רבי יעקב יוסף (יאזעף) רב הכולל בניו יארק - כ"ד תמוז תרס"ב

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

רבי יעקב יוסף (יאזעף) רב הכולל בניו יארק - כ"ד תמוז תרס"ב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

אזוי ווי, און די קומענדיגע טעג געפאלט אויס די יארצייט פונעם רב הכולל, ע"כ ווער עס ווייס פרטים און זיין לעבנ'ס ביאגרופי, און ווער עס האט בילדער
ווערט געבעטן עס מיטצוטיילן מיטן ציבור. יישר כוח.

ער ליגט און נ.י. ר' יונה לאנדא טוט זייער אסאך אים צו פארשפרייטן, ער האט אפילו ארויסגעגבן א בוך פון אים, צוויי בענדער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסן דאנק ר' ברוך פארן גיין פתיחה איבער אזא גרויסער פערזאן, וועלכער איז ליידער פריצייטיג נפטר געווארן נישט קענענדיג בייקומען די רעפארמירטע ווינטן וואס האבן דא געבוזשעוועט אין יענע צייטן.

ר' יעקב יוסף (יאזעף) איז געווען א תלמיד פון נצי"ב אין וואלוזשין ווי ער איז גערופען געווארן 'ר' יעקב יוסף חריף', נאכן דינען אלס רב אין עטליכע שטעטליך אין די ליטא, איז ער אויפן פארלאנג פון 18 פאראייניגטע קהלות אין ניו יארק ארויסגעקומען קיין אמעריקע צו דינען אלס 'רב הכולל' ווען אינדערצייט האט ער געפירט דעם 'בית המדרש הגדול' אין די איסט-סייד.

ער האט ווי דערמאנט געפירט שווערע מלחמות קעגן די וואס האבן געוואלט רעפארמירען אידישקייט, בעיקר בעניני שוחטים ושחיטה, דאס האט אים געקאסט זיין געזונט און עווענטועל זיין לעבן.

אלט זייענדיג 57-60 יאר האט ער געכאפט א סטראוק פון וואס ער איז ליידער אוועק נאך צוויי יאר, זיין געלעמט און קראנק, געשאצטע 50,000 מענטשן האבן זיך באייליגט בייי זיין לויה אין די גאסן פון מאנהעטן, ווען נאך א געפעכט צווישן צוויי גרויסע קהלות איז ער געקומען למנוחות אין די 'יוניאן פיעלד סעמעטיערי' אין קווינס
זעהט דא א בילד פונעם מציבה.

פון זיינע קינדער ווערן דערמאנט די זוהן שמואל און רפאל און טעכטער מרת שולץ און מרת בראדי, בייגעלייגט איז דער אריגינעלער באשרייבונג פון דער 'ניו יארק טיימס' אינעם פרימארגן פון זיין פטירה כ"ד תמוז תרס"ב ולמס' יולי 29 1902 , עס ווערט דארט דערמאנט אז די לויה וועט מן-הסתם אנפירען ר' הלל קליין פון די אונגארישע שוהל אין די איסט סייד.
אטעטשמענטס
Joseph.pdf
(41.51 KiB) געווארן דאונלאודעד 654 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז פארבליבען א חיבור פון ר' יעקב יוסף 'לבית יוסף' דרשות, געדרוקט אין ווילנא, לעצטענס איז עס איבערגעדרוקט געווארן באצירט מיט זיינע תולדות באגלייט מיט היסטארישע דאקומענטן.

בייגעלייגט איז א געמאלן בילד פון ר' יעקב יוסף זצ"ל.
אטעטשמענטס
jacobjoseph.jpg
jacobjoseph.jpg (38.91 KiB) געזען 10150 מאל
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג יולי 15, 2008 2:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ר' דוד סמיט זצ"ל פלעגט כסדר פארציילען די מעשה מיט ר' יעקב יוסף מיט זיין שבת תשובה דרשה.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער רב האט געהאט מער כבוד לאחר פטירתו אוויא בחיו.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

scy4851 האט געשריבן:דער רב האט געהאט מער כבוד לאחר פטירתו אוויא בחיו.


גראדע איז געוועהן ביי זיין לוי' עפעס פראטעסטן פון געוויסע (גויאישע) ארבייטערס אין מאנהעטן, עס זענען געפלויגן באטלעך און שטיינער, די ראיטן פאליציי האבן געדארפט קומען זיך ספראווען מיט די ציושעטע מאסן.

