בודזשעט: וויאזוי קומט איר אויס?

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

מטעמים האט געשריבן:קיינער שרייבט נישט דא וויאזוי ״ער אליינס״ קומט זיך אויס יעדער שרייבט נאר אין זשענעראל.

מען דארף טוישען דעם קעפל.

קענסט נישט די מעשה? איינער האט געוואלט גיין צום ראפשעצער רב ער דארף א תיקון תשובה אויף דעסם און יענץ, אבער ער האט זיך געשעמט צו זאגן אז ער האט געזונדיגט האט ער געזאגט אז זיין חבר האט אים געשיקט ווייל זיין חבר האט געזונדיגט נאר זיין חבר שעמט זיך אליינס צו קומען האט ער אים געשיקט,
ראפשעצער רב האט גראד געכאפט וואס גייט פאר האט ער אים געפרעגט פארוואס דארף ער דיר שיקען זאל ער אליין קומען און ער זאל זאגן אז זיין חבר האט אים געשיקט?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9180
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אט אזוי האט געשריבן:נו לאמיר הערן פון דיר...

איך האב געטראכט אז יעדער האט א תירוץ פארוואס ביי אים איז נישט אזוי שווער די מצב.

סאדאם ;l;p-
האב שכל און גיב א שמייכעל!
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

חדשות האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:הקיצור, מען דארף געדענקן געלט נעמט מען נישט מיט אין קבר, אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב אלא מצות ומעש"ט בלבד
די איינציגסטע געלט וואס מען נעמט מיט אין קבר, איז געלט וואס מען בארגט אוועק און מען זעהט עס נישט צוריק...


דאס דארף דער מלוה געדענקען.

און דער לוה דארף דענקען אז שיינעם שבת באווארפען נעמט מען נישט מיט אין קבר. אבער אן אומבאצאלטע הלוואה נעמט מען מען יא מיט אין קבר, און עס איז נישט קיין באטעמטער פעקל.

@זבחי צדק מיט @ראספעשע, זייט מוחל עטץ זעט אויס צו זיין זייער בייעסד לטובת דעם לוה און אנטקעגן דעם מלוה און איך בין נישטא זיך צו טענהן מיט מענטשען וואס זענען בלינד פאר איין זייט.

זייט וויסען אז א עס איז דא א שולחן ערוך פאר לווים אויך. זייטץ געזונט.



איך בין נישט 'אנטקעגן' דעם מלוה, ווילסט נישט בארגן, בארג נישט מוחל טובות
אבער גיב נישט קיין עצות פאר 'יענעם' נישט צו פארבארגן, ווייל ליידער זענען דא אידן וועלכע דארפן צו דעם צוקומען

דאס איז איך בין 'בייעסד לטובת דעם לוה', פאשטייסטו אליינס פארוואס
איר זענט זעהט אויס ברוך השם, דאנק גאט, אויף די אנדערע זייט,
לויב און טאנץ פאר דעם און זיי פרייליך, און באשולדיג נישט גאנץ כלל ישראל
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

עקזעקטלי
איינער וועלכער אפגעמאכט אזוי איז עס און קען גאר נישט זיין אנדערש
באשולדיגט איינמאל און נאכאמאל, אלע לווים אלס באטריגער און לוה רשע'ניקע'ס, וועלכע בארגן געלט סתם פאר לוקסריעזע שבת באווארפן'ס......
און ער פארשטייט ניטאמאל פארוואס מען איז אזוי בייעסד....
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

יעצט לאמיר רעדן אביסל פונעם ענין בנוגע קרעדיט קארדס.

די פיסכאלאגיע פון קרעדיט קארדס איז 'קאנוועניענס'.עס פון נאטור אויס אויסגעשטעלט מיטן ציל צו פארגרינגערן דאס ספענדן. די איידיע איז נישט בלויז צו קענען איינקויפן ווען מ'האט נישט קיין געלט אין באנק, נאר אפילו ווען מ'האט יא, שפירט מען כמעט נישט אז מ'גיט עפעס אויס.

