ישועת ד' כהרף עין - טונקעלע מאמענטן
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ישועת ד' כהרף עין - טונקעלע מאמענטן
אויב וואלטן פיסגייער געווען אין גאס פארהאנען, וואלטן זיי געקענט באמערקן, די צוויי אייגעלעך וואס בליקן ארויס פון צווישן די שפאלטענעס פון א פארהאנג, וועלכע איז אויסגעשפרייט אונטער א באשיידן פענסטער'ל. עס בעאבאכטעט דאס שטילע טאנץ פון די ביימעלעך, וואס שאקלען זיך לויט די ריטמע פון אן אומגעדולדיגען ווינד. באגלייט מיט זארג טוט עס באוואונדערן די שלאקס רעגן, וואס פילט אן די שטילשווייגעניש, מיט איהר אייגענארטיגע מוזיק.
יאסעלע האלט זיין הענטעלע געדרוקט צו זיין קליין הארץ וואס קלאפט אייניג מיט מיט'ן שטימונג, זיינע אויגן טוען בלויז בלינקן ווען א בליץ ערשיינט און זיין קליין קערפער ער באוועגט, נאר אין רעזולטאט פון א דוננער.
אונטער איהם, אין דאס שוואך באלויכטענע צימער'ל, זיצט זיין מוטער מיט איהר אויגן-גלעזער אויפ'ן שפיץ נאז און איהר ליפן שעפשען מזמורי תהלים פון איהר גוט אויסגענוצטע ספר וואס זי האט ערהאלטן פון איהר מאן אין טאג פון זייער חתונה. צווישן קאפיטל און קאפיטל, פארמאכט זי האלבוועגס דאס תהלים, האלטענדיג איין פינגער נאך אינעווייניג כדי נישט צו דארפן נאכאמאל אויפמישן, און א טיעפן קרעכץ זי געבט, "אוי, ווילאנג וועט עס נאך נעמען, ווען וועט ער זיך שוין מיט אונז ענדליך פאראייניגן."
זי דרייט אויס איהר קאפ אין ריכטונג פון איהר קליינע אוצר, גראדט אויס איהרע גלעזער און הייבט זיך פון זיץ. א ווארימע האנט לייגט זי אויף זיינע פלייצעס און זאגט מיט ליבשאפט, "קום שעפעלע, איך וועל דיר ווייזן וואס מען זאגט ווען מען זעהט א בליץ אדער מען הערט א דוננער."
ער הייבט אבער אויף די אויגן צו איהר און פרעגט זיין פראגע וואס לאזט איהם נישט קיין רוה, "מאמי, ווען וועט שוין טאטי זיין צוריק דא מיט אונז?"
פאר א וויילע איז שטיל, איהרע בליקן לויפן געשווינד ארום דעם צימער, עס בלייבט שטיין אויף א מאהלעריי פון איינער פון די אור-אלטע ווערסיע'ס פון קבר רחל וואס טוט באצירן די וואנט, זי פראבירט צו באהאלטן איהר זארג און ענטפערט פארזיכטיג, "איך ווייס נישט, איך ווייס נישט שעפעלע, לאמיר זיין שטארק, זיכער נישט מער לאנג, ווען עס וואלט נאר געווען אין אונזער הענט..."
[align=center]* * * * *[/align]
טאקע נישט ווייט פון דארט, אבער אונטער שלאס און ריגל, ער זיצט עלנד אליין. די קאמער קוים פיר אויף פיר, א פיצל פענסטער מיט גראטעס וועלכע ערמעגליכט אביסל טאג ליכט אריינצודרינגן אונטער די ברייטע ווענט. א קאלטע שטיינערנע פאדליגע און א לעכעריגען בענקל צו קענען לאזן אביסל אפרוהען דאס געביין.
די געדאנקען ביי זיין פאמיליע זיך געפונט, די בענקשאפט שווער איז צו איבערקומען. "ווילאנג וועל איך נאך זיין דא פארשפארט?"
ער קוקט זיך אום, צו אויפגעבן ער ווייגערט, אולי יחוס און מען וועט טרעפן א וועג, זיך צו זעהן פון דא ארויס געשווינד און פלינק. דערווייל אבער איז אין עצה ואין תבונה, אפילו א שטראל פון האפענונג עס קומט נישט צום אויבערפלאך. אמונה און בטחון מען מוז נאך איממער האבן, ווייל ישועת ד' כהרף עין.
ווידער א טיעפן קרעכץ, א קוק צו אלע זייטן, "וואס טוט מען דא?"
"וואס קען מען טאקע טוהן?... הממ... אויסער אויב..."
"יא, דאס איז וואס מען גייט טוהן, קיין ברירה נישט דא, קיין אנדער וועג נישט פארהאן. אז עס טוט וויי שרייט מען."
א גיבט א אטעם טיעף אריין, נעמט צוזאם די גאנצע קוראדזש, פארזאמעלט אלע כוחות, און ער גיבט א געשריי:
"קען איינער מיר ביטע ברענגען אשר יצר פאפיר....!!!!!"
יאסעלע מיט איין שמחה שפרינגט אויף, לויפט אריינצוכאפן נאך א כיבוד אב, און א משפחה ווידער ווערט פאראייניגט. די רעגן האט זיך געשטילט און פון צווישן די וואלקענעס זון שטראלן הייבן אן אדורך שיינען.
"טאטי, יאסעלע, די נאכטמאל איז גרייט"
[align=center]* * * * *[/align]
א פרייליכן חודש אדר מיינע פריינט, און געדענקט - די שווארצטע סצענעס קענען זיך פלוצלינג ארויסשטעלן צו זיין פון די אנגענעהמסטע טיילן פון לעבן.

