מונאוויטש האט געשריבן:איך בין נישט דער גרויסער מבין אויף אידישע גראמאטיק, אבער דער הויפט קעפל אין "די צייטונג" די וואך גריצלט מיר עפעס אין די אויערן.
פרעזידענט טראמפ שיקט זיין פערזענליכען אדוואקאט צו "קאנפערירט" מיט איזראעלי און פאלעסטינער פירער.די צייטונג.png
ביסט אוודאי גערעכט, עס דארף שטיין
קאנפערירן, און מ'דארף נישט זיין דער שפראך מפונק עס זאל שטערן ווען די ווערטער קלעפן נישט (און גיי ווייס פארוואס ער ווערט נישט פטור פון דעם אמאליגן ע' אין "פערזענליכען").
ס'איז ב"ה דא א שפע פון טעותים אין די צייטונגען און עס איז כמעט ארויסגעווארפן צייט זיי צו ברענגען, אבער אויף די פאדערשטע זייטן בלייבט פונדעסטוועגן א חידוש ווען אפילו אין יענע געציילטע שורות קען מען נישט אכט געבן.
ביי "קינדערליך" אויפ'ן דעקל זעט מען
דאקטורים, און ביי "קינדליין" אויפ'ן דעקל זעט מען א
גריס (צווישן אנדערע טעותים).
אויב וועט זיך דאס נישט בעסערן, וועלן אונזערע קינדערלעך זיין פונקט אזעלכע שפראך-אמעראצים ווי זייערע עלטערן...