מעדזשאר אדער מיינאר?, אדער עפעס אנדערש?.

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

מעדזשאר אדער מיינאר?, אדער עפעס אנדערש?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

היות לעצטענ'ס איז געווען א אינטערוויא אויף ק"מ מסביר צו זיין די חילוקים צווישען מעדזשער און מיינאר און אנדערע סטייל'ס, האב איך געטראכט צו עפענען אן אשכול ווי מ'וועט קענען פרעגן אויף יעדע ניגון וואס פאר א ניגון דאס איז, און אזוי טראכטעדיג עפן איך יעצט אויף דעם אשכול ווי כל הרוצה לידע יבא וישאול און איך האף אז די יודעי דבר פון צווישען אונז וועלן אזוי גוט זיין און משיב זיין פאר די וואס ווייסן נישט,

איך טראכט אז ס'וועט אפילו נישט אויספעלן צו פרעגן ממש אלע ניגונים וואס איז פארהאן, נאר נאך א געוויסע צאל ניגונים וועט שוין דער עולם אליינס כאפן דעם חילוק בבחינת תן לחכם ויחכם עוד, ובשם ה' נעשה ונצליח.

וזה החלי בעזר צורי:

1. די סאטמארע 6'טע הקפה ניגון, מעדזשער אדער מיינאר?

2. סקווירא מצוה טאנץ, מיינאר אדער מעדזשער?

3. וויזניץ מצוה טאנץ, כנ"ל ?

4. ישיש עליך מר' בנציון שענקר, מה זה?

5. אהללה סקולען, זה מעדזשער או מיינאר?

6. וגם אהללה של בוקסבום סקווער, מה זה?

אקעי קודם דאס פאר די התחלה, ביטע אויב ווייסט איר וואס די ענטפער איז, אל תמנע טוב טוט א געפעליגקייט און ענטפער , מיר וועלן אייך דאנקבאר זיין.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

1. מיינאר (די הויעכע פאל ווערט אביסל פארדרייט)

2. מעידזשאר

4. א געמיש מיינאר מיט fregige

5.6. מיינאר

כנלע''ד
גראמער
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

זענט איר זיכער אז די סקווירא מצוה טאנץ ניגון איז א מעידזער? דאכט זיך מיר אז עס איז א מיינאר.
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

די סאטמארע זעקסטע הקפה ניגון איז נישט קיין מעידשאר און נישט קיין מיינער סאיז א ''פרעיגעש''
לשוני עט סופר מהיר
צינגעלע
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 2:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צינגעלע »

ישיש איז די ערשטע פאל א פרעיגעש די צווייטע פאל א מיינער
אהללה סקולען איז דאך פשוט א מיינער
לשוני עט סופר מהיר
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

וועלכע נומער איז יענער אינטערוויו אויף ק"מ?
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

ווי אויף קולמע קענעך הערן די אינטערוויא ?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

כשרונות אפטיילונג
מעין מעניו 4
1 פאר אינטערוויא'ס
דריקט עטליכע מאל # אנצוקומען דערצו
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

צינגעלע האט געשריבן:ישיש איז די ערשטע פאל א פרעיגעש די צווייטע פאל א מיינער

די גאנצע ניגון איז א פרעיגעש
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ישיש עליך איז א מיינאר, אבער נישט די געהעריגע מיינאר נאר א הארמאניק מיינאר, סאיז דא דריי סארטן מיינארס 1) נעטשרול מיינאר וואס דאס איז די באקאנטע מיינאר 2) מעלאדיק מיינאר און 3) הארמאניק מיינאר, רוב אידישע מיינאר ניגונים (בעיקר אלטע) זענען נישט אויף די געהעריגע מיינאר נאר אויף די הארמאניק מיינאר

הארמאניק מיינאר און פרעיגיש זענען רעלעטיוו סקעילס, למשל א דשי הארמאניק מיינאר איז די זעלבע ווי א די פרעיגיש
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

די סאטמארע זעקסטע הקפה ניגון איז די ערשטע צוויי פעלער א מיינאר, ביי די הויכע פאל טוישט זיך די סקעיל, די סקעיל האט נישט קיין אפיציעלע נאמען וויבאלד אין אלגעמיין איז די סקעיל נישט פאפולער בכלל, ביי אידישע מוזיק און ווי אויך ביי נאך פארשידענע עטנישע סטיילס מוזיק איז עס יא זייער פאפולער, די אידישע שפילערס פון אייראפע פלעגן רופן די סקעיל "מי שברך" זעהט אויס אז די נוסח פון מי שברך איז געגאנגען אויף די סקעיל, די מי שברך סקעיל איז אויך רעלעטיוו צו פרעיגיש און הארמאניק מיינאר, למשל א די פרעיגיש - דשי הארמאניק מיינאר איז די זעלבע ווי א סי מי שברך

מי שברך סקעיל אויף וויקיפעדיע
https://en.wikipedia.org/wiki/Ukrainian ... prov=sfla1
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
קליינע טוטער
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 11, 2016 9:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינע טוטער »

יישר כח 'למדן וצדיק' מיט דעם פארשטיי איך די זעלבע ביי דער שנעלער פאל פון ניגון חב"ד - "האפקאזאק". ריכטיג?
זאג נישט ניין - דו ווייסט 'גוט' וואס איך מיין
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

יאפ
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

קליינע טוטער האט געשריבן:יישר כח 'למדן וצדיק' מיט דעם פארשטיי איך די זעלבע ביי דער שנעלער פאל פון ניגון חב"ד - "האפקאזאק". ריכטיג?