בשנים קדמוניות אז איינער האט פונקט נישט געהאט געלט אין באנק האט מען נישט געקויפט. (אדער האט מען אויפגעשריבן/געבארגט, וואס איז אויך נישט געווען אזוי פשוט יענסצייט) און אפילו מען האט יא געהאט געלט, איז נישט געגאנגען אזוי פשוט ווי א סווייפ. יעדן איינקויף האט געמיינט ארויסנעמען א טשעקן ביכל, און צערעמאניאל אויפהאלטן די גראסערי ליין בבחינת "וויק", אדער ארויסשלעפן בידים קעש פון באנק א.ד.ג. און דאס איז איינע פון די הויפט סיבות פ"וו מען האט אמאל איינגעקויפט ווינציגער.

נאכפאלגן און מאניטארן קרעדיט קארד טשארדזשעס, און אויסשטעלן א בודזשעט איז אויך היבש קאמפליצירט, אויב מ'האט מערערע קארטלעך. יעדע חודש מאכט זיך איין אומאויטאריזיטע אדער אומוועלנדע טשארדזש. און לאוו דוקא פראוד. נאר פונקט האט דער געלט גייער מיטן מאשינדל געסווייפט א 50'ציגער ווען איר האט נאר געהאט אין פלאן צו געבן א 20'ער, אבער מיטן קארטל ביים יענעם גוטזאגער אין האנט האט איר שוין נישט געהאט דעם קוראזש זיך איינצוטענה'ן בפני עם ועדה... מוסדות און ארגענאזאציעס, פירמעס און געשעפטן, גלייכן זייער דעם קאנצעפט פון חודש'ליכע קרעדיט קארד פעימענטס. זיי כאפן דעם נדבן/פאטענציאלער קאסטומער אין א גוטמוטיגע מינוט פארן קרעדיט קארד נומער און פארטיג. עס האט א 85% ריטוירן אויפן גרינגן אופן, קעגן בלויז 50% ריטוירן ביי די נישט קרעדיט קארד נדבות אויף א שווערן אופן.

עס מאכט זיך אויך אסאך טעותים. איך האב אין א ערש"ק געהאט געקויפט א פלעשל אין א וויין שטיבל זייענדיג צוגאסט אין אן אנדער שטאט, ווען איך האב מיך א וואך שפעטער געכאפט אז מען האט געטשארדזש'ט $62 אנשטאט $26. ס'געווען אן עבודה דאס אויסצוגלייכן אן ברויכן דיספיוטען.

איר קענט שפענדן וויפיל עס שמעקט אייך ווען איר האט אין באזיס דאס פרייע געלט וואס איר האט קיינמאל געארבעט דערפאר.
אין איין ווארט: דיינע $5000 אויסגעהארעוועטע אפגעשפארט געלט וועסטו נישט פארשווענדן, בעת א $5000 פלאסטישן קרעדיט ליין - 18 חדשים זערא אינטערעסט - וועט פארן איינס צוויי... מודה?

די קרעדיט קארד פירמעס מאכן גרויסע פראפיטן טראץ וואס זיי גיבן די בענעפיטן ווי קעש-בעק, און טראץ וואס א געוויסע פראצענט דיפאלדן. דאס איז וויבאלד די אינקאם פון יערליכע אפצאלן, אינטרעסט, און לעיט פעימענט/אווערדרעפט פי'ס שטייגט איבער זייערע אינטענסיוון. אויך קויפן זיי אינשורענס אויף די אומבאצאלטע געלטער.

