דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

תגובה דורך בעלבאטיש »

ניס קראכער האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:איך וועל איבערשרייבן נאכאמאל ווילן קען מען ווי לאנג די קענסטוך עס ערלויבן....

איך וויל אויך אסאך זאכן סאו וואט ????

לייג אוועק דיינע ווילן/געפילן.. אין נעם ארויס דיין שכל אין הייב עס אן צו ניצן...

ס'איז נישט געפילן דאס איז פאר די מענטשן זייער לעבן
םארשטייסט? מסמא נישט !!!!!!!
סאיז א שאד יעדע ווארט


וואס למשל פארלאנגסטו אז חזקעל בראך וואס שטייט שוין 15 יאר מיט זיין לאט זאל פארקויפן דירות פאר חצי בחנם ?
און די האלטסט טאקע אז סגייט געשען ?

אדער ווי פונקטליך איז דיר גענוג נאנט צום גרויסן שיל וואס דארט האלטסטו גייט קומען ביליגע דירות ?
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

די אלע טענות זענען ריכטיג, עס איז מסביר דעם פראבלעם, אבער עס זאגט גארנישט איבער תקנות. זאל מען מאכן די תקנות, וואס וועט געשען, איר גלויבט אז איין בויער וועט אויפהערן בויען. פאר נויט קען מען נעמען ר' אביגדור ראזענבערג, ער בויט גאר פיין ביי די מוסדות, זאל מען אים אהערגעבן אפאר לאטס, און הייסן בויען, און דאס טאן מיט נאך 10 אידן, די גאנצע פראפיט וועט גיין פאר די מוסדות, די מוסדות וועט זיין אין קאנקורענץ מיט'ן פרייען קאפיטאליסטישן מארקעט וואס מען האט דא אין קרית יואל. עפעס שלעכט.
הדא הוא דכתיב, איך וויל נישט קיין ביליגע דירות
שמן זית
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 04, 2009 7:54 pm

תגובה דורך שמן זית »

די ווילי ברידזש אליין נעמט 35 מינוט שנעל געוואקט
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

תגובה דורך בעלבאטיש »

יעצט אין קורצען וואס מיין פינטעל איז איך קען א יוד גראדע א שיינער פארדינער ,גראדע געהאט א דירה אין ווילי בקיצור אן אריכות

ער האט געקענט קויפן תש"ע א 3 פעמילי הויז אויף בעדפארד צוויישן דעקאלב אין וויליבי פאר 600 טויזענט ער האט געטראכט צו סאיז צו אינדרויסן פון געגנט ,למעשה א יוד האט אים אויסגעכאפט

למעשה לעצטע וואך האט ער געקויפט אביסעל לעבן געגענט אין מאנסי פאר 800 טויזענט א וואן פעמילי ריזיגע הויז

וואס מיין איך מיט דעם , ער האט געהאלטן אז סאיז צו טייער פאר אינדרויסן אין געגענט ,דעמאלס האט נאכנישט געוואינט א יוד דארט

דאס זעלבע איז יעצט אין קרית יואל

דאס וואס איז יעצט אינדרויסן פון געגענט טרעפען זיך תירוצים רבי,עננעקסעישאן,תקנות,געללט פרעסערס , אבער די ביזט דער וואס דערלייגט

איך האף אי"ה אין צוויי יאר צוריקצוקומען צו דעם אשכול משיח זאל אוודאי דא זיין פריער , און זען ווי ס'האלט

ווער דענקט די אלע תירוצים דא פאר בלומינבורג ,זשערסי סיטי,לעיקוואד,,סטעטען איילענד וכדומה

קיינער טענעט שוין קיין תירוצים ,ווער סוויל גיין גייט , אין די אנדערע האבן זיך פארמאכט די מויל אין קענען נישט פוילען ביי זיך אליינס צו טין אנדערש ווי זיין באבעס פעטערס שוואגערס א טשוואק וועט קרומען מיט די ציין