__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!

- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
- מאכט סענס?
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 450
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 3:28 pm
- לאקאציע: בין תנור לכיריים
פיין שטיקל!
כ'בין שוין געזיצן אין אגנסט...
כ'בין שוין געזיצן אין אגנסט...
לעצט פארראכטן דורך מאכט סענס? אום מיטוואך מארטש 01, 2017 7:50 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- משה מאשקאוויטש
- שר חמש מאות
- תגובות: 853
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm
- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8114
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
לכאורה האט געשריבן:פיינע שריפט! וואונדערבארע ארטיקל!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
- שטאלצער יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2438
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm
אזא ארטיקל איז ממש א שמחת עולם!!!
אגב דאגב דאגב, צום קעפל:
הגאון ר' ישראל דוד שלעזינגער האט לעצטע וואך ביים ליל שישי שיעור פארציילט אז ער האט אמאל געשקיט פרעגן ביי ר' חיים קניעבסקי וואו איז די מקור צו די מאמר העולם "ישועת ה' כהרף עין" און ער האט געוויזן אז עס איז אין רבינו בחיי פרשת מקץ אויפ'ן פסוק וירוצהו מן הבור.

- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
מער פון דעם בין איך נישט אומשטאנד צוצולייגן!
לעצט פארראכטן דורך שמעלקא זאפטיגער אום דאנערשטאג מארטש 02, 2017 5:38 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
-
- שר האלף
- תגובות: 1129
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm
א דאנק אייך אלע מגיבים און באדאנקערס!
עס איז מיר א כבוד צו זעהן אז מסלתה ומשמנה פון אונזערע חבירים האבן זיך דא געלאזט הערן.
זייטס געבענטשט!
עס איז מיר א כבוד צו זעהן אז מסלתה ומשמנה פון אונזערע חבירים האבן זיך דא געלאזט הערן.
זייטס געבענטשט!
__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- טשאלענט
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4017
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
- לאקאציע: אין טשאלענט טאפ
איי ביסטו גוט....
קיפ אפ!!
קיפ אפ!!
טשאלענט גמח!
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך