונט בקירוב מקום איז נענטער צו א מענטשן ווי א קרוב משפחה וואס וואונט מריחוק מקום.

ברענגט ר' יוסף ענגיל אן אינטערעסאנטע תוספתא איבער די ענין פון קירבות פון שכנים, אויפן פסוק אין פר' בא ולקח הוא ושכנו הקרוב, זאגט די תוספתא אין מס' פסחים פרק ח' אז דער ענין זיך צאמצוציילן אויפן קרבן פסח דוקא מיט 'שכנו הקרוב' איז נאר געווען בפסח מצרים און דאס גייט נישט אן ביי פסח דורות, זאגט רבי שמעון 'אומר אני אף בפסח דורות כן' ר"ש האלט אז אויך בפסח דורות איז דא די קפידא "וכל כך למה, כדי לא יניח אדם שכנו הקרוב אל ביתו, ויעשה את פסחו אצל חבירו, לקיים מה שנא' טוב שכן קרוב מאח רחוק!

הייסט דאס אז די תורה פארלאנגט א קירבות צו שכנים מער ווי קרובי משפחה און גוטע פריינט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בעזרת השי"ת ולמזל טוב! יום א' שבוע שחל בו פסח, י"ג ניסן - בדיקת חמץ - תשע"ז לפ"ק, יום סיום זמן החורף במסגרת תורתך שעשועי, כי טוב יום בחצריך מ'אלף', יום בו מציינים את 'דף האלף' ממסגרת החבורה, בלימוד דף פ"ו ממסכת כתובות בסיעתא דשמיא.

אוודאי איז א טאג ארויסצוברענגען א שבח והודאה להשי"ת ששמת חלקינו מיושבי בית המדרש, 'אלף' נכנסין לביהמ"ד, טויזנט בלאט גמרא בלימוד וחזרה איז נישט קיין קליינער מספר, און אוודאי זאגט זיך נאטורליך ארויס א תפלה ממעמקי הלב, כשם שעזרתני להתחיל ולסיים 'את האלף' ללמוד ולשנן לחזור ולהיבחן, כן תעזרנו להתחיל ולסיים הדפים הבעל"ט עד סיום שני התלמודים בחזרה ושינון, וספרים אחרים דברי תורתינו הקדושה והרחבה מני ים עמוקה מני תהום, מתוך הרחבת הדעת ורוב שמחה.

לערנענדיג דעם היינטיגען בלאט בערבי פסחים, איז דערפרישענד צו טרעפן די באקאנטע מאמר חז"ל ווען די גמרא ברענגט צו די ברייתא אז אויף א מצות עשה ווי סוכה ולולב 'כגון שאומרין לו עשה סוכה ואינו עושה, לולב ואינו עושה מכין אותו עד שתצא נפשו' אז בי"ד איז כופה עד כדי הכאה אויף א אידן וואס וויל נישט מקיים זיין א מצות עשה ממצות התורה שצוני הבורא יתברך שמו.

אויסער דעם וואס אין די טעג הבעל"ט ווערן מיר מסובב במצות עשה התלוים בזמן, איז אבער פארהאן אן אינטערעסאנטע קשיא אויף די ברייתא וואס דער הייליגער רב זצ"ל פרעגט בשו"ת דברי חיים ח"ב אהע"ז סי' ל"ב, ובאמת ווערט דאס דאס דערמאנט בחי' הריטב"א עמס' ר"ה דף כח. אויף די גמרא פון אבוה דשמואל וואס זאגט כפאו ואכל מצה יצא און דערויף זאגט רבא זאת אומרת התוקע לשיר יצא, ווייל פון דעם זעהט מען אז מצות אין צריכות כוונה.

פרעגט דער דברי חיים, לפי"ז מיר וואס פסק'נען להלכה ולמעשה אז מצות צריכות כוונה, וויאזוי נוצט דאס וואס די ברייתא זאגט דא 'מכין אותו עד שתצא נפשו' אז מ'איז כופה א מענטשן מקיים צו זיין א מצות עשה, אמער ער וועט דאך סייווי נישט יוצא זיין ווייל איך לערן דאך מצוות צריכות כוונה.

