פארוואס זענען די גרויסע ניק'ס איינזייטיג?

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

יאסעלע האט געשריבן:איך וויל נישט פארקריכן פונעם נושא, אבער מטעמים דאס וואס דו זאגסט איז זייער ריכטיג.

מטעמים האט געשריבן:היינט צוטאגס, ווער רעדט נאך פון א גוט ווארט, ווייל אפו׳ דער גאר גוטע שרייבער קריגט קוים זיין וויכטיגע אנערקענונג. א דאנק יוסל פארען אויפברענגען אזא וויכטיגע נושא!

איינע פון די ניקים וואס האט לעצטנ'ס באשלאסן אוועקצוגיין, זאגט מיר אין אישי אז ער האט שעות געארבעט פער ארטיקל, און ער ווארט נאך יעצט צו העקן פידבעק, חוץ פון ייש"כ האט ער גארנישט באקומען, און ער האט אפגעטייטשט אז מ'ליינט עס ניטאמאל, מ'טוט אים נאר א טובה אז מ'מאכט זיך בלויז וויסנדיג.

כאטש איך האלט נישט אז ער איז גערעכט, אבער אויב שרייבט ער בחינם און וויל אנערקענונג, זאל ער עס בעטן ברבים, אנטלויפן וועט אים נישט ברענגען צופיל מער כבוד.

א לייק קנעפל וואלט ווען געהאלפן
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
goldman
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 22, 2013 11:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך goldman »

גא״מ, תודה רבה.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

איך בין נישט אזוי אלט, אבער אויך נישט אזוי ניי, סאו איך מיין אז איך מעג אריינרעדן א ווארט.

אייוועלט איז אייביג געווען ווי א משפחה, מען האט שיין פארברענגט און הנאה געהאט איינער פונעם צווייטען, קוקטס נאר צוריק צו די 2012 אלעקשאנס אשכול, אז מען האט נישט געהאלטן ווי דעם צווייטען איז דאס נאך נישט געגאנגען פערזענדליך ווי אין 2016 (דא מיין איך אלטע אויך), און ווי די אלעקשאנס האט זיך עס געקוילערט ווייטער, יעדע אשכול איז געווארן א טענעריי, אזוי ווי הייד פארק איז אמאל געווען, חוץ זיך ארומרייסן איז דארט גארנישט געווען, און דערפאר האט זיך עס נישט געהאלטן.

דא דארט זעט מען נאך אויפקומען פיינע אשכולות אפילו פון נייע ניקים, אבער נישט געניג, אמאל ווען א ניק איז אנגעקומען האט ער פראבירט צו געווינען חן ביי אנדערע דורכן דעליווערן א גוטן ארטיקל, א גוטן אנעליז, און אויב האט ער דאס נישט געקענט האט ער מיט געשמועסט ווי א נארמאלע מענטש, היינט קומען זייער אסאך פרישע ניקים (פליז נען עס נישט פערסענאל) און מאכן נויז וואס מאכט נערוועז אנדערע, און ווען עס איז אין פאברענגען איז נישט קיין פראבלעם, אבער מען זעט דאס אלל אווער, עס איז אביסל צו סאך, פאר מער זעטס וואס זאלצי האט געשריבן.

די עיקר סיבה פארוואס מען רעד פון ״נייע ניקים״ איז וויבאלד לעצטענס האבן זיך געמערט א״ג נייע ניקים וואס איינער וואס האט צוויי אויגן כאפט אז דער איז נישט ניי, נאר שפילט ארום, און נאך א וואך איז ער נישט דא מער.
עס גייט נאך ווייטער, א ניק דא גלייכט צו האבן דא ניקים אלס חברים, יעדער טרעפט זיין סארט וואס ער גלייכט, קיינער קומט נישט אהער צו שמועסן איין טאג מיט איינעם און דעם צווייטען טאג מיט א צווייטען, מען וויל קענען דעם ניק, וויסן וואס ער האלט, וואס ער גלייכט, אזוי ווערט מען פריינט, יעצט פארוואס זאל איך מיט יענעם שמועסן אדער רעדן ווען מארגן איז ער נישט דא, פאר סתם טשעטן אין די וועלט אריין יעדען טאג מיט א צווייטען, קען מען שוין גיין צו טוויטער אדער א אנדערע חאזעריי, און די נייע קאם ענד גאו ניקס איז אזוי אפט אז מען טראסט שוין קיינעם נישט ביז ער דעליווערט אפאר גוטע שטיקלעך, און דעמאלטס צו ער איז ניי צו נישט גלייכט מען אים שוין (זע שואף, יאסעלע און נאך).