אבער פון א אידישען שטאנדפונקט זענט איר גערעכט, די אידן האבן זיך דעמאלטס געכאפט וואס זיי האבן מיט אים געטאן, און ווי דערמאנט האבן זיך באטייליגט איבער 50 טויזנט מענטשן ביי די לוי'.

לאחר פטירתו האבן זיי געגרינדעט א ישיבה 'ישיבת ר' יעקב יוסף' אדער RJJ על שמו, היינט איז דא אפטיילונגען דערפון אין עדיסאן נ.ג. און אין סטעטן איילאנד.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אפאר בלעטער פון א קונטרס בשם 'תולדות יעקב יוסף' פונעם רב הכולל, געדרוקט בשנת תרמ"ט איו ניו-יארק, עס אטנהאלט א דרשה בעניני כשרות וואס דער רב האט געהאלטן שבת מברכין טבת פאר מוסף.

בייגעלייגט איז א נאכפאלגענדער ארטיקל פון די ניו יארק טיימס מיט אינטערעסאנטע אפשאצונגען.
אטעטשמענטס
118475577.pdf
(112.7 KiB) געווארן דאונלאודעד 603 מאל
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער, פארוואס ריסייזדטי נישט די דאקומענטען אז ס'זאל ארויפקימען?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס איז PDF נישט קיין בילדער, איך קען עס איבערמאכן צו JPG אבער איני רואה צורך.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ער איז געוועהן דער אומאפציעלע רב אין ווילנא, ווילנא האט נישט געהאט קיין רב, נין דיינים ומרביצי תורה, ר' יעקב יוסף איז געוועהן די גרעסטע צווישן די ת"ח אין ווילנא,
זייענדיג א גרויסע בעל חוב, האט אים די ניו יארקער קהילה אויסגעצאלט אלע חובות, וואס דאס האט אים געצווינגען צו קומען ווערן רב, און די קהילת פון נ.י.,
עס איז כמעט פון די טרויעריגסטע קאפיטלען אין די אידישע האסטאריע דאהי, וויאזוי אזא גדול הדור, איז געקומען מאיגרא רמה לבירא עמיקתא, קומעדיג אהער האט ער געהאט כבוד מלכים וואס אמעריקא האט נאכנישט געזעהן, און אין די לעצטע יארן פון זיין לעבן האט ער געוואוינט אין א קעלער עלנד אליין, ווען קיינער האט זיך נישט אומגעקוקט אויף אים,
ליינענדיג די געשיכטע קומט ממש צו וויינען....

מען האט געזאגט אז די גרויסע פראגראמען ביי די לוי' איז געוועהן א עונש נעבאך פאר די בזיונות און צער וואס די נ.י אידן האבן געטון פאר ר' יעקב יוסף...
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ר' יעקב יאזעף איז געווען מגיד מישרים אין ווילנא און נישט קיין מו"ץ.

אן אפענע ווענדונג צו די אלע שרייבערס דא יאך וואלט אייך ג'עצה'ט נאך צוקוקען אין די תשובות פון אדר"ת און דערנאך אים צו פארהייליגן.
ועמך כולם צדיקים
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

ביקסאד האט געשריבן:אן אפענע ווענדונג צו די אלע שרייבערס דא יאך וואלט אייך ג'עצה'ט נאך צוקוקען אין די תשובות פון אדר"ת און דערנאך אים צו פארהייליגן.


וואס רעדסטו וועגן? (אנטשולדיגט פארן זיין אזוי איגנארענט)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לעווי,
דער ביקסאדער גדול צייכנט איין אז דער אדר"ת אין די תשובות (כ'מיין אין מענה אליהו) שרייבט שארפע לשונות אקעגן דעם רב הכולל.

ביקסאד,
איך האב נאכנישט צייט געהאט נאכצוקוקען, אבער דאס אז איין גדול שרייבט נעגאטיוו מאכט נישט אוועק זיין גדלות מיט וואס ער איז אין אלגעמיין אנגענומען, למעשה האט ער געקעמפט פאר אידישקייט אין אמעריקע עד כלות, ער האט זיך ממש מוסר נפש געווען פאר כשרות השחיטה ועוד, ליידער איז עס געווען אזוי ווי אלע פראוון פון גדולים אין יענע צייט וואס דערפון איז גארנישט געווארן, ביז ממש הארט פארן קריג ווען אידישקייט האט ענדליך אנגעהויבן צו שלאגן ווארצלען על דרך ישראל סבא.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ביקסאד האט געשריבן:ר' יעקב יאזעף איז געווען מגיד מישרים אין ווילנא און נישט קיין מו"ץ.

אן אפענע ווענדונג צו די אלע שרייבערס דא יאך וואלט אייך ג'עצה'ט נאך צוקוקען אין די תשובות פון אדר"ת און דערנאך אים צו פארהייליגן.