פון די אנדערע זייט איז געווארן פארקויפט אין די לעצטע 12 חדשים ארום 1000 הייזער ארום קרית יואל
לעצט פארראכטן דורך בעלבאטיש אום זונטאג יאנואר 08, 2017 7:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

תגובה דורך בעלבאטיש »

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:די אלע טענות זענען ריכטיג, עס איז מסביר דעם פראבלעם, אבער עס זאגט גארנישט איבער תקנות. זאל מען מאכן די תקנות, וואס וועט געשען, איר גלויבט אז איין בויער וועט אויפהערן בויען. פאר נויט קען מען נעמען ר' אביגדור ראזענבערג, ער בויט גאר פיין ביי די מוסדות, זאל מען אים אהערגעבן אפאר לאטס, און הייסן בויען, און דאס טאן מיט נאך 10 אידן, די גאנצע פראפיט וועט גיין פאר די מוסדות, די מוסדות וועט זיין אין קאנקורענץ מיט'ן פרייען קאפיטאליסטישן מארקעט וואס מען האט דא אין קרית יואל. עפעס שלעכט.
הדא הוא דכתיב, איך וויל נישט קיין ביליגע דירות


פון דעם רעדט מען דא , סאיז נישט דא קיין פראפעטיס וואס וועד הקריה אוינט אין געגענט ,נאר אינדרויסן

און ווילאנג די האסט הונדערטער מענטשן וואס זענען רעדי צו באצאלן טייערע פרייזן אין געגענט קען תקנות גארנישט העלפען
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

תגובה דורך רויט »

ניס קראכער האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:האסט שוין אמאל אריינגעטראכט וואס מיינט קויפן א דירה פון 500 טויזענט טאלער ?

אפילו די מאכסט 1200 טאלער א וואך וועט דיר זיין שווער צו דעקן דיין זוהן'ס בר מצוה, (ווער רעדט פון חתונה מאכן)
עס קאסט היינט איבער 10 טויזענט א בר מצוה.... מיט א אזא ריזיגע מארגעטש, טעקס, קאר, שכר לימוד, קליידונג, בילס, וכוי'

ווי אזוי וועסטו דאס קענען באווייזן ??????

איך ווייס אז בר מצוה מאכן קאסט נישט קיין 5 אלפים איך ווייס נישט פטון וואס די רעדסט
איך ווייס נישט פארוואס ווען מערעדט עפעס א גיט ווארט אוים ק"י ווערסטו ציוולדעוועט
(איך ווייס יא...)


אין פאר די סיבה קאסט אים א בר מצוה 10,000......
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

תגובה דורך רויט »

בעלבאטיש האט געשריבן:קרית יואל איז שוין לאנג נישט וואלקינג דיסטענס פאר ווער ס'ווייסט נישט


די חילוק פון וואקן איז די בערג וואס עס מאכט אזוי שווער אנצוקומען פון איין גאס צו די אנדערע, אדרבא מאך א שפאציר פון סקילמאן/מערטל עוו. אין וויליאמסבורג ביז די באס סטאפ ביי בעדפארד העכער די הייוועי (אגב: ווער עס האט א השפעה, עס וואלט כדאי געווען אז מאנרא באס זאל אנהייבן זיין רוט אין ניי ווילימסבורג) עס איז א וועג פון 15 מינוט, אבער פאר א קרית יואל'ער שפירט זיך עס ווי גאנצע 5 מינוט, און ער פארשטייט נישט וויאזוי די זייגער האט זיך אפילו געריקט. משא"כ אין קרית יואל וועט פאר א וויליאמסבורגער וועלכע וואקט סתם אזוי צו זיין ביהמ"ד 15 מינוט, און אויף יו"ט שבועות דינגט ער זיך א דירה 15 מינוט פון ביהמ"ד הגדול, אבער ער פרעגט זיך הזאת נאמי? דאס איז 15 מינוט עס איז דאך אסאך לענגער און אויסגעמוטשעט!
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

ס'האט זיך פארמירט דא א ערנסטע בלא-בלא.

