רבותי, גלייבט מיר נישט אויפן ווארט, איבערצייגט אייך אליין!!!

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2176
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

רבותי, גלייבט מיר נישט אויפן ווארט, איבערצייגט אייך אליין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארעכפעפער »

יא... יא... אזוי ווי איר הערט. ס'נישט קיין ווערטל, ס'נישט קיין דמיונות, ס'נישט קיין חלומות, ס'איז א ווירקליכער פאקט!!!

נו, וואס פון רעדסטו? וואס ווילסטו?

ששש... שא... שא... קוים איך בין צו מיר געקומען. איך בין נאך אונטערן געמישטן רושם פון א פריידיגן-טרויער. עמאציענאלע געפילן בוזשעווען אין מיר, איך ווייס נאך נישטאמאל וויאזוי דאס אויפצונעמען. זאל איך זיך פרייען צי זאל איך קלאגן, זאל איך דאס אויסגעבן אין שריפט צי אפשר גאר זאל איך אינגאנצן נישט רעדן...

וואס-אי?, וואס איז עפעס אזוינס געשען מיט דיר דעם היינטיגן פרימארגן אז דו ביסט אזוי עמאציענאל?

נו לאז צום וואטרט קומען. וואחרט... וואחרט... לאז מיך קודם זיך בארואיגן א מינוט צוויי.

איז אזוי מורי ורבותי; דעם היינטיגן פרימארגן האב איך זיך באגעגנט מיט אן אומגערישטע ערשינונג וואס ווי פארשטענדליך דער ערשינונג האט מיך אזוי ערשיטערט, ס'האט מיך אזוי איבערגענומען, אויף אזוי ווייט אז פשוט אין די איצטיגע מומענטן, נאך זייענדיג אונטערן רושם, קען איך זיך נאך נישט צוזאמענקלויבן און דאס ריכטיג באהאנדלען, אפשאצען, און זיך אפגעבן דערמיט ווי עס וואלט זיך פארלאנגט.
וואס אן אמת, איז דאך דער היינטיגער דאנערשטאג נישט קיין באזונדערער טאג אויפן קאלענדער, ס'איז דאך נישט מער ווי אן איינפאכער דאנערשטאג. תחנון האט מען געזאגט אח-ווי גארנישט וואלט געווען, אבער... אבער... וואלט מען געווען ביים דאווענען שוין געוואוסט וואס דער היינטיגער טאג וועט מיט זיך ברענגען וואלט מען זיכער פארופן דעם תחנון און אים נישט געזאגט...

וואלט איך זיך אריינגעשארט ח"ו אין די קרעטשמע פאר א כוס'עלע לחיים נאך פארן דאווענען און זיך באגעגנט מיט אט די ערשינונג, וואלט דער תחנון זיכער פארמישט געווארן דארט ווי דער איזהו מקומן ווערט כסדר פארמישט דארעך מאנכע אומגעדולדיגע חברה-לייט...

איז הערט א מעשה; איך שאר זיך אריין אין די קרעטשמע, און והיות לויט די אנגעבליכע עפנטליכע מעלדונגען האבן די וואלן זיך שוין געזאלט שליסן, בין איך א פארנייגעריקער באלד צוגעגאנגען צו די וואל בודקע, צושטייטליך געעפנט דעם טיר'ל בכדי נישט אויפצווועקן די ארומיגע קרעטשמערס וועלכע שלאפן נאך, און... און... דא פלוצים מערק איך אן איגרת'ל וואס דער אלטער ראשאקאל, יא אזוי ווי איר הערט דער אלטער אומפארגעסליכער באליבטער ראשאקאל, יענטאאש, האט איבערגעלאזט

וואס? זע איך גוט? ס'איז ער? עה ס'קען נישט זיין!...

אבער מורי ורבותי, יא יא, גלייבט יא גלייבט נישט, שפאצירט אריין דא אינעם וואל בודקע און איבערצייגט אייך אליין, און דאן זאגט אליין צו אייערע עמאציענאלע געפילן וועלן זיך נישט צושפילן.

נו איר פארשטייט מיך שוין?

יא, אמת ס'איז א פרייד, א שמחה, אז מיר האבן די געלעגנהייט געהאט אז דער אלטער אומפארגעסליכער ראשאקאל האט אפגעשטאט א באזוך ביי אונז אין דערפל, אבער... אבער...
שוין איך קען נישט ווייטער... ס'לאזט זיך מיר נאך נישט... אפשר שפעטער...
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך האף אז די ביסט אנטלאפען ווען איך איינעם פון יענע וועלט אנטלויף איך
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

וואס שייך צו זאגן/שרייבן/טייפן/קלאפן, ווער רעדט דען פון תחנון? קינד און 'ג'ייט וואלטן זיך אנגעטוהן בגדי שבת לכבוד ולתפארת, מ'וואלט מיר אויסגעצירט די קרעטשמע מיט גאלד און זילבער, מסיבות פארטיס טיי אווענט'ס דינער'ס מלוה מלכה'ס זיצן, אלעס וואלט מיר ווען צוגעגרייט, יעדער העט ווען מיט די מערסטע עמאציענאלע געפילן געשריבן/געשריגן/געדרש'נט/געוויינט/געזאגט/געטייפט/געקלאפט אזש די קרעטשמע וואלט זיך פלעין און פשוט (דברה ץץץץ כלשון בני אדם) איבערגעקערט א_ווי סדום ועמורה, טישן און בענק וואלטן זיך געשטעלט אויף די קעפ, מענטשן אויף די פוס, התאחדות וואלט זיכער אריינגעקומען קוקען אויף'ן נישט פארגעסענעם ראוישהאכאהעל....

אבער מה נעשה ער האט מיט זיך מיטגעבראכט עטליכע הויכע שווארצע באדי גארדס (וועא"מ) און קיינער... גארנישט... מ'האמיר זיך אלע איינגעקורטשעט פאר ציטער און פאר שרעק, געכאפט דעם סידור'ל און געזאגט תחנון מיט טייכן טרערן, שוין חדשים וואס מ'האמיר נישט געהערט אזא הבט משמים וראה, מיט אזעכע יאמעליכע קולות...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
פירסט ריספאנדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 06, 2022 11:20 am

Re: רבותי, גלייבט מיר נישט אויפן ווארט, איבערצייגט אייך אליין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פירסט ריספאנדער »

צ''ק

יעצט אנגעקומען ביז דעם אשכול...

נאפס @ר' דן, עס איז נישט דא קיין אשכול וואס הייסט גענוי ''חחח...''

----
האקט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”