דאס אלעס מיינט נאכנישט אז מען מוז זיך מתנזר זין דערפון, נאר אזויפיל אז מען זאל האבן די אווערנעסס, און כל אחד יודע מרת נפשו ווי ווייט מען זאל זיך באנוצן דערמיט. נאר באשטימטע הוצאות וואס מען וואלט סייווי באצאלט. באצאלן דעם ביל יעדן חודש. נוצן קליינע פראצענט פונעם לימיט. האבן ווייניג קארטלעך.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

ראספשע האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:הקיצור, מען דארף געדענקן געלט נעמט מען נישט מיט אין קבר, אין מלוין לו לאדם לא כסף ולא זהב אלא מצות ומעש"ט בלבד
די איינציגסטע געלט וואס מען נעמט מיט אין קבר, איז געלט וואס מען בארגט אוועק און מען זעהט עס נישט צוריק...


דאס דארף דער מלוה געדענקען.

און דער לוה דארף דענקען אז שיינעם שבת באווארפען נעמט מען נישט מיט אין קבר. אבער אן אומבאצאלטע הלוואה נעמט מען מען יא מיט אין קבר, און עס איז נישט קיין באטעמטער פעקל.

@זבחי צדק מיט @ראספעשע, זייט מוחל עטץ זעט אויס צו זיין זייער בייעסד לטובת דעם לוה און אנטקעגן דעם מלוה און איך בין נישטא זיך צו טענהן מיט מענטשען וואס זענען בלינד פאר איין זייט.

זייט וויסען אז א עס איז דא א שולחן ערוך פאר לווים אויך. זייטץ געזונט.



איך בין נישט 'אנטקעגן' דעם מלוה, ווילסט נישט בארגן, בארג נישט מוחל טובות
אבער גיב נישט קיין עצות פאר 'יענעם' נישט צו פארבארגן, ווייל ליידער זענען דא אידן וועלכע דארפן צו דעם צוקומען

דאס איז איך בין 'בייעסד לטובת דעם לוה', פאשטייסטו אליינס פארוואס
איר זענט זעהט אויס ברוך השם, דאנק גאט, אויף די אנדערע זייט,
לויב און טאנץ פאר דעם און זיי פרייליך, און באשולדיג נישט גאנץ כלל ישראל

בארגען איז צומאל א גרעסערע מצוה ווי געבן, מיין ערשטע טריט אין ביזנעס איז נאר צושטאנד געקומען פין הלואה וואס א יוד האט מיך פאר א נערישער כולל יונגערמאן געבארגט, איך ווייס נישט עד היום פארוואס יענער איז עס געווען גרייט צוטון, א חלק פין די גרויסע חסדים וואס די אויבשטער העלפט בכל עת ורגע, דאס מיינט אז מיט דעי איינמאל בארגען שטעלט מען אמאל אוועק א מענטש אויף זיין גאנצע לעבן
נ.ב. איך האב באצאלט די הלואה אין צייט
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

מיט דעים וואס איר האלט אייער געלט אין גמ'ח טוט איר א גרויסע מצווה פון גמילות חסדים אן נעמען אליינס די ריזיקע
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

זבחי צדק האט געשריבן:עקזעקטלי
איינער וועלכער אפגעמאכט אזוי איז עס און קען גאר נישט זיין אנדערש
באשולדיגט איינמאל און נאכאמאל, אלע לווים אלס באטריגער און לוה רשע'ניקע'ס, וועלכע בארגן געלט סתם פאר לוקסריעזע שבת באווארפן'ס......
און ער פארשטייט ניטאמאל פארוואס מען איז אזוי בייעסד....

לא אמר כלום.

סך הכל זאג איך אז עס איז דא אביוזערס אויף ביידע זייטן. און פונקט ווי איר פארשטייט אז עס איז דא אידן וואס זענען ליידער עובר אויף אם כסף תלוה, מעגט איר פונקט אזוי פארשטיין אז עס איז דא אידן וואס זענען ליידער עובר אויף לוה רשע ולא ישלם.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

@פרידן,

א פראגע? גם אני מצטרף, איך האב שוין אויך ב"ה געבארגט און צוריק באצאלט, און ווער נישט.

