סידיראם האט געשריבן:די תירוץ איז אז איך דארף נישט קיין תירוץ! וויבאלד מיין טאטע זיידע און רבי וואס זענען שוין געווען אין פלעצער ווי מען האט "יא" געקענט באקומען פיש פסח, און דאך האבן זיי נישט געגעסן כדי אנצוהאלטן די מסורה וואס זיי האבן זיך געהאט געפירט נישט צו עסן, איז דאס פאר מיר גענוג סיבה צו טראכטן אז "איך פארשטיי נישט אלעס" און וואס זיי האבן געטוהן דארף מען ווייטער טוהן, סיי אויב די אייוועלט פשט'ל שטימט נישט, סיי אויב עס שטימט הערליך, לא מעלה ולא מוריד כלל וכלל.
להלכה למעשה איז חלילה פאר איינעם צו זיין קלוגער פון א טאטע זיידע און רבי וואס האב אויך געוויסט די אלע פשט'לעך און אף על פי כן האבן זיי נישט געגעסן פיש פסח.
אויב דיין רבי אדער זיידע (אויב ער איז געווען א איד וואס איז בעצם געווען בטל צו די מסורה און אן ערליכע איד) האט יא אנגעהויבן צו עסן פיש פסח, דאן מעגסטו עסן געזונטערהייט לכבוד יום טוב, טאמער אבער נישט, דאן איז דאס פאר דיר אן איסור גמור שלא לשנות ממסורת אבות.
מיט דעים פאנגט זיך אן די שמועס און מיט דעים ענדיגט זיך עס.
סידיראם האט געשריבן:עס איז דא א זאך וואס הייסט אל תפרוש מן הציבור, לדוגמא אויב איז א זאך אנגענומען ביי אונזער ציבור ווי אינז דריי מיר זיך, א חומרא וואס דער ציבור האט אנגענומען מיט א שטארקייט, דאן איז נישט דא קיין מבוא זיך צו מיקל זיין.
דעריבער לגבי די ענין פון געבראק'טס איז ביי אונזערע מקומות פון ווי רוב פון אונז שטאמען - פון אינטערלאנד צו פון פוילן גאליציע - (און אגב במשך הדורות האבן פילע אויבערלאנדישע רבנים אנגענומען די חסידישע מנהגים מיט א שטארקייט און בכלל זה די חומרא פון נישט עסן געבראק'טס) וואס און די אלע פלעצער איז געווען די חומרא פון געבראקט'ס גאר שטארק, ויסודתו מהררי קודש מהבעל שם טוב ותלמידיו וואס זיי האבן דאס זייער איינגעפירט צווישן עולם (עי' בספר נהרי אש מה שאמר בזה הרה"ק ר' שמעון מזעליכוב זי"ע בפנימיות הענינים שיש בזה), דעריבער יעדער וואס דרייט זיך צווישן דעים ציבור שלנו וואס רוב מנין ובנין האט אנגענומען די חומרא מיט א שטארקייט, דעריבער איז דא ביי דעים אן ענין פון אל תפרוש מן הציבור, און יעדער דארף זיך אנגעפאנגען צו פירן מיט די חומרות המקום.
משא"כ ביי די ענין פון עסן פיש, איז לכתחילה אזוי אז עס איז בדורינו נאר א חומרא וואס איינער האט יא מקבל געווען מאבותיו און איינער נישט (ווענדט זיך ווי מען האט געוואוינט אינדערהיים), דעריבער זאל יעדער ביי דעים אנהאלטן די פערזענליכע מסורה פון זיינע עלטערן.
ועל כל פנים איז דאס נישט קיין פארגלייך צו די ענין פון געבראק'טס, ויש לומר עוד נקודות בזה והמבין יבין
!!!