ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 2: איך בין הונגעריג
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אנדערע ניקס שיקן מיר שיינע וואונטשן אויף הודעה פרטית אדער אין אימעיל, אט איז א שיינע פאום וואס ר' בערל קראקאווער האט מיר אריינגעשיקט:
ארומע''כ ידידי החשוב והיקר לכאורה שליט''א
'ל'אזט זיך שווער גלייבן
'כ'מעט אוממעגליך צו פארשרייבן
'א'זאנ'ס זאל א איד טוהן און דערהייבן
'ו'וען נישט פאר אים איז די גאנצע פיין און ליידן
'ר'יח נחוח פאר אייבערשטן'ס וועגן טוהט דאס באדייטן
'ה'שם יתברך זאל דיר אלעס גוט'ס געבן און עס זאל דיר שטענדיג באגלייטן:
א שנעלע גרינגע ערהוילונג
ווי עס וואונטש דיר מיט פיל שעצונג ידידך בערל קראקאווער
א פרייליכן לעכטיגן יום טוב

יעצט באקומען גאר א הארציגע בריוועלע אויף אימעיל פון א ניק "סטראפקאוו":
א גוטן הרב לכאורה
איך האב נישט קיין השגה ווער איר זענט איר ווייסט נישט ווער איך בין, איך בין
ניטאמאל א גרויסע אייוועלט באנוצער, נאר יעצט לייעננדיג די גאנצע אשכול האב
איך פשוט מיך גענומען וויינען פון התרגשות צו וואס א הייליג פאלק איך געהער
ב"ה. !!! א איד געזונט אין שטארק ב"ה זאל זיך לייגן אינטען מעסער פאר א
צווייטען וואס ער ווייסט ניטאמאל ווער יענער איז, בלויז ווייל יענער איז אויך
א איד.. ממש נישט צום גלייבן !!!!!! דער מי כעמך ישראל שרייט ארויס !!! איך
בין נישט קיין מחזק אין איך בין נישט דער וואס זאל טיילען ברכות אבער איר האט
געטון א זאך וואס איז נישט צום גלייבען !! דער באשעפער זאל העלפען אז איר מיטן
מקבל אין אלע אידן וואס דארפ'ן א רפואה שלימה זאלן זוכה זיין דערצו בקרוב, אין
איר זאלט האבעו א גרינגע ריקאבערי,( א באזונדערע ברכה וויל איך אייך געבן וואס
איך גלייב נישט קיין סאך האבען אייך געוואונטשן, איר זאלט בלייבען מיט אייער
33 פונט ווייניגער, איר האט דאך שווער גערבעט אויף דעם .. די קעפל פונעם אשכול
יוכיח..) אין אינז קומען אייך א שכוח ווייל איר זענט בלי ספק מקרב די גאולה
שלימה וואס מיר האפען מיטן אייבערשטענס הילף האסטו מיט די געוואלדיגע מסירת
נפש פאר א צוויטען איד אין דעם געוואלדיגען קידוש השם געמאכט דעם פיינעל Push
אין מיר וועלן נאך זוכה זיין דעם קומענדיגן מאנטאג מקריב צו זיין דעם קרבן פסח
בביאת גוא"צ בב"א
Btw a thanks for the diet i might be using it, i did a simler diet in the
past and it worked bh and planning to use yours after yom tov iyh

אינטערסאנט אז דו ברענגסט דאס אויף. פונקט היינט האט מיך ר' מנחם פרידמאן פון רינועל אנגערופן מיט א בשורה טובה אז ער האט פארשאפט אפאר פונט ספעציעל דינע מצות פון די "לארקין" מצה בעקעריי אין קרית יואל, און גייט עס מיר אריינשיקן אויף פסח.
בסייעתא דשמיא איז מיר געלונגען צו פעדערן דעם אפעראציע אויף ה' ויקרא (אנשטאט ד' צו וואס די שפיטאל האט לכתחילה געוואלט), איז צום האפן אז איך וועל בס"ד קענען געהעריג עסן אלע כזיתים ביים סדר אן קיין שום פראבלעמען.