א מפורשע גמרא, גדול המלוה יותר מן הנותן.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

חדשות האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:עקזעקטלי
איינער וועלכער אפגעמאכט אזוי איז עס און קען גאר נישט זיין אנדערש
באשולדיגט איינמאל און נאכאמאל, אלע לווים אלס באטריגער און לוה רשע'ניקע'ס, וועלכע בארגן געלט סתם פאר לוקסריעזע שבת באווארפן'ס......
און ער פארשטייט ניטאמאל פארוואס מען איז אזוי בייעסד....

לא אמר כלום.

סך הכל זאג איך אז עס איז דא אביוזערס אויף ביידע זייטן. און פונקט ווי איר פארשטייט אז עס איז דא אידן וואס זענען ליידער עובר אויף אם כסף תלוה, מעגט איר פונקט אזוי פארשטיין אז עס איז דא אידן וואס זענען ליידער עובר אויף לוה רשע ולא ישלם.

איך האב פארשטאנען פריער אויכעט און וואס איך האב געשריבן איז בנוגע בארגן פאר נארמאלע מענטשן נישט פאר קיין ציגאנערס
איר האט עפעס נישט פארשטאנען

דאס האב איך געשריבן פריער:
אז א נאנטער ברודער דיינער אדער שוואגער דארף אויף די מינוט געלט, ער מאכט חתונה, אדער ער קויפט א הויז, און דו האסט געלט ליגן, דארפסט עס נישט אין די נאנטע פיוטשער, און ער לייגט דיר פאר א נארמאלער פלאן פון וואו ער פלאנט צו באצאלן, און דו קענסט עם אלס א אנשטעדיגער בעל פרנסה, פארוואס זאלסטו זיין אזא שלעכטער??? [אפילו אלס נדבה וואלסט אים נישט געגעבן, אבער פארוואס עם ניש בארגן??
אין מיינע אויגן איז עס נישט קיין אידישע מדה, אולי איז עס א גוטע ביזנעס עצה אבער נישט קיין אידישע!!


יעצט מיין אדווייז פאר מלווים איז אזוי [כ'רעד ווען מען פארבארגט גרויס געלט, נישט קיין קליינע הלואה'לעך]:

    א) בארגן מיט עריבים לכתחילה [איך שרייב 'לכתחלה', ווייל ערבות איז היינט גאנץ שווער צו קריגן..., עס מאכט זייער שווער פאר א לוה, דעריבער אויב האט איר רחמנות אויף עם, אולי קען מען סקיפן דעם סעיף]
    ב) בארגן מיט א שטר
    ג) זיך נאכפרעגן ביים לווה, וואס איז זיין פלאן, ווי אזוי פלאנט ער צו קריגן דאס געלט צו באצאלן?
    ד) זיך נאכפרעגן ביים לווה, די געברויך פון די הלוואה
    ה) זיך נאפרעגן ביים לווה, צי איז דאס דיין ערשטע הלואה, אדער דו האסט שוין געבארגט פון אנדערע
    ו) זיך נאכפרעגן אויפן לוה, צי איז ער א בעל פרנסה, אדער אן אנזעצער און א שלימזל, עס שאדט נישט אויך זיך נאכפרעגן אויף עם פערזענליך צו איז ער א רעספאנזיבל מענטש וואס איז עומד בדיבורו, [בערך ווי מען פרעגט זיך נאך ביי א שידוך...]

די זעקס כללים ווערן געווענליך גענוצט ביי אלע גמ"ח'ן אלל אווער!!