און וועגן קאמפלימענטירן און גיבן חיזוק, איך האב פראבירט צו מאכן א מאוומענט דערוועגן, סיי אויף מיין חתימה, סיי מיט שענקן הענטעלעך רעכטס צו לינק, אין אישי אא״וו, אבער איך האב נישט געזען אזדער עולם זאל מיטארבעטן, אסאך מאל זעט מען אז אשכול פון א פיינע ארטיקל וואס איז געזען געווארן הינדערטער מאל, און בלויז צוויי קאמענטס, שרייט דער שרייבער פארוואס זאל איך מיר נעמען די מינוט צו שרייבן ווען קיינער זאגט נישט קיין ווארט.... עס איז אזוי גרינג צו מחזק זיין א שרייבער, איין שכוח און עס איז געמאכט, שרייב איין תגובה ווייניגער אינעם דריי ווערטער אשכול, און פארגין עס פאר איינעם וואס פארגינט דיר מיט א לאך, אדער מיט א שיין שטיקל היסטאריע, א שטיקל וויסנשאפט....

און צו די שרייבערס וויל איך זאגן, יא... איך האב שוין אויך געהאט אז איך האב אפגעשריבן א גוטס (אין מיינע אויגן) און נישט באקומען א אנטווארט, עס שמעקט זייער נישט, אבער אז איר האט די טאלאנט גיב עס אויס, גאר אסאך האבן הנאה, מיט די צייט וועט יעדעם שמעקן צו זיין גוט מיט אזא גוטע שרייבער ווי אייך, און זיי וועלן שוין גיסן קאפלימענטן מער וויפיל איר דארפט....
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

גוט געזאגט אויסי ;l;p-
א פשוטע איד.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

איך זע עס אין מיין שול אויך, די אלטע לייט פירן זיך א איינזייטיקע ווירטשאפט און זענען ניטאמאל אינטערעסירט אויסצוהערן וואס דער פרישער שנה-ראשונהיק פארקויפט וכדי בזיון וקצף.

נאכמער, זאגט שוין יא אמאל דער פרישער אינגערמאנטשיק עפעס, פארשטייט נעבעך דער אלטער נישט וואספארא שפראך ער רעדט..
קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאבלאנקא »

יאסעלע יאסעלע

דאס האט דאך געטון יוסף הצדיק, זיך געחבר'ט מיט די בני השפחות...

גוט געזאגט, ומבשרי אחזה
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

רבותי, איך האב נישט געשריבן די אנאליז פאר א קאמפלימענט, מיר זענען אויף א מיסיע!!!
לאמיר אנהייבן שעצן איינער דעם צווייטן, און אז ער האלט נישט פון טראמפ מיינט עס אז זיין וועלטליכע ארטיקלען זענען שוין נישט ווערד?
אַדְּרַבָּה, תֵּן בְּלִבֵּנוּ שֶׁנִּרְאֶה כָּל אֶחָד מַעֲלַת חֲבֵרֵינוּ וְלא חֶסְרונָם, וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרו בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ, וְאַל יַעֲלֶה שׁוּם שנְאָה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרו חָלִילָה וּתְחַזֵּק הִתְקַשְּׁרוּתֵנוּ בְּאַהֲבָה אֵלֶיךָ, כַּאֲשֶׁר גָּלוּי וְיָדוּעַ לְפָנֶיךָ. שֶׁיְּהֵא הַכּל נַחַת רוּחַ אֵלֶיךָ!!!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7049
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

אלס אן אלטע ניק, (זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm) 2,676 טעג, וויל איך מיך באציען צו דיינע ווערטער אלס גאר גוט. עס באדערט מיך ביידע זייטען פון די מטבע, אבער עס זיינען פערהאן די וואס לאזען דיך נישט וואקסען אויב ביסטו נישט פונקט אויף זיין געדאנקען גאנג. אבער אויב טראכט יעדער און ווער נישט ברויך טראכטען אוואו דו, דאן וואס ברויכסטו רעדן? עס איז סייווי וויאזוי דו ווילסט!
לעצט פארראכטן דורך צו געזונט אום מאנטאג מארטש 20, 2017 11:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