באמת ווי דערמאנט פרעגט דער ריטב"א די קשיא דארט אין ר"ה, און ער ענטפערט בפשטות אז ווען חכמי ישראל זענען כופה נוצט דאס מדין 'כופין אותו עד שיאמר רוצה אני' וכדברי הרמב"ם המפורסמים ווייל א איד האט א חזקת כשרות והשאור שבעיסה מעכב, אבער ווען מ'האקט ארויס דעם יצר הרע איז מען מבער דעם חמץ שבתוכו און ער טוט די מצוה מרצונו הטוב, משא"כ דארט אין ר"ה רעדט אבוה דשמואל כשכפאוהו פרסיים איז אוודאי נישט שייך די סברא (וכן כ' המנ"ח מצוה ו' אות י' ועוד הרבה אחרונים).

די פלא איז אז דער דברי חיים לא נחית בהא, ואולי מחלק בין 'רצון' שעל זה מהני כפיה ל'כוונה' שעל זה לא אמרינן הסברא של הרמב"ם וצ"ע

יזכני השם לקיים מצוותיו מרצון ובכוונה, והימים הקדושים הבאים עלינו לטובה עם כל המצוות הקשורים עמהם, ישפיעו עלינו מנוה עליון רוח טהרה וקדושה, לזכות את לבנו ומחשבותינו ותנועתינו ולטהר רעיונינו לעבודת השם באמת ובתמים, ללמוד את תורתו ולשמור משמרתו, עדי נזכה לעלות לציון ברנה ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים בביאת משיח צדקנו במהרה אמן.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

"כתובות דף פו" גימ' "1004"
וואס קען מען טאן ס'זאל שטימען מיט אלף?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לא לנו האט געשריבן:"כתובות דף פו" גימ' "1004"
וואס קען מען טאן ס'זאל שטימען מיט אלף?

אפשר טויזנט בלאט אין פיר יאר? (שוין פיר יאר?)
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

שודא דדיינא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

דעם חול המועד האבען מיר איבער געלערנט דף פה: זאגט רש"י אז שודא דדיינא איז א לשון פון הטלת הדיינים וואס איך האב געטייטשט לייגן דאס הייסט ווי די דיינים ווילען לייגן די געלט ברענגט רש"י א ראיה מעניני דיומא פון שירת הים ירה בים ותרגמינן הטיל בים וואס איז טייטש ווארפן אין ים האב איך געוואלט וויסן איז ירה שודא הטיל טייטש ווארפן ? אדער אלע דריי טייטש לייגן ?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ווי האלט איך דא האט געשריבן:דעם חול המועד האבען מיר איבער געלערנט דף פה: זאגט רש"י אז שודא דדיינא איז א לשון פון הטלת הדיינים וואס איך האב געטייטשט לייגן דאס הייסט ווי די דיינים ווילען לייגן די געלט ברענגט רש"י א ראיה מעניני דיומא פון שירת הים ירה בים ותרגמינן הטיל בים וואס איז טייטש ווארפן אין ים האב איך געוואלט וויסן איז ירה שודא הטיל טייטש ווארפן ? אדער אלע דריי טייטש לייגן ?

צ"ל דמתרגמינן שדי בימא

מיט וואס איז ווארפן אנדערש ווי לייגן? דער עיקר איז אז די דיינים זענען די וואס לייגן/ווארפן צו דאס געלט כפי ראות עיניהם, און דאס ווארט 'שודא' איז מלשון 'לא שדי אינש זוזא בכדי', וואס ווערט גענוצט סיי אויף אריינלייגן/אראפלייגן און סיי אויף אריינווארפן/אראפווארפן
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

כ'האב עפעס אפאר זאכן פאר פרשת צו, חוה"מ, אבער כ'בין אומקלאר וואספארא שיעורים ס'איז דאן געווען.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

און אז מ'האט שוין מעלה געווען דעם אשכול היינט ביום אסרו חג הפסח שעעל"ט, וועל איך זיך ערלויבן צו שרייבן מענינא דאשכול כאטש מער בדרך צחות ומליצה.