נעה ודאי אז איינער פארבארגט זיין געלט אין די וועלט אריין, אן א שטר [ווי איינער פון די אנטי בארגער'ס האבן דא פריער געשריבן אז ער פלעגט פארבארגן אן א שטר], און אן קיין שום גאראנטי אדער דעקונג, פרעגט זיך נישט נאך אויפן לווה צו איז ער א מענטש אדער א הפקר-יונג, דער קען קיין טענות אויף קיינעם האבן, הניח מעותיו על קרן הצבי!!, זאל ער ענדערש יענעם געבן דאס געלט בתורת נדבה שלא על מנת להחזיר....
לעצט פארראכטן דורך זבחי צדק אום זונטאג יאנואר 15, 2017 5:24 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

זבחי צדק האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:עקזעקטלי
איינער וועלכער אפגעמאכט אזוי איז עס און קען גאר נישט זיין אנדערש
באשולדיגט איינמאל און נאכאמאל, אלע לווים אלס באטריגער און לוה רשע'ניקע'ס, וועלכע בארגן געלט סתם פאר לוקסריעזע שבת באווארפן'ס......
און ער פארשטייט ניטאמאל פארוואס מען איז אזוי בייעסד....

לא אמר כלום.

סך הכל זאג איך אז עס איז דא אביוזערס אויף ביידע זייטן. און פונקט ווי איר פארשטייט אז עס איז דא אידן וואס זענען ליידער עובר אויף אם כסף תלוה, מעגט איר פונקט אזוי פארשטיין אז עס איז דא אידן וואס זענען ליידער עובר אויף לוה רשע ולא ישלם.

איך האב פארשטאנען פריער אויכעט און וואס איך האב געשריבן איז בנוגע בארגן פאר נארמאלע מענטשן נישט פאר קיין ציגאנערס
איר האט עפעס נישט פארשטאנען


אפשר צייגסטו אן ווי איך האב געזאגט אז עס נישטא קיין נארמאלע לווים?? אבי געהאקט אין טשייניק.

עס הייבט שוין אן אויסזען YOU SAID HE SAID מערכה. איך זע נישט פונקטליך וואס מען דינגט זיך דא. (א חוץ אפשר ווי שכיח לוה ואינו משלם זענען, יעדער וואס פארבארגט וועט אייך זאגן אז עס איז ליידער היבש שכיח צוליב טעמים אויסגעשמועסט אויבן).
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

ערעב חדשות, איר זענט שוין פארטיג?
אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שלום זכר בונדל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום זכר »

למעשה:
כסף מנלן?
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?
ארטאדאקס
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 05, 2016 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארטאדאקס »

איך האב געהערט א טייטש פון הרב יעקב גאלינסקי פאריגע וואכאדיגע סדרה ויחי יעקב - יעקב האט געלעבט ווי אזוי האט מען טאקע געלעבט ? אויף דעם זאגט רש"י פרשה זו סתומה.....
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

רעדסט וועגן פרשה זו סתומה מיט די ליטאים, האט געזאגט אמאל א מגיד, ווי ווערט א מענטש אזוי מין שפל ווי דער בלעם, אז ירידה ווי נעמט זיך אזאנס, זאגט ער אז פרשת בלק האט נישט קיין פרשיות, דוק ותשכח, ומה הי' הפרשיות משמשין ליתן ריוח להתבונן, טא, אז מ'לעבט אנע התבוננות ....
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

א חלק פין פסח הוצאות
1350שבת קליידער
2050 וואכן קליידער
1050 שיך
450 דזשעקעטס
200 אנדערע קליידונג
250 הארדוואר סטאר
85 טעקסי פאר די ווייב
475 מצות
1000 גראסערי
450 פלייש
110 פיש
250 חוה''מ טריפ
100 חוה''מ קאר געז טאל טעקסי
150 אפיקומן
50 קהל קימחא דפיסחא
20 פארקויפן חמץ טיפ
75 קלינען די קאר
25 חלות פארברענען
50 זייפן צי קלינען9
300 פעפיר גודס
(18+5 יוזכור)
240 געקויפטע סאפיר אין פרישטיג ערב פסח טעג
45 קלינערס
25 מקווה יוד ארדער
1000 פארשידענע אנדערע הוצאות = 9800
לעצט פארראכטן דורך בבל אום מאנטאג יאנואר 16, 2017 10:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין בבל נוצט מען נישט קיין רוימערקעס?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

