ר' שלום - דער גראסערי קעשיר.

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

ר' שלום - דער גראסערי קעשיר.

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג ינואר 22, 2017 4:17 pm

ר' שלום האט שוין צום וויפילטן מאל אומערפאלגרייך דערנענטערט די אפגעקילטע קאווע צו זיינע טרוקענע פרי-מארגן לעפצן. אבער די פלייץ פון קאסטומער לאזן אים נישט צורוה. ער אלס פלינקער קעשיר ביים עקספרעס-ליניע אינעם שפייז-קראם באדינט פלייסיג די איינקויפער וועלכע קומען אים אפגעבן דעם פארדינטן מאס אנערקענונג מיטן רעכענען די גראסערי ארטיקלען דייקא אויף זיין זייגער.

די באשערטע ארבייט איז נישט קיין גרינגע, ספעציעל אז דאס גאנצע מינימאלע פארדינסט ווערט גלייך פאר'טאכלעווע'ט אויף די נויטיגע הוצאות נאך בעפארן אראפלעקן א ביינדל. די ארבייט וועלכע הייבט זיך אן גאנץ פרי און ענדיגט זיך אין די נאכט אריין, שעפט אויס פיזיש און גייסטיש. יעדן טאג קען ער אפשרייבן א באזונדערן טאג-בוך פון די איבערלעבענישן איבער טיפישע געשעפט אפיליאירטע עפיזאדן, פרייליכע ווי יענטיש'ע.

נאך אלעם איז זיין ארבייט צו זיין א פראפעסיאנאלער אקטיאר. ער מוז שטיין אין א ב' על ג' אין א גלייכע - אבער עטוואס געבויגענע - פאזיציע פאר שעות ארוכות, אנטבלויזט אין א פאבליק ענווייראנמענט אנע פרייוועסי מיט קנאפע מעגליכקייט פאר פערזענליכע געברויכן. ער דארף סקענען און אריינלייגן די אייטעמס אין די פארקלעבטע באגאדזשן בנשימה אחת, האלטן קאפ אז די חשבונות זאלן גענוי שטימען, שטרענג נאכפאלגן די לעגאלע רעגולאציעס, זיך אויסקומען מיט די ביליגע ערלים, קענען אויסהאלטן די גייסטיגע דרוק פון א לאנגע ליניע הונגעריגע איינקויפער וועלכע שטייען מיט די פרישטאגס אין האנט בשעת די קרעדיט קארד ווערט דיקליינט, און נאך אלץ באווייזן ארויפצוציען א העפליך שמייכל אויפן געזיכט ביים באגריסן יעדן נודניק אין סיי וועלכע קאמישע סיטואציע.

די גוטמוטיגע אטמאספערע מוז זיך אבער צייטנווייז אפטון פון זיין פנים. צו איז דאס ווען ער ברויך אפזאגן די מיידעלע וועלכע די מאמע האט געשיקט צוריקגעבן די זאק שוקלאדן וועלכע איז נישט אויסגעגאנגען ביים פאריעריגן משלוח מנות, אדער ווען די עטוואס זויערע פלעשל מילך ווערט האסטיג צוגעפירט צו זיינע אפיים, וואס דאן מוז אונזער ר' שלום ווערן א גאנצער פוסק על דעת עצמו, צו קענען געשווינד באשיידן מיטן חוש הריח קאמבינירט מיטן 5'טן שו"ע וויאזוי צו אורטיילן, אן דארפן ריזיקירן פון מוזן צוריקדרייען זיין באשלוס.

ער דינט אלס אויך אלס אומאפיצילער מורה הוראה פון געשעפט, ווייסנדיג דער גענויעם פראצעדור ווי צו באהאנדלען די מילביגע בונדלעך, דער דין איבער סאלאמי-פיש שנתעלם חותם בתוך חותם, און וועלכע פון די אומבאקאנטע הכשרים האבן עטוואס נאמנות.

ווער רעדט נאך פון די עמאציאנאלע געשיכטעס קונצליך מענאוורירט דורך די חשוב'ע ארגאנעזאציעס, פון פעלער ווי די איינקויפער מיטן קליין קינד אין וויגל קומט רעכענען דאס ברויט און מילך און מ'קען מער נישט אויפשרייבן, דאן מוז ר' שלום ווערן א גענצליך הארצלאזער פערזאן צום באפעל. "אנטשולדיגט, מ'קען מער נישט אויפשרייבן". דער זעלבער ר' שלום ברויך ווייטער בלייבן גלייכגילטיג מיטן בלייכן געזיכט, ווען נאך א וויילע שתדלנות ביים אפיס גייט די זעלבע קאסטומער ארויס מיטן זעקל אין האנט אין זיגרייכן מינע, ווי צו זאגן "איר זעט, נעקסטיים זייט נישט אזוי שלעכט, מיט א ביסל אידיש הארץ און געפיל לאזט מען אויפשרייבן די פאר לעבנס-געברויכן"...