- eller
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10738
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
- לאקאציע: דאנקט השי"ת
לכאורה האט געשריבן:אינטערסאנט אז דו ברענגסט דאס אויף. פונקט היינט האט מיך ר' מנחם פרידמאן פון רינועל אנגערופן מיט א בשורה טובה אז ער האט פארשאפט אפאר פונט ספעציעל דינע מצות פון די "לארקין" מצה בעקעריי אין קרית יואל, און גייט עס מיר אריינשיקן אויף פסח.
בסייעתא דשמיא איז מיר געלונגען צו פעדערן דעם אפעראציע אויף ה' ויקרא (אנשטאט ד' צו וואס די שפיטאל האט לכתחילה געוואלט), איז צום האפן אז איך וועל בס"ד קענען געהעריג עסן אלע כזיתים ביים סדר אן קיין שום פראבלעמען.
מצוה גוררת מצוה דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט קענען מקיים זיין אלע מצות החג גרינגערהייט אין ס'זאל מיט קומען אלע גרויסע השפעות פונעם יום טוב ..
(די שאלה איז נאר אויב דו עסט א האלבע כזית און דער אנדערע ניר א האלבע צו מקען יוצא זיין......)
א פרייליכע און כשרע און גרינגען יום טוב
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער

- פרוביר אויך
- שר האלפיים
- תגובות: 2565
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm
אה, חסדי השם, דער יום טוב איז געווען לעילא מכל ברכתא, און ווי אומגלויבליך דאס זאל קלינגען "אן קיין שום שינוי כל שהוא פון די פארגאנגענע יארן".
איך האב ב"ה געהעריג געגעסן אלע כזיתים, געטרונקן אלע כוסות, געפראוועט אליינס ביידע סדרים, געדאווענט אלע תפילות אין שוהל (און יא, אפילו שפאצירט איבער א מייל צו די שחריתים 5 מאל במשך דעם יום טוב), אלע חומרות ומנהגים, אין אנדערע ווערטער: כאילו לא היה!

