ישועת ד' כהרף עין - טונקעלע מאמענטן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

ישועת ד' כהרף עין - טונקעלע מאמענטן

תגובהדורך שמחת עולם » מיטוואך מארטש 01, 2017 6:42 pm

אויב וואלטן פיסגייער געווען אין גאס פארהאנען, וואלטן זיי געקענט באמערקן, די צוויי אייגעלעך וואס בליקן ארויס פון צווישן די שפאלטענעס פון א פארהאנג, וועלכע איז אויסגעשפרייט אונטער א באשיידן פענסטער'ל. עס בעאבאכטעט דאס שטילע טאנץ פון די ביימעלעך, וואס שאקלען זיך לויט די ריטמע פון אן אומגעדולדיגען ווינד. באגלייט מיט זארג טוט עס באוואונדערן די שלאקס רעגן, וואס פילט אן די שטילשווייגעניש, מיט איהר אייגענארטיגע מוזיק.

יאסעלע האלט זיין הענטעלע געדרוקט צו זיין קליין הארץ וואס קלאפט אייניג מיט מיט'ן שטימונג, זיינע אויגן טוען בלויז בלינקן ווען א בליץ ערשיינט און זיין קליין קערפער ער באוועגט, נאר אין רעזולטאט פון א דוננער.

אונטער איהם, אין דאס שוואך באלויכטענע צימער'ל, זיצט זיין מוטער מיט איהר אויגן-גלעזער אויפ'ן שפיץ נאז און איהר ליפן שעפשען מזמורי תהלים פון איהר גוט אויסגענוצטע ספר וואס זי האט ערהאלטן פון איהר מאן אין טאג פון זייער חתונה. צווישן קאפיטל און קאפיטל, פארמאכט זי האלבוועגס דאס תהלים, האלטענדיג איין פינגער נאך אינעווייניג כדי נישט צו דארפן נאכאמאל אויפמישן, און א טיעפן קרעכץ זי געבט, "אוי, ווילאנג וועט עס נאך נעמען, ווען וועט ער זיך שוין מיט אונז ענדליך פאראייניגן."

זי דרייט אויס איהר קאפ אין ריכטונג פון איהר קליינע אוצר, גראדט אויס איהרע גלעזער און הייבט זיך פון זיץ. א ווארימע האנט לייגט זי אויף זיינע פלייצעס און זאגט מיט ליבשאפט, "קום שעפעלע, איך וועל דיר ווייזן וואס מען זאגט ווען מען זעהט א בליץ אדער מען הערט א דוננער."

ער הייבט אבער אויף די אויגן צו איהר און פרעגט זיין פראגע וואס לאזט איהם נישט קיין רוה, "מאמי, ווען וועט שוין טאטי זיין צוריק דא מיט אונז?"

פאר א וויילע איז שטיל, איהרע בליקן לויפן געשווינד ארום דעם צימער, עס בלייבט שטיין אויף א מאהלעריי פון איינער פון די אור-אלטע ווערסיע'ס פון קבר רחל וואס טוט באצירן די וואנט, זי פראבירט צו באהאלטן איהר זארג און ענטפערט פארזיכטיג, "איך ווייס נישט, איך ווייס נישט שעפעלע, לאמיר זיין שטארק, זיכער נישט מער לאנג, ווען עס וואלט נאר געווען אין אונזער הענט..."

* * * * *
טאקע נישט ווייט פון דארט, אבער אונטער שלאס און ריגל, ער זיצט עלנד אליין. די קאמער קוים פיר אויף פיר, א פיצל פענסטער מיט גראטעס וועלכע ערמעגליכט אביסל טאג ליכט אריינצודרינגן אונטער די ברייטע ווענט. א קאלטע שטיינערנע פאדליגע און א לעכעריגען בענקל צו קענען לאזן אביסל אפרוהען דאס געביין.

די געדאנקען ביי זיין פאמיליע זיך געפונט, די בענקשאפט שווער איז צו איבערקומען. "ווילאנג וועל איך נאך זיין דא פארשפארט?"

ער קוקט זיך אום, צו אויפגעבן ער ווייגערט, אולי יחוס און מען וועט טרעפן א וועג, זיך צו זעהן פון דא ארויס געשווינד און פלינק. דערווייל אבער איז אין עצה ואין תבונה, אפילו א שטראל פון האפענונג עס קומט נישט צום אויבערפלאך. אמונה און בטחון מען מוז נאך איממער האבן, ווייל ישועת ד' כהרף עין.

ווידער א טיעפן קרעכץ, א קוק צו אלע זייטן, "וואס טוט מען דא?"

"וואס קען מען טאקע טוהן?... הממ... אויסער אויב..."

"יא, דאס איז וואס מען גייט טוהן, קיין ברירה נישט דא, קיין אנדער וועג נישט פארהאן. אז עס טוט וויי שרייט מען."

א גיבט א אטעם טיעף אריין, נעמט צוזאם די גאנצע קוראדזש, פארזאמעלט אלע כוחות, און ער גיבט א געשריי:

"קען איינער מיר ביטע ברענגען אשר יצר פאפיר....!!!!!"