גלייצייטיג דינט ער אלס שמייס-מיטל פארן בעה"ב מיט וועם ער האט עפעס אן אומאפיציעלער אפמאך אז ווען עפעס א מיטל-יעריגער פעטער קאסטומער מיטן קורצן רעקל דרייט מיט די נאז על לא דבר, ווערט די גאנצע בלעים גלייך געריכטעט צו ר' שלום. ער דינט אלס דער אינטערלאגע, אין פאל דער באלעבאס שפירט זיך גע'קארנער'ט פון עפעס א קוטשמע פאר וועמען מען ברויך געפעלן דאן ווערט געצייגט בפני עם ועדה, אז ס'הערשט אין געשעפט א זערא טאלארענץ פאליסי!!...ענד די אישו איס טעיקינג קעיר אוו!!...

און ער איז נישט בלויז דער קאשיר. ער איז דער לאקאלער פובליק פיגור. ער דינט אלס אומאפיציעלע אינפארמאציע קוואל פון אומזינסטיגע קאסטומער סערוויס פאר אלע שיכטן אריינוואדירער. "שאלעם, ווילאנג ביסטע נאך אפן?" "ווי ליגט די נייע באטערפליי פיטא דייעט טשיפס??" און "אינגערמאן!!,די פרייז וואס איר האט מיך גערעכנט איז טייערער פון דאס וואס שטייט ביים שעלף!!" (כ'מיין, אפילו די 20 צענט פארגינסטו אים נישט??...) "וויאזוי טעיסט די נייע קאמפאני מילך??" "דו פאקויפס ניש פעצופאל נעגל-וואסער שיסלען?" "אוואו דאוונט מען יעצט מנחה??"

שוין אפגערעדט ווען ר' שלום קומט און ביהמ"ד אדער ביי א שמחה ווערט ער דער אויטאמאטישע גוטזאגער פונעם געשעפט, מוזנדיג נעמען פאראנטווארטליכקייט אויף יעדע עוולה, פרייז אדער טענה, זיין דער גאנצער בקי אויף יעדן נייעם פראדוקט, און פארשטיין גיבן יעדע פרט פון די עסן אינדוסטריע ביאלאגיע. ער איז דאך דער מאן וועלכער טוט סימבלאזירן און רעפרעזענטירן די דאזיגע גראסערי פאר אירע פאטענציאלע פרנסה געבער, די קאסטומער, ווי ער גייט און שטייט.

ר' שלום האט אבער נישט קיין טענות אויף קיינעם, ער נעמט אלעס אן ווי א חלק פון זיין באשערטע ארבטייל וואס איז אים אנגעשריבן, און דאנקט דעם אייבירשטן אויף די חיונה דורך וועלכע ער קען לייגן ברויט אויפן טיש. עס איז מרגלי בפיו, 'איך טו מיין פליכט, און פרנסה שטעלט דער אייבירשטער צו'.

***********

כהנה וכהנה זענען פאראן מערערע היימישע בלויע-קאללער סערוויס-סעקטאר אינדוסטריע ארבייטארער. לאוו דווקא געשעפט קעשיער, נאר אויכעט ריטעיל-ארבייטער, קאר-סערוויס, מעסענדזשער, באס דרייווער, וכדו'. זייט וויסן אז אונטער דעם איידעלן פשוטן פערזאן ביים קאונטער איז פארשטעקט א אידיש הארץ, וועלכער ארבעט נישט פאר זיך קיין כי הוא זה. ער ארבייט 10 שעה א טאג רצופות לשם שמים. צו באצאלן זיין דירה-רענט וועלכע באטרעפט 2 וואכן וועידזשעס, מינימאלע שטוב הוצאות, און שכר לימוד פאר זיינע קינדערליך וועלכע קוקן ארויס אויף די פרייליכע מינוט וואס טאטי וועט אהיימקומען פון די "דזשאב".

קומענדיגע מאל ווען איר שטויסט זיך אן אין אזא איינעם, שעצט אים. קוקט אים ארויף. ער האט א צענטראלע חלק פונעם צוקונפט פון כלל ישראל. זייט וויסן אז ער איז אויך א בשר ודם, ער מעג מאכן טעותים. ער קען אויך האבן זיינע זמנים און שוועריקייטן, אבער שטרענגט ער זיך אן ערליך אויסצופירן זיין פליכט אייניג אין אלערליי אומשטענדן.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג ינואר 22, 2017 4:24 pm

ס'מוז זיין אז איר זענט אויך א טייל פון די היימישע בלויע-קאללער סערוויס-סעקטאר אינדוסטריע ארבייטארער, ווייל אז נישט וואלט איר עס ניש געקענט אזוי גוט דעסקרייבן, און יא ווי לאנג מ'שטייט נישט אמאל אליין אויף די אנדערע זייט קאנטער קען מען עס נישט פארשטיין,