לכאורה האט געשריבן:אה, חסדי השם, דער יום טוב איז געווען לעילא מכל ברכתא, און ווי אומגלויבליך דאס זאל קלינגען "אן קיין שום שינוי כל שהוא פון די פארגאנגענע יארן".
איך האב ב"ה געהעריג געגעסן אלע כזיתים, געטרונקן אלע כוסות, געפראוועט אליינס ביידע סדרים, געדאווענט אלע תפילות אין שוהל (און יא, אפילו שפאצירט איבער א מייל צו די שחריתים 5 מאל במשך דעם יום טוב), אלע חומרות ומנהגים, אין אנדערע ווערטער: כאילו לא היה!
נער הייתי וכו' ווער האט זיך געגלויבט ולא ראיתי אבער צדיק נעזב. דער אייבערשטער האט אייך נישט פארלאזט, פארוואס איך זאג צדיק ווייל צדיק איז חונן ונותן
א מייסטערהאפטיגע פאום וואס ידידינו ר' ELLER האט אפגעשריבן אין די גראמען אשכול:
כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא !!!
כ ' בין שוין טאקע שפעט אבער דאך קען איך מיר נאך אלץ נישט געהעריג קאנצעטרירן.
ל יגענדיג אין מיין קאפ א גאנצען צייט מחשבות מיט וואס כ'קען מיר נישט מאבילעזירן.
ה אב איך באשלאסען מיינע מחשבות פאר אייך אביסל צו מיטטיילען און אדרעסירן.
מ יט אפאר חדשים צוריק געווען א 'הערליכע ווינטער פארמעסט' וואס האט יעדעם געטוען אינטערסירן.
צ יקערדיגע און זאפטיגע ארטיקלען איינס ביי איינס, אבער דאך איינס האט ארויסגעשיינט מיט ספעציעלע שיינענדיגע קאלירן.
י א דאס איז טאקע די איך בין הונגעריג ! א געשיכטע וואס גלייבט זיך שווער אז אזוינס קען נאך היינט פאסירן.
ל יינענדיג ווי איינער לאזט זיך הונגערען נאר ווייל א צווייטענס צער טוט אים בארירן.
נ ישט זיך האלטענדיג פאר ראוי אבער דאך וויל איך אייך שטארק אפלאדירן.
פ ארן טוען אזא הייליגע שריט וואס טוט אונז ממש עלעקטעריזירן.
ש ענער ווי דעם ווי איז דען דא , מי כעמך ישראל ! מיר טוען מיט אייך שטאלצירן.
א ינאמת'ן שטייט שוין פון ספרים אז די אויבערשטער האט ספעציעל אריין געלייגט אין די נאטורן.
ח סדים גדולים, אז יעדע מענטש האט צוויי אפהעניגע באזונדערע נירן.
ת נתן במתנה צו קענען ארויסהעלפן און געבן פאר א צווייטען וואס זיינס טוט שוין נישט פונקצענירן.
מ יט מיינע גרעסטע דמיון קען איך נישט מיר נישט אויסמשלען און פאנטעזירן.
י א אז א יונגע געזונטע מענטש זאל נישט עסן און זיך לאזן הונגערן מיט שווערע יסורין.
ש ניידענדיג שטיקער באקוועמליכקייט פון זיך אלעס ווייל מ'טוט יענעמס צער און ווייטאג מיט שפירן.
ר עכענדיג זיך אז דאס איז נאר די התחלה צו וואס די ריכטיגע זאך גייט אריינפירן.
א ז מען גייט זיך נאר צוליב א צווייטע צובראכענע אידיש קינד זיך לאזן אפערירן.
ל אזענדיג אז א צווייטער זאל אויך קענען פון דיין ניר בענעפטירן.
כ 'האב נישט די ריכטיגע ווערטער און די פאסיגע מילין יקירין .
א אויסצוהייבן אייער אויסערגעווענליכע שריט וואס איר האט געטאן פראקטעצירן.
י ענע איד קען שוין יעצט ב"ה פון זיין נייע לעבן אויך געהעריג קוואלעפעצירן.
ל כאורה ! איין זאך קענען מיר אייך גאראנטירן.
ו וי גרויס אייער זכות איז נישט שייך אויסצומשלען און צו שפאקאלירן.
ק יין שום גאלד, זילבער, און געלד קען עס נישט באלענסירן.
י א ! אויך נישט קיין שום פאום אדער עד אפילו אויף די שענסטע פאפירן.
י עדעס מאל די איד טוט א מצוה טוט עס אייך אויך באצירן.
ם יט מיינע טיפסטע הרגשים וויל איך אייך דא א ברכה אויספירן.
ע ס זאל זיין די לעצטע מאל וואס אין שפיטאל מען טוט אייך פלאצירן.
ו ואס דו טוסט נאר זאלסט האבן כל הברכות בתורה אמורין.
ל עכטיגע אידיש נחת פון אלע קינדער, איידימער און שנירן.
ם יט הרחבות הדעת גערינגערהייט זיי קענען אונטער די חופה פירן.
מ יט הויפענעס געלד איר זאלט זיין פון די רייכסטע באנקירן.
ל עולם זאלט איר האבן געזונט , פרנסה, נחת, באנפה נהירין.
א ין זכות פון די געוואלדיגע מצוה זאל אונז שוין משיח קיין ירושלים אהיימפירן....

מען טשעקט אויס אלע איברים הפנימיים (ווי אויסגעשמועסט אינעם ארטיקל אנהייב אשכול), אויב זיי שטעלן פעסט אז אלעס איז פיין, גלייב איך אז עס קען גיין.
---
דאס איז פון גוגעל:
https://www.kidney.org/transplantation/ ... dney-donor
Can smokers be living donors?
Smoking is considered a risk to the potential donor. Because smoking damages the lungs, it may put the donor at a higher risk of developing pneumonia after surgery. Potential donors should be honest with the transplant center about smoking habits to ensure that the donation and transplant are successful.
Different transplant centers have different policies regarding smoking and living donation. Living donors may be asked to quit smoking prior to the donation, and if the person is a heavy smoker, he or she might be asked to see a pulmonary doctor to check breathing.