יאסעלע מיט איין שמחה שפרינגט אויף, לויפט אריינצוכאפן נאך א כיבוד אב, און א משפחה ווידער ווערט פאראייניגט. די רעגן האט זיך געשטילט און פון צווישן די וואלקענעס זון שטראלן הייבן אן אדורך שיינען.

"טאטי, יאסעלע, די נאכטמאל איז גרייט"

* * * * *
א פרייליכן חודש אדר מיינע פריינט, און געדענקט - די שווארצטע סצענעס קענען זיך פלוצלינג ארויסשטעלן צו זיין פון די אנגענעהמסטע טיילן פון לעבן.
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך מארטש 01, 2017 6:47 pm

שיגענער דו.....

האסט מיר געהאלטן האסטעדזש ביז די לעצטע מינוט... איך האב אינצווישן געכאפט א בליק אונטן אויב 'פארזעצונג קומט'...

ווייניג אזאנע שרייבער פארהאן. א פאעטישע שריפט, דראמא ווי נאר, הומאר צום פלאצן, און נאך א טיפע מוסר השכל אויך.


שכח!!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3421
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך מארטש 01, 2017 6:53 pm

אוי ביסטו גיט
דיין פעדער נאך בעסער
איי איי,-וועלט

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2184
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מיטוואך מארטש 01, 2017 6:54 pm

אויספלאץ...

א שריפט צום באוואונדערן...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2009
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך מארטש 01, 2017 7:08 pm

באמבע!!! געזונטע שריפט, שמחה'לע!
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » מיטוואך מארטש 01, 2017 7:14 pm

פיין שטיקל!
כ'בין שוין געזיצן אין אגנסט...
לעצט פאראכטן דורך מאכט סענס? אום מיטוואך מארטש 01, 2017 7:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1966
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מיטוואך מארטש 01, 2017 7:47 pm

מונאוויטש האט געשריבן:באמבע!!! געזונטע שריפט, שמחה'לע!
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » מיטוואך מארטש 01, 2017 7:50 pm

שוין לאנג נישט געליינט אזא גוטס! גיי אן ווייטער...
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מארטש 01, 2017 8:06 pm

דאס איז א תש"מ סטיל עפיזאד, היינט שיקט מען א טעקסט אדער מען טוויעט עס ארויס צו די האלבע וועלט...

פיינע שריפט! וואונדערבארע ארטיקל!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5554
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך מארטש 01, 2017 8:11 pm

א פיינער ארטיקעל דאס
איך בין אויסגעלאפען פון איידיעס וואס צו שרייבען

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך מארטש 01, 2017 8:16 pm

לכאורה האט געשריבן:פיינע שריפט! וואונדערבארע ארטיקל!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2591
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך מארטש 01, 2017 8:30 pm

גאר גוט!

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » מיטוואך מארטש 01, 2017 8:55 pm

וואף!!!! פלוץ פלצתי :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » מיטוואך מארטש 01, 2017 9:32 pm

אזא ארטיקל איז ממש א שמחת עולם!!!

אגב דאגב דאגב, צום קעפל:
הגאון ר' ישראל דוד שלעזינגער האט לעצטע וואך ביים ליל שישי שיעור פארציילט אז ער האט אמאל געשקיט פרעגן ביי ר' חיים קניעבסקי וואו איז די מקור צו די מאמר העולם "ישועת ה' כהרף עין" און ער האט געוויזן אז עס איז אין רבינו בחיי פרשת מקץ אויפ'ן פסוק וירוצהו מן הבור.

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך מארטש 01, 2017 9:37 pm

:roll: :roll: :roll: :roll:

מער פון דעם בין איך נישט אומשטאנד צוצולייגן!
לעצט פאראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דאנארשטאג מארטש 02, 2017 5:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1102
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך מארטש 01, 2017 10:24 pm

מער פון 'כא כא כא' קען איך נישט זאגן
שוין איבער געליינט 6 מאל
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

תגובהדורך טיפיקעל » מיטוואך מארטש 01, 2017 10:25 pm

געוואלדיג.... שפאנענד ביז גאר... און דערנאך... יישר כחכם

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך מארטש 01, 2017 10:40 pm

אמת'ע מעשה דאס??

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 1:36 am

געוואלדיג .....!!!! וואו.. פיינע נייעס... שרייב נאך....

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 6:26 am

א דאנק אייך אלע מגיבים און באדאנקערס!

עס איז מיר א כבוד צו זעהן אז מסלתה ומשמנה פון אונזערע חבירים האבן זיך דא געלאזט הערן.

זייטס געבענטשט!
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 9:26 am

לייק!
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6196
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 9:35 am

דברים אלו האט געשריבן:אמת'ע מעשה דאס??



איין מאל?..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 12:24 pm

גוט אראפגעלייגט

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 1:21 pm

איי ביסטו גוט....

קיפ אפ!!
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 1:29 pm

פיינע נייעס
נאדיר איינס.. ;l;p-


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט