טעותים אין אונזערע צייטונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גר תושב
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2016 12:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גר תושב »

איך האב נישט קיין קאפיע. אבער אין "דער איד" אין די וועכענטליכע קאלום ווי זיי באריכטן די נייעס פון די "ישיבה גדולה" איז געשטאנען מער ווי איין מאל, די ווערטער "מאז יצא מתוק" אנשטאט "מעז" מיט אן "ע".
גר ותושב אנכי עמכם: אם תרצו - הריני גר, ואם לאו - אהיה תושב ואטלנה מן הדין, שאמר לי הקב"ה 'לזרעך אתן את הארץ הזאת'(רש"י חי' שרה)
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

גר תושב האט געשריבן:איך האב נישט קיין קאפיע. אבער אין "דער איד" אין די וועכענטליכע קאלום ווי זיי באריכטן די נייעס פון די "ישיבה גדולה" איז געשטאנען מער ווי איין מאל, די ווערטער "מאז יצא מתוק" אנשטאט "מעז" מיט אן "ע".

מעגליך איז דער טעות נישט דער החלפת הע' בהא', נאר דאס ארויסלאזן די אויבערשטרעכלעך פון מא"ז, והבן.

(אגב, אן אייניקל פון א חשובער אדמו"ר שליט"א (וועמענס בילדער מ'קען זען כמעט וועכנטליך אין אונזערע צייטונגען) האט מיר לעצטנס דערציילט אז ער האט איבערגעזאגט פון עמיצן בפניו פון זיין גרויסן זיידן א ווארט ששמע ממני הצעיר ונהנה וחיוך קל עלה על שפתיו, ונהניתי. אז ווען משה רבינו בלייבט ווען מיט זיין מאמע'ס געגעבענע נאמען וואלטן מיר געזאגט אין תהלים נחית כצאן עמך ביד יקותיאל ואהרן).

ווי האבן מיר געליינט שב"ק: א"ז ישיר משה עפ"י מדרשו שנאמרה על העתיד.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

אין אייוועלט איז געשעהן א טעות, אז מ'האט בטעות פארמעקט א גאנצע אשכול פון די דריי-ווערטערדיגע זאצן און פראזן.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

בין איך היינט געוואויר געווארן דורך קולמע אז טראמפ גרייט צו א נייע געזעקוטיוו ארדער. בלייבט איבער צו זעהן ווי פראפעסניאל דער מאדענער פרעזידענט וועט עס מאכן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

אויפן דעקל פונעם ציבור אפטיילונג אין 'דער בלאט' איז געשטאנען די וואך "פעשווארסק"
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

היינט האט קול מבשר באריכטעט ( א זאך וואס ער זאגט גאנץ אפט) אז די פאליציי 'זוכן פאר די פארברעכער.'
Get your facts first, then you can distort them as you please.
וויל זיין גוט
שר האלף
תגובות: 1068
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל זיין גוט »

מה יקר האט געשריבן:אויפן דעקל פונעם ציבור אפטיילונג אין 'דער בלאט' איז געשטאנען די וואך "פעשווארסק"

מסתמא א איזראעלי שרייבער, ודי
אם לא עכשיו אימתי
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

משהזוךמיר האט געשריבן:היינט האט קול מבשר באריכטעט ( א זאך וואס ער זאגט גאנץ אפט) אז די פאליציי 'זוכן פאר די פארברעכער.'

איך קען נישט אזוי גוט דקדוק, אבער וואס איז די פראבלעם אין די זאץ?
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

איך האף אז דער לאמטערנע וועט נישט אריינקומען אין דעם אשכול
...
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

מיר האפן אויך זייער שטארק אזוי, און מיר לייגן אריין כוחות אין די פרט.
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

אסאך גראמאטיק טעותים די וואך אין בלאט.
פרא-חסיד
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 30, 2016 12:42 am
לאקאציע: צווישן רעכטס און לינקס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרא-חסיד »

טשאלענט האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:היינט האט קול מבשר באריכטעט ( א זאך וואס ער זאגט גאנץ אפט) אז די פאליציי 'זוכן פאר די פארברעכער.'

איך קען נישט אזוי גוט דקדוק, אבער וואס איז די פראבלעם אין די זאץ?
זוכן פאר דעם פארברעכער מיינט אז דער פארברעכער האט עפעס פארלוירן און די פאליציי זוכט עס פאר עם. מער ריכטיגער איז צו זאגן ״די פאליציי זוכן דעם פארברעכער״.
עם טראלל תטראלל
ענה כסיל כאולתו
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

בכלל נישט.

זיי זוכן נישט דעם פארברעכער. זיי זוכן נאך אלעם וואס קען פירן צו טרעפן דעם פארברעכער.

די פאליציי זוכט פאר אלעס וואס קען ברענגען צו כאפן די פארברעכער, און איינמאל זיי האבן די ריכטיגע לידס זוכן זיי דעם פארברעכער.