איר מאכט א שטיקל טעות ר׳ יאסעלע, אודאי אזוי אז יעדער איז אמאל געווען פרעמד דא און מיט די צייט זיך איינגעגלידערט, דאס וואס איר זעהט אמאל ווייטאגן אויף דאס פאלן פון די ניווא אדער טויש פון אטמאספערע איז נישט ווייל טייל פרישע זענען נאכנישט היימיש געווארן נאר ווייל די טייל פרישע האבן זיך נישט פראבירט צו היימיש מאכן מיט די לופט דא, נאר אריינגעשטורעמט מיט א אימפעט. כ׳מיין איך בין דאך אנאנים און דו ביסט דאך אנאנים, נו זעמיר דאך אייניג... און געשריבן און געשריבן און געשריבן מיטן גרעסטן אייפער אהן די מינדעסטע אנונג וואס דא גייט פאר, צום ביישפיל - אז דער צו וועם ער רעדט האט א שפראך וואס יעדער אויף דער וועלט פארשטייט ווען עס איז הומאריסטיש, סארקאסטיש אדער ערנסט און אז דו האסט עס נישט פארשטאנען מוז זיין אז ביסט נאך נישט ״היימיש מיטן עולם״. אדער אז דער וועם ער האט נארוואס אוועקגעמאכט במחי יד - וואס האט אנגערירט יענעם׳ס באקן - אלס אומוויסנדער דומם המדבר, איז א לייב אין דעם נושא, און באקומען אזא ענטפער אויף אזא תגובה נעמט איהם אוועק די אפעטיט פון שרייבן פאר א יאר. א.א.וו.

ווען אזא רעוואלוציע שלאגט ווארצלען און חדשים לבקרים שפראצן פרישע רעוואלוציאנערן - וואס זעען שוין נאר דעם מהלך פאר די אויגן, ווערט די לופט פארפעסטעט, די אטמאספערע שטיקענד, און די פארום פארפיינטעט. און ער וואונדערט זיך נאך ״איך האב פינף און דרייסיג טויזנט תגובות און איך בין גאר א פרעמדער?! דו פלאכער טעלער! יעדע תגובה מער וואס דו שרייבסט פארפרעמדעסטו דיר נאכמער!

שריי נישט אז אייוועלט גייט אונטער ווייל דער טראמפיסט פארלירט זיין געשמאק צו שרייבן, ווייס אז אייוועלט איז אונטערגעגאנגען ווייל דער טראמפיסט האט געהאט א טרייבקראפט צו שרייבן און עס געטוהן! (נישט דער ״טראמפיסט״ מיין איך, נאר די טראמפעריי.)

מיין פריוואטער מיינונג.
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

כבוד מיסטריעז, ליינט נאכאמאל איבער מיין אנאליז ביטע, איך וויין נישט איבער די עצם אז אייוולעט גייט אונטער, ווייל דאס איז ריין שקר.

מיין תגובה איז באזירט אויף דעם וואס געוויסע ניק'ס וואס דערשטיקן דעם נייעם'ס מיינונג בלויז ווייל ער איז ניי, איי דו האסט נישט בעסער געשריבן אין דיינע ערשטע 200 תגובות? אה, אל תזכור לנו חטאת נעורים, למעשה בין איך שוין אויסגעמענטשלט... דעמאלט לאז יענעם אויך זיך אויסמענטשלען!!!

איינער וואס איז עמפידלעך באלאנגט טאקע נישט אהער, למעשה אין געוויסע אשכולות זעט דא אויס ממש ווי א שלאכטפעלד, א זאך וואס איז געווען א יאר צוריק בלויז אין די פאליטיק אשכולות, איז היינט א נארמאלע ערשיינונג ליידער ביי יעדע אשכול פון קרעטשמע און פארברענגען, ליידער.

און די לעזונג דערצו איז, אחים אנחנו, ביסט נישט מיט מיר אויף איין זייט? אבער פאר אונז ביידע פעלט א קנעפל ביים בעקיטשע פון לעצטע שאלעשידעס, און לאמיר געדענקען אז א מענטש'ס דעה איז נישט זיין כאראקטער, כאטש וואס מיט דעות נפסדות ווערט מען פסול, אבער דאס אז טראמפ איז משוגע צו נישט איז נישט אין די כלל.