- שר מאה
- תגובות: 135
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 12, 2011 11:14 am
- לאקאציע: שויתי ה' לנגדי תמיד
Re: ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 2: איך בין הונגעריג
תלי"ת האב איך זוכה געווען צו מנדב זיין מיין קידני אויך פאר פסח,
און איך דארף מיך טאקע דא ברבים באדאנקן פאר "לכאורה" [און פאר כבוד אכסניא "אייוועלט"] פארן מיר געבן א שטארקע שטיפ פאראויס מיט די ארטיקל, און דערנאך פאר זיין מוטיגע ווארעמע ווערטער ווען מיר האבן אויסגעשמועס די גאנצע דוירכגאנג און וויאזוי עס איבערצושמועסן מיט די קינדער, וואס דערמיט האב איך און זיי זיך געהאלטן רואיג דורך די גאנצע תקופה.
עס ליגט מיר אין די ביינער וואו מיין דרייווער - אליינס א קידני דאנאר - וואס האט מיך אריינגעטראגן אין שפיטאל 4 אזייגער פארטאגס, האט זיך מיר אויסגעדריקט און באדאנקט פארן אים מכבד זיין מיט "סנדקאות" ...

hi class האט געשריבן:תלי"ת האב איך זוכה געווען צו מנדב זיין מיין קידני אויך פאר פסח,

WOW! אשריך ואשרי חלקך!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2660
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
Re: ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 2: איך בין הונגעריג
איצטער דורכגעליינט די גאנצע אשכול לכאורה מיין ריספעקט שטאפל צי דיר פארט ארויף בגדול חנופה...
היי קלעס וואויל איז דיין חלק!
היי קלעס וואויל איז דיין חלק!
- ארחיקה נדד
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5912
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
- לאקאציע: מ'וואנדערט
Re: ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 2: איך בין הונגעריג
גא"מ
נישט געוואוסט ווער מיינע חברים דא זענען
נישט געוואוסט ווער מיינע חברים דא זענען
כבוד המנהל, ווען פאהר מיר?
Re: ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 2: איך בין הונגעריג
hi class האט געשריבן:תלי"ת האב איך זוכה געווען צו מנדב זיין מיין קידני אויך פאר פסח,
און איך דארף מיך טאקע דא ברבים באדאנקן פאר "לכאורה" [און פאר כבוד אכסניא "אייוועלט"] פארן מיר געבן א שטארקע שטיפ פאראויס מיט די ארטיקל, און דערנאך פאר זיין מוטיגע ווארעמע ווערטער ווען מיר האבן אויסגעשמועס די גאנצע דוירכגאנג און וויאזוי עס איבערצושמועסן מיט די קינדער, וואס דערמיט האב איך און זיי זיך געהאלטן רואיג דורך די גאנצע תקופה.
עס ליגט מיר אין די ביינער וואו מיין דרייווער - אליינס א קידני דאנאר - וואס האט מיך אריינגעטראגן אין שפיטאל 4 אזייגער פארטאגס, האט זיך מיר אויסגעדריקט און באדאנקט פארן אים מכבד זיין מיט "סנדקאות" ...
אה, שלום עליכם חבר לעבן, גוט צו הערן פון אייך.
Re: ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 2: איך בין הונגעריג
נארוואס באקומען א רוף פון מיין 'ניר מקבל' (קידני רעסיפיענט) וועלכער לעבט שוין ב"ה פינף יאר מיט מיין לינקע ניר, נאכדעם וואס זיין לעבן איז ממש געווען חרוב בעפארדעם
ער האט מיר געזאגט א מליצה "בן חמש שנים למקרא" - אין די פינף יאר אפצייכענונג דארף מען אנרופן דעם נדבן זיך באדאנקן... [מיר רעדן עטליכע מאל דורכאויס דעם יאר, געווענליך ערב יום טוב וכדומה, אבער יעצט האט ער ספעציעל גערופן צום יארטאג]
(אגב, מיין מקבל איז ליידער כלוי בבית צוליב אנדערע געזונטהייט פראבלעמען, השם ישלח לו רפואה שלימה בקרוב בתוך שאר חולי ישראל, אבער ווען איך האב חתונה געמאכט דעם ווינטער האט ער זיך אליינס מטריח געווען אראפצוקומען אויף אפאר מינוט. השי"ת זאל העלפן מיר זאלן קענען צוריקגיין אויף שמחות געזונטערהייט!)

- פאטאקי08
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 13895
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
- פארבינד זיך:
Re: ווינטער פארמעסט תשע״ז - ארטיקל 2: איך בין הונגעריג
איך בין אייך מקנא "והקרב והכליו"ת יזמרו לשמך" (לשון רבים כנוסח עדות המזרח) יעדעס מאל ער זאגט עפעס איז עס דיין ניר וואס זאגט