און אויך די ניגון "זיצט א אידל" פון לחיים ברודער.
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
בן מהללאל
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2015 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן מהללאל »

ווי עס שיינט, איז למדן וצדיק טאקע א ריזן למדן אין די מוזיקאלישע סקעילס, און א ריזן צדיק אין מזכה זיין די עולם מיט ניצבארע אינפאו.

בעט איך אים בתחנונים, ער זאל אונז מהנה זיין מיט א שיעור איבער די "אידישע" סקעילס (שטייגערס), די "מגן אבות" "אהבה רבה" און די אנדערע. נאך אלעס זענען מיר דאך אידן, און די סקעילס שטאמען דאך פונעם מהרי"ל, ווי באקאנט.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

מגן אבות איז מיינאר, אהבה רבה איז פרעיגיש (אגב דאס ווארט פרעיגיש אליין איז אויך א אידישע ווארט), נאך א באקאנטע אידישע סקעיל איז ה' מלך דאס איז די זעלבע ווי מעידשאר נאר די זיבעטע נאוט פון די סקעיל איז מיט א האלבע אראפ, (אין סי מעידשאר אנשטאט א בי וועט עס זיין א בי פלעט) אין אלגעמיין איז די סקעיל באקאנט אלס מיקסאלידיאן, ונהפוך איז אויף די סקעיל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

למדן וצדיק האט געשריבן:מעלאדיק מיינאר

וואס איז דאס?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:וואס איז דאס?

א סקעיל. אין A מיינאר איז עס #A, B, C, D, E, F#, G.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

למדן וצדיק האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:וואס איז דאס?

א סקעיל. אין A מיינאר איז עס #A, B, C, D, E, F#, G.

די זעלבע ווי הארמאניק נאר די F איז אויך שארפּ. ריכטיג?
וועלכע היימישע ניגון למשל גייט אויף דעם סקעיל?
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: מעדזשאר אדער מיינאר?, אדער עפעס אנדערש?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ריכטיג. איך קען נישט קיין איין היימישן ניגון אויף דעם סקעיל.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:וואס איז דאס?

א סקעיל. אין A מיינאר איז עס #A, B, C, D, E, F#, G.

די זעלבע ווי הארמאניק נאר די F איז אויך שארפּ. ריכטיג?
וועלכע היימישע ניגון למשל גייט אויף דעם סקעיל?

כינור האט אמאל געשריבן אז די 'תורה' ניגון פון ר' יו"ט עהרליך איז אין דעם סקעיל.
איינער קען עס אהערברענגען?
אוועטאר
ספרעי
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:58 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרעי »

ציגאנער האט געשריבן:

די "מלאך מיט די תורה" ניגון?

קוקט אויס ווי א געהעריגע הארמאניק מיינאר אויבנאויף. איין פלאץ האב איך געטראפן ווי מ'קען אריינשטופן א שארפ F אינעם ניגון, ווייסעך נישט אויב ער האט דאס געמיינט
אוועטאר
ציגאנער
שר האלפיים
תגובות: 2929
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2020 2:53 pm

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ציגאנער »

ספרעי האט געשריבן:די "מלאך מיט די תורה" ניגון?

קוקט אויס ווי א געהעריגע הארמאניק מיינאר אויבנאויף. איין פלאץ האב איך געטראפן ווי מ'קען אריינשטופן א שארפ F אינעם ניגון, ווייסעך נישט אויב ער האט דאס געמיינט

כ'קען זיך אויף די מינוט נישט דערמאנען דעם ניגון.

-
סתם פאר אינטערסאנטקייט, איינער ווייסט פון א אידישע ניגון וואס איז נישט מיינאר, מעידשאר, פרעיגיש, ראמעיניען, הארמאניק מיינאר, פרידשיען, אדער מיקסאלידיען?
אוועטאר
ספרעי
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 10:58 am

Re: מעדזשאר אדער מיינאר?, אדער עפעס אנדערש?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרעי »

אויב האט כינור דאס געמיינט (שטייטע געמאכט ביי די שארפ F):
מעלאדיק מיינאר:
https://www.noteflight.com/scores/view/ ... dfd13612c9
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: מעדזשאר אדער מיינאר?, אדער עפעס אנדערש?.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן וצדיק »

ספרעי האט געשריבן:אויב האט כינור דאס געמיינט (שטייטע געמאכט ביי די שארפ F):
מעלאדיק מיינאר:
https://www.noteflight.com/scores/view/ ... dfd13612c9

אה ריכטיג. יעצט כאפ איך אז אויך יאסעלע ראזענבלאט'ס שיר המעלות ענדיגט זיך לכאורה אויף מעלאדיק מיינאר.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנגינה און כלי שיר”