שטימט?
...
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

עין טובה האט געשריבן:די פאליציי זוכט פאר אלעס וואס קען ברענגען צו כאפן די פארברעכער


ניין. זיי זוכן אלעס וואס קען ברענגען צו כאפן די פארברעכער. עס איז נישט דא אזא פראז ''זוכן פאר עפעס.'' עס קומט פון ענגליש וואו עס איז נישט דא קיין ווארט פאר זוכן נאר מ'זאגט ''קוקן,'' מוז מען זאגן ''קוקן פאר גימפל'' (LOOKING FOR GiMPEL) ווייל אויב נישט איז עס ''קוקן גימפל'' (LOOKING GIMPEL) וואס מיינט אינגאנצן עפעס אנדערש (אויב עפעס בכלל). אין אידיש זאגט מען ''זוכן גימפל,'' אדער אין דעם פאל ''די פאליציי זוכן די פארברעכער,'' אדער לויט עין די פאליציי זוכן אלעס וואס קען ברענגען צו כאפן די פארברעכער.


אדרבה, טרעפט מיר א צייטונג אדער אויסגאבע נישט געדרוקט אין אמעריקע (אדער ענגלאנד) וואס שרייבט אזוי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

טאקע שוין עטליכע מאל געהערט אויף קול מבשר אז מען זוכט פאר א פארברעכער און אלעמאל געקלערט אז ס'האט לכאורה מער מיט די הויכע שפראך ווערטערבוך (היי לענגווידש דיקשאנערי) צו טאן, זינט בלשון בני אדם איז בכלל נישט רגיל כזה נאר סתם אז מען זוכט דעם פארברעכער אדער דעם צדיק (ווי פרעה בליל התקדש חג יציאת מצרים ב"א תמ"ח מעוטף בלבושי פידזשאמותיו). נאך קיינמאל נישט באגעגנט אין גאס אדער סיי וואו אויפן וועלטל א ניק: משה זוך פאר מיר.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

וואס איז דאס א 'דזשולערי געשעפט'? וועלכע שפראך?
(מסתם די זעלבע ווי 'אייראפעאישע יוניאן.)
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סיז מסודר »

עין טובה האט געשריבן:בכלל נישט.

זיי זוכן נישט דעם פארברעכער. זיי זוכן נאך אלעם וואס קען פירן צו טרעפן דעם פארברעכער.

די פאליציי זוכט פאר אלעס וואס קען ברענגען צו כאפן די פארברעכער, און איינמאל זיי האבן די ריכטיגע לידס זוכן זיי דעם פארברעכער.

שטימט?

גוט אפגעלערנט א שטיקל קול מבשר ;l;p- מיטן גראבן פינגער
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
Efroiach
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Efroiach »

אויפן פראנט פעידזש אין דער בלאט שטייט אז ס'האט געשנייט מאנטאג...
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

Efroiach האט געשריבן:אויפן פראנט פעידזש אין דער בלאט שטייט אז ס'האט געשנייט מאנטאג...
אטעטשמענטס
unnamed.jpg
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

אויב היינט איז פרייטאג, פארוואס זאל ניט האבן געשנייעט מאנטאג?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19757
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

קאץ און מויז האט געשריבן:
Efroiach האט געשריבן:אויפן פראנט פעידזש אין דער בלאט שטייט אז ס'האט געשנייט מאנטאג...


א מיאוסע טעות
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

קאץ און מויז האט געשריבן:
Efroiach האט געשריבן:אויפן פראנט פעידזש אין דער בלאט שטייט אז ס'האט געשנייט מאנטאג...

שניי בליזארד איז לענ"ד אן ערגערע טעות.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5017
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

שוין לאנג וואס איך ווייס (פון קולמע) אז קלאגעס קענען גיין. היינט בין איך געוואויר געווארן אז פאפירן קענען אויך.

(יעדע זאך וואס קען נישט גיין אליין 'טראגט' מען. 'פירן' מיינט העלפן גיין (בערך, כ'רעד די איידיע דערפון). אויף קולמע האט מען 'אריינגעפירט קלאגעס' אנשטאט אריינגעטראגן, און היינט האט מען גאר אריינגעפירט פאפירן.
Get your facts first, then you can distort them as you please.
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

אין מאמענט די וואך
2017-03-16 22.31.03.jpg
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5936
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

משהזוךמיר האט געשריבן:וואס איז דאס א 'דזשולערי געשעפט'? וועלכע שפראך?
(מסתם די זעלבע ווי 'אייראפעאישע יוניאן.)

דערמאנסט מיר פון א ווערטל:
דער חילוק פון *** ביז א ***?
וואטש, די סטעפס זענען גליטשיג.
אדער
וואטש, די שטיגן זענען סליפערי.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”