לאמיר נאכאמאל איבערגיין די ווערטער פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך: וְשֶׁנְּדַבֵּר כָּל אֶחָד אֶת חֲבֵרו בַּדֶּרֶךְ הַיָּשָׁר וְהָרָצוּי לְפָנֶיךָ, וְאַל יַעֲלֶה שׁוּם שנְאָה מֵאֶחָד עַל חֲבֵרו חָלִילָה! יעדער זאל זאגן וואס ער האט אין הארצן, און קיין שנאה זאל דערפון חס ושלום נישט שפראצן איינער אויפן צווייטן, אמן!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2009 4:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעלנער »

מיסטעריעז, פאר א משל צו דיינע ווערטער קען מען ברענגען בוידעם (יד"נ), וואס לאור צו די געזעגענונגס דרשות פון אפאר ניקס, האט ער אפגעשריבן אן הומאריסטישען ארטיקל געבויט אזויווי א געזעגענונגס דרשה. און אלע ניקס וואס די הומאר חלק ביי זיי איז פארלאשן, האבן איהם באוויינט און באוויינען איהם נאכאלס ווי אלע פארשטארבענע ניקס.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

קעלנער האט געשריבן:מיסטעריעז, פאר א משל צו דיינע ווערטער קען מען ברענגען בוידעם (יד"נ), וואס לאור צו די געזעגענונגס דרשות פון אפאר ניקס, האט ער אפגעשריבן אן הומאריסטישען ארטיקל געבויט אזויווי א געזעגענונגס דרשה. און אלע ניקס וואס די הומאר חלק ביי זיי איז פארלאשן, האבן איהם באוויינט און באוויינען איהם נאכאלס ווי אלע פארשטארבענע ניקס.

;l;p-
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

יאסעלע האט געשריבן:למעשה אין געוויסע אשכולות זעט דא אויס ממש ווי א שלאכטפעלד, א זאך וואס איז געווען א יאר צוריק בלויז אין די פאליטיק אשכולות

:shock: ועל דא קא בכינא.

קעלנער, דאס איז שוין אן עקסטרעמע משל... איך האב געמיינט אין א פשוט׳ע תגובה, אז דו קענסט נישט יענעם, דו ווייסט נישט זיין שפראך, וויאזוי וואגסטו דיר צו מגיב זיין אויף איהם, נאכדערצו א זלזול׳דיגע תגובה?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

און איך לאך... טייל חברה דא וואס האבען טענות האב שוין נישט געשריבען קיין ארטיקל אדער קוים איינס ווילאנג די יאר איז גרויס..

חברים געניג געווען מיט די טענות.. און לאמיר פאלגען יאסעלע, ווייל ער איז דיך זייער גערעכט! לאמיר אלע באדאנקען, מקרב זיין, און ארויס העלפען א יעדעם איינעם "אלטע און נייע ציגלייך!"

יאסעלע האט געשריבן: די ווייסט וואס די עצה איז ?

הייב אן צו שרייבן! הייב אן צו גיסן מאמרים! הייב אן צו פירקלען דיינע מחשבות רעכטס און לינקס!

און וואס עס וועט נאכדעם פאסירן איז זייער פשוט. א טייל קינדער וועלן ווערן ערוואקסן און דער וואס וועט נישט קענען וועט פון זיך אליינס אויסברענען דורכ'ן נישט קענען מיטגיין מיטן שטראם...
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:און איך לאך... טייל חברה דא וואס האבען טענות האב שוין נישט געשריבען קיין ארטיקל אדער קוים איינס ווילאנג די יאר איז גרויס..

וואס האט איינס מיטן צווייטן? זייט ווען מאכט א חילוק צו ער האט יא געשריבן לעצטענס צו נישט? (במאמר המוסגר: דו האסט אויך א תקופה נישט געשריבן, סאו קאט די קרעפלעך פליז)
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2400
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

טריסקער, לאמיר זעהן צי איר קענט עס אליינס אויספיגערען...
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

גאלדענע פעדער האט געשריבן:טריסקער, לאמיר זעהן צי איר קענט עס אליינס אויספיגערען...

נישטא וואס אויסצופיגערן דא, קודם כל 'שרייבן' און 'ליינען' זענען אנדערע זאכן, אסאך אלטע ניקס ליינען נאך דא אבער זיי שרייבן שוין נישט. איי פארוואס שרייבן זיי נישט? לאמיר זעהן צו דו קענסט דאס אויספיגערן...
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

עמי בבית קומט שוין פאר רייבערייען? נישט מסכים! גיט אייך די הענט און פארברענגט ביטע רואיג און געמיטלעך!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

יאסעלע האט געשריבן:עמי בבית קומט שוין פאר רייבערייען? נישט מסכים! גיט אייך די הענט און פארברענגט ביטע רואיג און געמיטלעך!