דעם פארגאנגענעם חוה"מ העעל"ט איז דער שיעור פון תורתך שעשועי אנגעגאנגען כרגיל, מיט צוויי בלאט ממס' כתובות אויפן קאלענדער, דף פז ופח מפרק הכותב.

קען זיין אנדערע האבן געטראפן עפעס מענינא דיומא און הלוואי וועלן זיי עס דא מעלה זיין לטובת החברים ולא ימנעו טוב מבעליו, אני הדל האב נישט געטראפן דייקא אין די צוויי בלעטער צום יום טוב פסח והאמת אומר, כ'האב געהאט עטוואס חלישת הדעת ווי נישט מ'שטרענגט זיך אן אנצוגיין בלימודין כסדרן איז אלעמאל א חיזוק ווען מ'זעהט א רמז צום דבר בעתו מה טוב, ביז ביום אחרון של פסח ווען מ'האט געזאגט די יוצר ביי די הויכע שמונה עשרה, האט מיר א בליץ געטאן צוויי ווערטער וואס מיר האבן נארוואס געלערנט ערב שביעי של פסח בדף פ"ח ממס' כתובות.

דער פייטן דערציילט איבער די מפלה פון פרעה וחילו ביים ים סוף ביום שביעי של פסח לצאת בנ"י מארץ מצרים, אינעם שטיקל וואס הייבט זיך אן 'תחבולות עש' ביי ברכת מחיה המתים, זאגט דער פייטן: רסן מתעה הרסין שר הבירה, קהליו להקהיל לרדוף יפה וברה. דער אייבירשטע כביכול האט איינגעשפאנט פרעה אין א פארפירנדע מויל-שלאס, איינצוזאמלען זיינע מאסן נאכצויאגן כלל ישראל וועלכע ווערט גערופען יפה וברה (עש"ה יפה כלבנה ברה כחמה).

איז פארהאט צוויי פירושים אינעם טיטול 'שר הבירה' אויף וועם דאס גייט ארויף, דער מטה לוי זאגט אז דאס גייט ארויף אויף פרעה און דער מעשה אורג ברענגט א י"מ אז דאס מיינט כביכול הקב"ה דער בעל הבירה (מקור המליצה 'שר הבירה' הוא פסוקבנחמיה).

איז אינטערעסאנט אז ווי דערמאנט האבן מיר געלערנט בדף פח. אמר רב אחא 'שר הבירה' מעשה בא לפני רבי יצחק נפחא באנטוכיא וכו' און רש"י זאגט: כך כינויו, אז דער רב אחא האט באקומען א טיטול 'שר הבירה', אבער אין ערגעץ ווערט נישט אנגעוויזן וואס פשט פון דעם תואר אויף רב אחא איז. בכל אופן האבן מיר געהאט א געשמאק צו באגעגענען די זעלבע טיטול אין יוצר, ביום טוב שלאחריו.

ואנחנו נחלץ חושים להמשיך ביתר שאת ויתר עוז ותעצומות, להגביר חיילים לתורה אינעם נייעם זומער זמן הבא עלינו לטובה, אט אט גרייטן מיר זיך לסיים בכי טוב מסכת כתובות, אין די טעג ארום קבלת תורתינו הקדושה בה קידש הקב"ה אותנו עמו ישראל ע"י חופה וקידושין, ווי שיין וועט זיין ווען הונדערטער און זאגאר טויזנטער חברי חבורתינו וועלן הערן די 'כתובה ליינען' בעצם יום השבועות, און האלטן געציילטע טעג נאך סיום מסכת כתובות, דבר בעתו מה טוב, עס וועט זיין די קלימאקס פון 'מענינא דיומא ושיעור השבוע'! יראו עינינו וישמח לבינו
שרייב תגובה

צוריק צו “סוגיות הש"ס”