מיין רומיקע קימט די זעלבע שעות ווי א גאנץ יאר
60% הוצאות איז קליידונג וואס מען קויפט עניוועי פאר זימער. מען קויפט עס פאר פסח לכבוד יו''ט
עס איז מעיגליך דא נאך הוצאות די עולם קען צישרייבן
מיין חשבון איז פאר א משפחה פין 5 מיידליך
איך ווינטש פאר יעדעם א גרינגע ערב פסח מען זאל זיך קענען קאווערן מיט די אייגענע געלט כל מזונות של אדם קציבן חוץ מהוצות יו''ט ות''ת
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

מטעמים האט געשריבן:קיינער שרייבט נישט דא וויאזוי ״ער אליינס״ קומט זיך אויס יעדער שרייבט נאר אין זשענעראל.

מען דארף טוישען דעם קעפל.


במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש... וועל איך פראבירן אראפשרייבן ווי אזוי איך קום אויס מיט א משפחה מיט 9. איך ש אפשר וועלן אנדערע אויך שרייבן, און וועלן האבן עפעס נוצען.

איז אזוי, דאס לעבן קאסט מיר א יאר בערך 100-110 טויזענט, (אין דעם איז נישט אריינגערעכענט צדקה וואס מען טיילט.) איך מאך ב"ה עטוואס מער ווי דעם, ווענדטזעך ווי א יאר.

ווי דער עולם דא ווייסט שוין איז 110K א יאר בכלל נישט קיין סך, דאס לעבן קען רואיגערהייט קאסטן 150-200K אויב געבט מען נישט אכט, און 250-300K אויב וויל מען לעבן ברייטער (יא איר לייענט גוט).
מיינע קינדער זענען ב"ה מחונך אז זיי באקומען נישט יעדע זאך וואס זיי חלומען וואס איז אגב גאר א גוטע זאך פאר זיי אינעם לאנגען טערמין און זיי זענען מער צופרידן, אין קאנטרי בין איך נאך קיינמאל נישט גווען א גאנצע זומער, א קאר פארמאג איך נישט, אונז טאנץ מיר נישט נאך יעדן טאג די פרישע מאדע כצאן לטבח, א דירה האב איך אן אייגענע ב"ה, פראגראמען האב איך נישט, העלט אינשורענס קאסט מיר גאר ווייניג צוליב אבאמאקעיר סובסידיס, שמחות מאכט מען אויף א באשיידענעם שטייגער, און ב"ה מען לעבט רואיג.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב נישט פארבארגט מיט ערבים, נישט וועלנדיג מאכן שפירן מיינע ידידים און נאנטע כאילו איך טראסט זיי נישט. ס'איז אבער טאקע א ריכטיגע זאך צו טאן.

איך האב לעצטנס געבארגט געלט פון א נאנטער קרוב מיינער. ער האט מהאי טעמא נישט פארלאנגט קיין ערבים, איך - דער לוה - האב מיך אבער געבעטן פון אים יא צו נעמען, אין פאל איך האב נישט צו באצאלן ל"ע וויל איך דיר נישט שולדיג בלייבן א גאנץ לעבן, נעם אריין נאך איינעם אין בילד.......
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

איך האב געבארגט געלט:

פאר מיין גאר-גוטע פריינט
פאר מיין ברודער
פאר מיין שוואגער
פאר מיין פעטער

אלע פיר לוה׳ס, אלע, אלע, אלע, אלע
האבן אנגעזעצט. איינער מיט די גאנצע, איינער מיט האלב.

שווערע אלפים פארלוירן. מיט ערבים און גאראנטיעס. איך וויל זיך נישט צעקרגן נישט מיט מיין פעטער / ברודער / שוואגער / גוטכר חבר...