דער ס"ה איז אז געוויסע האלטן אז מען זאל נישט מאכן קיין 'קביעת שער' אין קר"י כדי בלומינגבורג זאל זיך אויסארבעטן, ווען אנדערע האלטן אז תקנות דארף זיין, היינט אין קרית יואל, אפאר יאר ארום אין בלומינגבורג אי"ה.

וואס נאך?
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

דער תהילים איד האט געשריבן:ס'האט זיך פארמירט דא א ערנסטע בלא-בלא.

אבערוואס!...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

ניס קראכער האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:האסט שוין אמאל אריינגעטראכט וואס מיינט קויפן א דירה פון 500 טויזענט טאלער ?

אפילו די מאכסט 1200 טאלער א וואך וועט דיר זיין שווער צו דעקן דיין זוהן'ס בר מצוה, (ווער רעדט פון חתונה מאכן)
עס קאסט היינט איבער 10 טויזענט א בר מצוה.... מיט א אזא ריזיגע מארגעטש, טעקס, קאר, שכר לימוד, קליידונג, בילס, וכוי'

ווי אזוי וועסטו דאס קענען באווייזן ??????

איך ווייס אז בר מצוה מאכן קאסט נישט קיין 5 אלפים איך ווייס נישט פטון וואס די רעדסט
איך ווייס נישט פארוואס ווען מערעדט עפעס א גיט ווארט אוים ק"י ווערסטו ציוולדעוועט
(איך ווייס יא...)


מיין פריינד די האסט שוין בר מצוה געמאכט ?

איך האב נאכנישט אבער אזוי ווי הרב איך ווייס האט שוין געשריבן
איז א בר מצוה נארמאלערהייט נישט טייערער ווי 12-13 הינדערט דאלער

מיינס צו זאגן נאר דאס אויסשטאפירן דעם בחור'ל מיט היטן+סוטס+בגדי שב"ק+דריי גודס+שוך.

פון די תפילין און סעודת בר מצוה און נאך א טוץ קלייניגקייטןהאט איר ווייסט אויס פארגעסן.

---

וויפיל קאסט א נאן-סטאפ טיקעט צו די נושא?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

תגובה דורך לאנגעפאות »

איז נישט דא א פראבלעם מיט תחום שבת

אני לכשעצמי וואלט נישט געמאפט צי א פלאץ וואס איך קען נישט דאווענען כל נידרי אויף גארפילד

משוגע ארויף משוגע אראפ
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובה דורך קאץ און מויז »

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:די אלע טענות זענען ריכטיג, עס איז מסביר דעם פראבלעם, אבער עס זאגט גארנישט איבער תקנות. זאל מען מאכן די תקנות, וואס וועט געשען, איר גלויבט אז איין בויער וועט אויפהערן בויען. פאר נויט קען מען נעמען ר' אביגדור ראזענבערג, ער בויט גאר פיין ביי די מוסדות, זאל מען אים אהערגעבן אפאר לאטס, און הייסן בויען, און דאס טאן מיט נאך 10 אידן, די גאנצע פראפיט וועט גיין פאר די מוסדות, די מוסדות וועט זיין אין קאנקורענץ מיט'ן פרייען קאפיטאליסטישן מארקעט וואס מען האט דא אין קרית יואל. עפעס שלעכט.
הדא הוא דכתיב, איך וויל נישט קיין ביליגע דירות

די מוסדות האלט דאך נישט דערביי
עיין דרשות ר'מ.ה. ביים דינער איבער די נושא
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8838
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובה דורך ניס קראכער »

בעלבאטיש האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:
שכל'דיג האט געשריבן:איך וועל איבערשרייבן נאכאמאל ווילן קען מען ווי לאנג די קענסטוך עס ערלויבן....

איך וויל אויך אסאך זאכן סאו וואט ????

לייג אוועק דיינע ווילן/געפילן.. אין נעם ארויס דיין שכל אין הייב עס אן צו ניצן...