ייש"כ פארן אזוי גוט ארויסברענגען


(און פאר ווער ס'איז שטארק נייגעריג, יא איך בין אויך א טייל פון די)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1344
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » זונטאג ינואר 22, 2017 4:46 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
ייש"כ פארן אזוי גוט ארויסברענגען

אז יענער קען קענסטו אויך

חאכאם
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 10, 2016 11:33 pm

תגובהדורך חאכאם » זונטאג ינואר 22, 2017 4:52 pm

פרוביר אויך האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:
ייש"כ פארן אזוי גוט ארויסברענגען


יא אלץ איינער אינעם בלויען אינדעסטרי קען איך צושאקלען אויף יעדן ווארט
און נאכאמאל:
ייש"כ פארן אזוי גוט ארויסברענגען!!! ויהי רצון שיהיו לרצון....
אויב ביזטו מיט גלאז ארומגענומען, זאלסטו קיין שטיינער ארויסווארפן, ווייל מהעט דיר צוריקשליידערן, און דו וועסט צובראכן ווערן........

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 12772
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג ינואר 22, 2017 4:54 pm

גאר גוט געשריבן, מיר האבן געוואוסט צו ערווארטן עפעס זאפטיגס זעהנדיג ר' יום טוב'ן ביים טיר.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג ינואר 22, 2017 6:10 pm

גאר גוט און אמת מיט אייער זאפטיגע שפראך

יישר כח!
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » זונטאג ינואר 22, 2017 6:37 pm

לכאורה האט געשריבן:גאר גוט געשריבן, מיר האבן געוואוסט צו ערווארטן עפעס זאפטיגס זעהנדיג ר' יום טוב'ן ביים טיר.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6846
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג ינואר 22, 2017 6:39 pm

חוץ די זאפטיגע שפראך לייגסטו גאר גוט אראפ דיטעילס וואס נישט יעדער כאפט אויף, דו האסט א פיינע פעדער, און מיר האבן הנאה געהאט.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג ינואר 22, 2017 8:11 pm

זייער גוט
אין וואשינגטאן דארף מען האבן איינעם מיט שלעכטע מידות צו אנהאקן די קעפ פון די פוילע פאליטישענס, און מאכן אז זיי זאלן זיך נעמען ארבעטן, און געט טינגס דאן - קרעדיט פאראינטערסירט

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2927
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » זונטאג ינואר 22, 2017 8:49 pm

אוי זאגט איר גוט ר' יום טוב

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2213
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג ינואר 22, 2017 9:20 pm

שטארק אין אמת די שענסטע זאך יעדע שטיק צייט אריין צו ווארפן א טיפ

האמערנאגל
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 2:03 pm

תגובהדורך האמערנאגל » מאנטאג ינואר 23, 2017 10:43 am

הערליך

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » מאנטאג ינואר 23, 2017 1:20 pm

געוואלדיג אראפגעלייגט, א שריפט ערשטקלאסיג.
ייש״כ

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1536
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מאנטאג ינואר 23, 2017 4:09 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:חוץ די זאפטיגע שפראך לייגסטו גאר גוט אראפ דיטעילס וואס נישט יעדער כאפט אויף, דו האסט א פיינע פעדער, און מיר האבן הנאה געהאט.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

האמערנאגל
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 2:03 pm

תגובהדורך האמערנאגל » מאנטאג ינואר 23, 2017 4:10 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:ר' שלום האט שוין צום וויפילטן מאל אומערפאלגרייך דערנענטערט די אפגעקילטע קאווע צו זיינע טרוקענע פרי-מארגן לעפצן.

געווענליך אז עס ווערט ענדליך אביסל שטיל, און עס געלונגט שוין אויסצוטרינקען די קאפי, גענוי דאן שפאנצירט דער באס אריין...

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך ינואר 25, 2017 12:10 pm

AMAZING ס'איז געקומען טרערן אויך......
נו ווער איז זיך מתנדב צו מאכן א PDF אזוי קען מען האלטן א copy פון דעם אין טאש און זעהן אין א שווערע מינוט אז איינער פארשטייט דיר ועמו אנכי בצרה

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: בעקבתא דמשיחא

תגובהדורך בערל קראקאווער » זונטאג ינואר 29, 2017 11:26 am

יישר כח ר' יום טוב פארן אויפמערקזאם מאכן אזא וויכטיגע זאך.
יא ר' יום טוב האט זיך איינגעקויפט א נאמען פון א גוטן פעדער אין די האנט, און דער עיקר מיט אינהאלטסרייכער תוכן.
האלט ווייטער אן.
ראש הקהל
הויפט געווינער - שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
בקראקא אין אומרים ׳תתננו׳ ובאונגארן אין אומרים ׳הבינינו׳


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Goodmorning, Mister, פארפלאנטערט און 4 געסט