וואס א מין אינטעררייסען גייט דא פאר
קודם כל האבן מיר דער עדות פון מרן הקדוש מסאטמאר זי"ע וואס אין זיין דרשה ביים גרונדען דעם התאחדות הרבנים האט ער געזאגט אז ער האט זיך נאכגעפרעגט אין געקומען צי די מסקנה אז ר' יעקב יוסף איז געווען אן איש צדיק נאר זיין טעות איז געווען אז ער האט געטרייט צי פארעכטען די אלגעמיינע אמעריקאנע גאס אין דער רבי ציט דארט פון דעם מסקנות עיי"ש,
דערנאך איז ידוע אז ר' יעקב יוסף האט דא געהאט גרויסע שונאים פון עטליכע רבנים וואס האבען אים נישט פארגינען אין אים מבאיש ריח געווען סיי דא אין די אמעריקאנע גאס אין אים ממש אפגעשאחטען, אין אזוי אויף מיט בריווען צי די רבנים אין יוראפ
אזוי אז כדי ציציען מסקנות אויף אזוי אן אדם גדול איז כדי ציזיין מער פארזיכטיג.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
זייער אנטערעסאנט די דרשה פון רבי'ן, וואו איז דאס געדרוקט?

וועלכע רבנים דאהי זענען געווען זיינע שונאים?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:יאסל,
זייער אנטערעסאנט די דרשה פון רבי'ן, וואו איז דאס געדרוקט?

וועלכע רבנים דאהי זענען געווען זיינע שונאים?

די דרשה איז געדרוקט דאכט זיך אין חודשי תורה תשט"ו די הויכע באנד
סאיז געווען עטליכע רבנים וואס האבען געלייגט אויף זייער לעדערהעט רב הכולל, אין ביי די שחיטה האבן זיי אינטער געהעצט די פשוטי עם אז ר' יעקב יוסף וויל נאר פראפעטירן פון זיי (מקען זען עטליכע פשקווילן אין יונה לאנדא'ס בוך)אין אזוי ארום ציבראכען זיין השפעה
אויך מיטן עירוב אין די איסט סייד(וואס מהאט לעצטענס אסאך גערעדט דערוועגען) האט איינער פון זיינע שונאים געשיקט דאכט זיך צי ר' יוסף שאול נאטנזאהן אינטערן נאמען רב הכולל.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

זייער אינהאלטסרייך. יישר כח פאר אלע שרייבער'ס, ס'איז א פארגעניגן צו ליינען.

אגב, איינער ווייסט וויאזוי ר' יונה לאנדא'ס בוך הייסט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאסל האט געשריבן:קודם כל האבן מיר דער עדות פון מרן הקדוש מסאטמאר זי"ע.
ר' יאסל, יאך מיין אז איר וועט מסכים זיין אז דער אדר"ת האט געמעגט מחולק זיין מיט מרן הקדוש מסאטמאר, ווען דער אדר"ת איז נפטר געווארן ווייס יאך נישט צו ער איז שוין געווען רב אין ארשיווע.
מיללער האט געשריבן:איך האב נאכנישט צייט געהאט נאכצוקוקען, אבער דאס אז איין גדול שרייבט נעגאטיוו.
קוק יא נאך וועגען וואס פאר א נושא ער רעדט.
ועמך כולם צדיקים
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

ער האט געמעגט מחולק זיין טאקע, אבער אז מרן הקדוש מסאטמאר האט געזאגט אז ער איז געווען אן איש צדיק, איז עס גענוג קראנט פאר מיר, און איך דארף נישט נאכקוקען אינעם אדר"ת בעפאר איך פארהייליג אים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איך האב נאכנישט צייט געהאט נאכצוקוקען, אבער דאס אז איין גדול שרייבט נעגאטיוו.
קוק יא נאך וועגען וואס פאר א נושא ער רעדט.


א פונקטליכע מראה מקום וואלט זיכער בייהילפיג געווען.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

ביקסאד האט געשריבן:
יאסל האט געשריבן:קודם כל האבן מיר דער עדות פון מרן הקדוש מסאטמאר זי"ע.
ר' יאסל, יאך מיין אז איר וועט מסכים זיין אז דער אדר"ת האט געמעגט מחולק זיין מיט מרן הקדוש מסאטמאר, ווען דער אדר"ת איז נפטר געווארן ווייס יאך נישט צו ער איז שוין געווען רב אין ארשיווע.