ס'איז נישט געפילן דאס איז פאר די מענטשן זייער לעבן
םארשטייסט? מסמא נישט !!!!!!!
סאיז א שאד יעדע ווארט


וואס למשל פארלאנגסטו אז חזקעל בראך וואס שטייט שוין 15 יאר מיט זיין לאט זאל פארקויפן דירות פאר חצי בחנם ?
און די האלטסט טאקע אז סגייט געשען ?

אדער ווי פונקטליך איז דיר גענוג נאנט צום גרויסן שיל וואס דארט האלטסטו גייט קומען ביליגע דירות ?

קודם אראפ מיטן טאן דער עולם האט שוין אויסגעפאסט.....
איך האלט נישט אז ער גייט פארקויפן פאר חצי בחנם ניין ער האט א גיטע געגנט אויך
אבער מיט תקנות גייט ער קיין הויזן אויך נישט קענען ציען
והשנית איך האלט אז שכומ=נת ויואל משה נאכדערצו די וואס גיין זיין די ערשטע חלק
זענען זייער א גיטע געגנט ס'איז בכלל נישט אזוי ווייט
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

לאנגעפאות האט געשריבן:איז נישט דא א פראבלעם מיט תחום שבת

אני לכשעצמי וואלט נישט געמאפט צי א פלאץ וואס איך קען נישט דאווענען כל נידרי אויף גארפילד

משוגע ארויף משוגע אראפ


איך וויל זייער שטארק זיין ביי מיין רבי''ן אין בארא פארק אויף יום כיפור, איך וואוין דאך אבער אין מאנרא, איז פאר איך אריין, איך שטופ זיך נישט אריין צו וואוינען אויף 13 עוועניו ווען איך קען עס נישט עפארדען
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

תגובה דורך בעלבאטיש »

דער תהילים איד האט געשריבן:ס'האט זיך פארמירט דא א ערנסטע בלא-בלא.

דער ס"ה איז אז געוויסע האלטן אז מען זאל נישט מאכן קיין 'קביעת שער' אין קר"י כדי בלומינגבורג זאל זיך אויסארבעטן, ווען אנדערע האלטן אז תקנות דארף זיין, היינט אין קרית יואל, אפאר יאר ארום אין בלומינגבורג אי"ה.

וואס נאך?


ניין איר זענט נישט מיטן מציאות

ווען סהאנדעלט זיך

מיט לאקעישאן לאקעישאן ,לאקעישאן כלל

קען קיין קביעות שער נישט זיין

און וועט נישט זיין

גענוג בלא בלא מיט יונגעלייט וואס חלום'ן בייטאג
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

תגובה דורך בעלבאטיש »

לאנגעפאות האט געשריבן:איז נישט דא א פראבלעם מיט תחום שבת

אני לכשעצמי וואלט נישט געמאפט צי א פלאץ וואס איך קען נישט דאווענען כל נידרי אויף גארפילד

משוגע ארויף משוגע אראפ


יודן האבן געוואקט כל נדרי קיין בלומינגראוו און אנדערע געגענטער,מעפארט מיטן קאר אראפ און מעוואקט צוריק

דא רעדט מען פון געגענטער וואס איז א שטיק קרית יואל נאר געוויסע יודן האבן עס נישט אריינגענומען אין מוח כעת וועגן פונקט וועם זיי קוקן ארויף וואינט נאכנישט דארט , 2 יאר ארום וועט איר אין אייערע קינדער עניוועי וואינען אין די געגענטער וועגן סאיז נישטא עפעס אנדערש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

איך מיין אז עס איז נישט מער ווי יושר אז ווער עס מאכט פרנסה פון פארקויפן קרקע זאל ביטע נישט אנפירקלען דא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

אויב השי"ת וועט מיר געבן די מעגליכקייט וועל איך מסיים זיין בל"נ אפצושרייבן מיין אפיניען, און דערמיט מיין אנוועזנהייט דא אויפן זיסן אייוועלטל מיט א לענגערע תגובה איבער די תקנות, איינער האט מיר אריין גשיקט די תקנות אין אישי, כ'בעט אז ווער ס'האט עפעס צו זאגן און ער וויל אז איך זאל מיך באציען דערצו און ער וויל עס נישט ברענגען דא ברבים זאל מיר ביטע שיקן אין אישי, כ'וועל מיך בל"נ באציען צו די טענה/אפיניען אן א נאמען.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

farshlufen האט געשריבן:איך מיין אז עס איז נישט מער ווי יושר אז ווער עס מאכט פרנסה פון פארקויפן קרקע זאל ביטע נישט אנפירקלען דא.