היינט בארג איך מער פאר קיינעם! (בל״נ, אבער גאר ערנסט)

ווער איז שולדיג?
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ווער איז שילדיג? די אלע דערמאנטער זענען דיר שולדיג.
אבער די קומענדיגע לוה איז דיר נאך גארנישט שולדיג, קענסטו (דארפסטו-להלכה) אים בארגן ראויגערהייט.
חכם ארזים
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 23, 2015 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ארזים »

נאטרוליסט האט געשריבן:איך האב געבארגט געלט:

פאר מיין גאר-גוטע פריינט
פאר מיין ברודער
פאר מיין שוואגער
פאר מיין פעטער

אלע פיר לוה׳ס, אלע, אלע, אלע, אלע
האבן אנגעזעצט. איינער מיט די גאנצע, איינער מיט האלב.

שווערע אלפים פארלוירן. מיט ערבים און גאראנטיעס. איך וויל זיך נישט צעקרגן נישט מיט מיין פעטער / ברודער / שוואגער / גוטכר חבר...


היינט בארג איך מער פאר קיינעם! (בל״נ, אבער גאר ערנסט)

ווער איז שולדיג?


איך האב געבארגט געלט:

פאר מיין קרוב
פאר מיין חבר
פאר נאך א חבר

איין לוה האט מיך שוין אינגאנצען באצאלט
די צווייטע לוה איז מיר אקעגן געקומען מיט די געלט פאר איך האב אים עס צוריקגעבעטן.
די דריטע האב איך נאך נישט צוריקגעבעטן אבער איז גרייט מיך צו געבן ווען איך וועל עס בעטן.

מאך עס נישט אויסקוקען אזוי שווארץ
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

מיין עקספיריענס איז ווי נאטרוליסט'ס.

איך האב נישט אויפגעהערט פארבארגן וועגן דעם, אבער כ'בין סאאאך פארזיכטיגער, און סאך קלענערע סכומים.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

חדשות האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:קיינער שרייבט נישט דא וויאזוי ״ער אליינס״ קומט זיך אויס יעדער שרייבט נאר אין זשענעראל.

מען דארף טוישען דעם קעפל.


במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש... וועל איך פראבירן אראפשרייבן ווי אזוי איך קום אויס מיט א משפחה מיט 9. איך ש אפשר וועלן אנדערע אויך שרייבן, און וועלן האבן עפעס נוצען.

איז אזוי, דאס לעבן קאסט מיר א יאר בערך 100-110 טויזענט, (אין דעם איז נישט אריינגערעכענט צדקה וואס מען טיילט.) איך מאך ב"ה עטוואס מער ווי דעם, ווענדטזעך ווי א יאר.

ווי דער עולם דא ווייסט שוין איז 110K א יאר בכלל נישט קיין סך, דאס לעבן קען רואיגערהייט קאסטן 150-200K אויב געבט מען נישט אכט, און 250-300K אויב וויל מען לעבן ברייטער (יא איר לייענט גוט).
מיינע קינדער זענען ב"ה מחונך אז זיי באקומען נישט יעדע זאך וואס זיי חלומען וואס איז אגב גאר א גוטע זאך פאר זיי אינעם לאנגען טערמין און זיי זענען מער צופרידן, אין קאנטרי בין איך נאך קיינמאל נישט גווען א גאנצע זומער, א קאר פארמאג איך נישט, אונז טאנץ מיר נישט נאך יעדן טאג די פרישע מאדע כצאן לטבח, א דירה האב איך אן אייגענע ב"ה, פראגראמען האב איך נישט, העלט אינשורענס קאסט מיר גאר ווייניג צוליב אבאמאקעיר סובסידיס, שמחות מאכט מען אויף א באשיידענעם שטייגער, און ב"ה מען לעבט רואיג.


דאנקט דעם אייבירשטען אז איר מאכט דעם סכום, אבער איר רעדט נישט פארן ציבור מיט דעם סכום קען מען לעבן רואיג (נישט אס מיין לעבן קאסט ווייניגער אבער ווי האסטו אנגעהויבען במקום שאין איש איז הערינג אויך פיש
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”