איך האב קיין מושג וואס דער אדר"ת שרייבט אויף אים וועסט מוזן געבען א מראה מקום
אין דאס וואס די טענה'סט אז דער אדרת איז געווען בדורו(אגב דער רבי איז שוין יא געווען רב דאן אין ארשיווע ער איז איז דאכט זיך אוועק תרע"ד) האט אבער דער רבי'נס עדות אסאך א גרעסערע וואגיקייט זייענדיג דא אין אמעריק איז ציזענדיג דער מצב וואס א שוועריקייטען ער איז דארעך,
אין חוץ מזה האט ער געהאט גרויסע שונאים ווי כהאב געשריבן וואס האבען אים באשמוצט אין פארקויפט שקרים פאר יעדעם וואס האט נאר געוואלט ציהערען.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יאסל האט געשריבן:איך האב קיין מושג וואס דער אדר"ת שרייבט אויף אים וועסט מוזן געבען א מראה מקום
אין דאס וואס די טענה'סט אז דער אדרת איז געווען בדורו(אגב דער רבי איז שוין יא געווען רב דאן אין ארשיווע ער איז איז דאכט זיך אוועק תרע"ד) האט אבער דער רבי'נס עדות אסאך א גרעסערע וואגיקייט זייענדיג דא אין אמעריק איז ציזענדיג דער מצב וואס א שוועריקייטען ער איז דארעך,
אין חוץ מזה האט ער געהאט גרויסע שונאים ווי כהאב געשריבן וואס האבען אים באשמוצט אין פארקויפט שקרים פאר יעדעם וואס האט נאר געוואלט ציהערען.
א) דער אדר"ת האט אים געקענט פון ליטא, סאטמאר רב מפי השמועה.
ב) ר' שמואל סאלאנט איז אוועק תרס"ט דער אדר"ת פאר דעם.
ועמך כולם צדיקים
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

דער רב הכולל איז געווען איינער פון די גרויסע גדולים אין די לעצטע תקופה וואס האט געקעמפט פאר אידישקייט מיט מסירת נפש ממש, ער איז קראנק געווארן און געשטארבען פון די רדיפות וואס ער האט געליטן וועגן אידישקייט, א רב וואס איז כל ימיו געזעצן על התורה ועל העבודה.

איר האלט אין איין רעדן פון א תשובה פונעם אדר"ת אן קיין מראה מקום, און אפילו אויב די וועסט יא ברענגען ברענג איך דיר פיל מיט תשובות פון גדולי עולם ווי בריסקער רב און נאך וואס נעמען זיך שטארק אהן פאר אים אין זיין מלחמה פאר אידישקייט אין אמעריקע און זיי שרייבן גאר שטארק וועגן אים (עיין ביכל דער רב הכולל אין זיין תקופה מאת ר' יונה לאנדא) און מען האט דיר שוין וויפיל מאל געזאגט אז עס איז געווען רבנים דא אין אמעריקע וואס האבן אים נישט פארגינען וכדומה און זיי האבן אים פרובירט מבאיש ריח צו זיין ביי די אייראפעיאישע גדולים און אלע האבן זיך שטארק אנגענומען פאר אים און עס קען זיין אז ברית כרותה לשפתיים שתתקבל האט דער אדר"ת יא אנגענומען זייערע ווערטער
און וואס די פרעגסט ווער זענען געווען די גדולים וואס זענען געווען קעגן אים, קוק אריין אין די אויבנדערמאנטע ביכל און די וועסט שוין נישט האבן די קשיא און בכלל וועסטו דארט זעהן קעגן וועם די רעדסט דא.
דארט קומט ער נישט מיט א תשובה אהן קיין מקור אזוי ווי דיר דארט איז אלעס מיט דאקומענטן און בריוון עיין שם
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שו"ת מענה אליהו סימן קכ"ג [געדריקט שנת תשס"ג] די לעצטע צוויי פארעגרעפס פונעם תשובה

הרב ביקסאד,
דער אדר"ת האט טאקע אזוי געשריבען, אבער כבודו במקומו מונח, די וועלט האט אנדערשט
געקוקט אויפען רב הכולל, און אוויא מיללער שרייבט, איין נעגעטיוו אקעגען....

און אינז וועלען מיר איהם יא פארהייליגען....
the SCY is the limit
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

צייטליך האט געשריבן:זייער אינהאלטסרייך. יישר כח פאר אלע שרייבער'ס, ס'איז א פארגעניגן צו ליינען.

אגב, איינער ווייסט וויאזוי ר' יונה לאנדא'ס בוך הייסט?

דער רב הכולל און זיין תקופה
צוויי בענדער געשריבען און אידיש
the SCY is the limit
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”