"כשרונות- גראפיק" אייוועלט פארמעסט
"כשרונות- גראפיק" אייוועלט פארמעסט
לכבוד ידידי היקרים שיחי'.
איך וויל פארשלאגן א געדאנק פון מאכן דא אויפן וועלטל א "כשרונות- גראפיק" אייוועלט פארמעסט, פאר "מתחילים", (נישט פאר די וואס קענען גוט "ווארד..." נאר פאר די וואס קענען די אדאובי - קארעל פראגרעמס און פילן א געשמאק אין גרעפיקס, און האלטן נאך ביי די התחלה שטאפלען) ווי מען וועט ארויסשטעלן א געוויסע עד וואס יעדער זאל מאכן, און דער ציבור זאל קענען שטימען דערויף, ובעיקר וועלן מיר וועלן הערן פון די לעגענדארע גראפיסטן און בארימטע לייבן בעולם הגרעפיקס הלא המה אונזערע מבינים דא אויפן וועלטל א מיינונג און אן אנאליז איבער אונזער ארבעט, סיי קאמפלימענטן און סיי קאנסטראקטיוו קריטיק, און זיי זאלן אויך שטימען דערויף.
פאר "מתחילים" אין גרעפיקס קען דאס זיין א געוואלדיגע געלעגענהייט צו קענען הערן א מיינונג אויף זייער טאלאנט פון די מבינים, און כ'גלייב אז די מבינים וועלן זיכער זיין גרייט ארויסצוהעלפן די יונגערע אין דעם פעלד זיך ארויפצוארבעטן.
(אגב, איך וואלט געזאגט אז די עד זאל זיין פאר א וואוילטעטיגע ארגענעזאציע וכדו' וואס וועט באמת קענען נוצן דעם געווינער עד פאר זייער וואוילטעטיגע צוועק)
נו, וואס זאגט איר צו דעם רעיון?

- יואל שווארטץ
- שר האלף
- תגובות: 1227
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
פיינע איידיע. זעמער פולי אין בל״נ.
די איידיע פון א עד איז נישט אינטערסאנט לדעתי, סהאט נישט קיין נוצן און מען איז זייער לימיטעד. וואס יא?

צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
- יואל שווארטץ
- שר האלף
- תגובות: 1227
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm
רצון טוב האט געשריבן:יואל שווארטץ האט געשריבן:
רוב נארמאלע ארגאניזאציעס וועלן עס נישט וועלן נוצן.
די געווינער עד וועט ציען פובליסיטי פארוואס זאל עס א ארגענעזאציע נישט וועלן ניצן ?
דאס איז דער פאקט.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
- יואל שווארטץ
- שר האלף
- תגובות: 1227
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm
אפשר גייט מען מיט פעקעדשינג?
זאל יעדער אליין אויפקומען מיט א פיקטיווע נאמען און פראדוקט, און אהערשטעלן א פעקעדשינג דערפאר.
מעלה פון דעם איז אז אינאיינוועגס וועט מען זיך דערלערנען א שווערע און קאמפליצירטע פעלד, מיט אייגענע ריסערטש, און הערות און קאנסטרוקטיווע קריטיק פון די לאקאלע מבינים.

פעקעדזשינג איז אבער נישט פאר מתחילים,
און צווייטענס עס איז בא'טעמ'טער צו ארבעטן אויף אזאך וואס מען האפט אז עס וועט גיין פובליק, און עס וועט דינען א גוטע נוצן, ווי איידער א פיקטיווע זאך וואס וועט בלייבן דא אינעם וועלטל.
כ'טראכט פון א געדאנק למשל מען זאל מאכן א עד פאר הצלה'ס ערב פסח מעסידזש אז מען זאל זיך נישט שפילן מיט די שריפת חמץ פייער'ס, ווייל עס איז א געוואלדיגע סכנה (יעדער קען עס ארויסברענגן אויף זיין אייגענארטיגע איידיע), נאר פארברענען די חמץ ביי די דעזיגנירטע פלעצער.

- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
- גערעכטער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4299
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
- לאקאציע: דא!
שטארקע געדאנק! איים עם אין.
פיינע איידיע
מאניש האט געשריבן:כ'טראכט פון א געדאנק למשל מען זאל מאכן א עד פאר הצלה'ס ערב פסח מעסידזש אז מען זאל זיך נישט שפילן מיט די שריפת חמץ פייער'ס, ווייל עס איז א געוואלדיגע סכנה (יעדער קען עס ארויסברענגן אויף זיין אייגענארטיגע איידיע), נאר פארברענען די חמץ ביי די דעזיגנירטע פלעצער.
פיינע איידיע
הק' איש ימיני
אדער אן אנדערע איידיע אויף וואס די פארמעסט זאל זיין, אן אויפקלערונג פון 'טעג' למשל, פאר בחורים לקראת בין הזמנים די שעדליכקייט פון צורירן צו א סמארטפאון.
די אינטערסאנטקייט איז אז עס איז דא פלאץ פאר קריעטטיוועטי אויפצוקומען מיט א געניאלן געדאנק וויאזוי ארויסצוברענגן די מעסידזש גאר שטארק.
וואס זאגט איר דערצו?

איך וויל ארויפברענגן א אנאנס וואס איך האב געמאכט אינעם ראם פונעם "כשרונות גרעפיקס" אייוועלט פארמעסט, איך וויל בעטן דעם ציבור דאס צו רעיטן (סיי די גרעפיקס און סיי די איידיע) פון 1 ביז 10, און די מבינים זאלן צולייגן זייערע קאמענטס,
ומכאן הקריאה יוצאת צו אלע מתחילים שיקט אריין אייערע סחורה, און לאמיר הערן דעם דעת הקהל דערויף[image][/image]

הערליכע ארבעט
די גרעפיקס: 8 א דרייפערטל
איידיע: וואלט איך געגעבן א 10 ווען די בילד איז פינעם עזאזל בארג, יעצט געב איך עס א 9
________
ווען איך קען ווען גראפיק מאך איך א וואגשאהל פון אלע גיטע זאכן וואס דער בחורל האט געקויפט אינעם גאנצן זמן אויף איין זייט
און בעטן דעם בחור נישט לייגן די קליינע כלי אויף די אנדערע זייט וואס קען צומאל איבערוועגן די אלע אויסטערלישע קנינים
די גרעפיקס: 8 א דרייפערטל
איידיע: וואלט איך געגעבן א 10 ווען די בילד איז פינעם עזאזל בארג, יעצט געב איך עס א 9
________
ווען איך קען ווען גראפיק מאך איך א וואגשאהל פון אלע גיטע זאכן וואס דער בחורל האט געקויפט אינעם גאנצן זמן אויף איין זייט
און בעטן דעם בחור נישט לייגן די קליינע כלי אויף די אנדערע זייט וואס קען צומאל איבערוועגן די אלע אויסטערלישע קנינים
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
וואו דו פארמאגסט אמת'ע טאלאנט!
איך האב הנאה פון דיין טעקסט-לעיאוט, באמת גאר שטארק!
איך זעה פון די טונקל בלויע גרעדיענט אז דו האסט נישט גענומען סתם א פיקטשער און געמאכט פאר בעקראונד נאר צוגעלייגט טעיסט!
הערה: די בארג גייט אויף ארויף אנשטאט אויף אראפ..
די איידיע איז זייער פיין! מ'זעט אז די נוצט דיין קאפ.
די געלע טאוועל וואס שרייט ארויס פון די טונקעלע בעקראונד, אין די געלע ווערטער אויבן איז זייער ריכטיג, ווייל די מענטש'עס אויג האט ווי צו לאנדען, ווען ער קוקט אויף דעם זעט ער גלייך עפעס וואס ציט עקסטער אטענטשן פון צווישן אלע אנדערע עלעמענטס, סא ער ווערט שנעל היימיש מיט די מעסידזש און ווייסט ווי צו גיין!
זוך אויף עפעס מער א שרעקעדיגע און פאלענדיגע נישט מסודר'דיגע פיקטשער פאר די בעקראונד.
עפעס קוועטש מיר פון די אייקאן, אפשר זאלסטו מאכן ווי א בחור פאלט [בכלל אויפן ערשטן סקונדע זעהט מען נישט אז מ'רעדט פון בחורים, סא קען זיין אז דו לייגסט דארט א בחור אייקאן ווועט עס זיין א שלימות]

סוף מעשה במחשבה תחילה.
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
- יואל שווארטץ
- שר האלף
- תגובות: 1227
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm
חושב מחשבות... האט געשריבן:WOW
טאלאנטי לייג צו אין די זייט אין קליינע ווערטער 'בחור היט דיך נישט צו וכו' וועט עס זיין א שלימות
יעדע איבעריגע ווארט וועט נאר אפ'הרג'ענען.
איך גיי משוגע פאר דעם. אזויווי ס'איז יעצט.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
ווען האט מען געלאונטשט די פראגראם?