יאסעלע טייערער, אט דאס וואס באדערט דיר יעצט "דאס" טרייבט אוועק! דארף מען גיין אין אלע אשכולות זיך איינבעטן איין בקשה: "גיבט אייך די הענט און פארברענגט ביטע רואיג און געמיטלעך", דאס דארף מען טאקע יאסעלע, ועושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום על אייוועלט ועל כל ישראל.
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע »

באמת איז אז צוויי אידן מיט דריי דעות איז נישט אזוי ווייט א שפריכווארט ווי א פאקט, מ'מעג האבן מיינונג'ס פארשידנהייטן, בכבוד גדול, שטעל דיר פאר ווען יעדער האט די זעלבע מיינונג, קיין איין אשכול וואלט נישט געהאט מער ווי איין תגובה...
דעמאלט וואס שטערט מיר? די וועג וויאזוי מ'נעמט זאכן פערזענליך, מיט א שארפע שפראך כאילו ער האט געזאגט ווער - ווייס - וואס... מ'מעג און מ'דארף רעדן מיט רעספעקט איינעם צום צווייטן, און אויף דעם דארף מען ארבעטן!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

טריסקער האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:טריסקער, לאמיר זעהן צי איר קענט עס אליינס אויספיגערען...

נישטא וואס אויסצופיגערן דא, קודם כל 'שרייבן' און 'ליינען' זענען אנדערע זאכן, אסאך אלטע ניקס ליינען נאך דא אבער זיי שרייבן שוין נישט. איי פארוואס שרייבן זיי נישט? לאמיר זעהן צו דו קענסט דאס אויספיגערן...

איך מיין אז גאלדענע פעדער זז''ג געזונט האט אויפגעהערט שרייבן צוליב עמטליכע, עפנטליכע אטאקעס קעגן אים איבער ספעלינג.

דאס מיינט ער לכאורה (נד''נ) אז דער טריסקער רבי זז''ג זאל אויספיגערן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

משהזוךמיר האט געשריבן:

דאן וואס האט איינס מיטן צווייטן?
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

ווייל דאס מיינט אז ער איז נישט פון גרויסע וואס האבן אויםגעהערט שרייבן, נאר ענדערש פון די קליינע וואס זענען געווארן איבערגעפארן פון די גרויסע.

נ.ב. אעך נעם נישט קיין שטעלונג, איך בין פשוט מסביר וואס - ווי איך פארשטיי - ער באט געוואלט ארויסברענגען.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6360
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טריסקער »

משהזוךמיר האט געשריבן:ווייל דאס מיינט אז ער איז נישט פון גרויסע וואס האבן אויםגעהערט שרייבן, נאר ענדערש פון די קליינע וואס זענען געווארן איבערגעפארן פון די גרויסע.

נ.ב. אעך נעם נישט קיין שטעלונג, איך בין פשוט מסביר וואס - ווי איך פארשטיי - ער באט געוואלט ארויסברענגען.

איך וויל נאר פארשטיין, דאס איז א תירוץ אויף דאס?:
טריסקער האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:און איך לאך... טייל חברה דא וואס האבען טענות האב שוין נישט געשריבען קיין ארטיקל אדער קוים איינס ווילאנג די יאר איז גרויס..

וואס האט איינס מיטן צווייטן? זייט ווען מאכט א חילוק צו ער האט יא געשריבן לעצטענס צו נישט? (במאמר המוסגר: דו האסט אויך א תקופה נישט געשריבן, סאו קאט די קרעפלעך פליז)
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

יא.
ער זאגט אז די וואס שרייבן נישט א לאנגע צייט, ד.ה.זיי האבן געלאזט די קרעטשמע אויף הפקר און גארנישט צוגעגעבן די לעצטע צייט דערצו, האבן נישט וואס צו שרייען אויף די וואס האבן עס ווייטער געשטופט, היתכן דו האסט עס נישט געפירט אזוי ווי איך האב געוואלט.
און דאס אז ער האט אויך נישט געשריבן איז נישט קיין טענה, ווייל אים האט מען געצווינגען צו סטאפן.
נאך עפעס שווער?

נ ב. איך האף נאך היינט אפצושרייבן מיין ארימע מיינונג אויף די נושא.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”