אפשר אויך ווער עס זוכט צו קויפן אדער דינגען זאל נישט רעדן? אדער גיבסטו יעדן רשות הדיבור נאר ווער ס'האט נישט נגיעות, אדער קען יעדער זיך אנרופן און מ'וועט דזשאדזשן אויפן תוכן.
דיסקלעימער: איך האב נישט קיין קרקע אין קרית יואל, און איך מאך נישט פרנסה דערפון.
לעומת זה האב איך איידעמער וואס זוכן צו קויפן אין קרית יואל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

תגובה דורך לאנגעפאות »

בעלבאטיש האט געשריבן:
לאנגעפאות האט געשריבן:איז נישט דא א פראבלעם מיט תחום שבת

אני לכשעצמי וואלט נישט געמאפט צי א פלאץ וואס איך קען נישט דאווענען כל נידרי אויף גארפילד

משוגע ארויף משוגע אראפ


יודן האבן געוואקט כל נדרי קיין בלומינגראוו און אנדערע געגענטער,מעפארט מיטן קאר אראפ און מעוואקט צוריק

דא רעדט מען פון געגענטער וואס איז א שטיק קרית יואל נאר געוויסע יודן האבן עס נישט אריינגענומען אין מוח כעת וועגן פונקט וועם זיי קוקן ארויף וואינט נאכנישט דארט , 2 יאר ארום וועט איר אין אייערע קינדער עניוועי וואינען אין די געגענטער וועגן סאיז נישטא עפעס אנדערש


viewtopic.php?f=98&t=30786

איז נישט דא א פראבלעם מיט תחום שבת?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35249
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

lebediger berel האט געשריבן:דיסקלעימער: איך האב נישט קיין קרקע אין קרית יואל, און איך מאך נישט פרנסה דערפון.
לעומת זה האב איך איידעמער וואס זוכן צו קויפן אין קרית יואל

מובן מאליו אז מיר האבן אייך נישט געמיינט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

אמת, אבער איך האלט מען דארף געבן דעם רשות הדיבור פאר יעדן, און דן זיין אויפן תוכן הטענות והדברים, נישט ווער עס רעדט איז די נפקא מינה, נאר וואס ער רעדט כלשון חז"ל קבל את האמת ממי שאמרו.
נאך א ווארט. ווען נישט די אידן "וואס מאכן פרנסה פון פארקויפן קרקע אין קרית יואל" ווי וואלטן די אלע תושבים געוואוינט? אויף קרקע וואס מ'האט געטיילט לשם מצוה?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

תגובה דורך בעלבאטיש »

פאר ווער עס פארשטייט נישט מיינע דיבורים

איז כאפט וואס איז יעצט פאר ביליג וועגן מארגן וועט איר עס סייווי קויפן פאר טייער

חלום'ן אז תקנות גייט אייך געבן דירות אין געגענט פאר ביליגער ווי יעצט ,זענט איר בעל דמיון ברשות הרבים

שכונות ויואל משה למשל איז ביליג וועגן סהייסט נישט אין געגענט ,גארנישט מיט תקנות אדער ער איז א פיינע יוד
אין אזוי ווייטער יעדע דעוועלאפמענט,אבער למעשה איז קיין דעוועלאפמענטס נישטא כעת

אהרן וויינבערגערס פאריעקט איז געווען גאר ביליג פון אנפאנג וועגן מענטשן האבן געקריצט מיט די ציין

למעשה יעצט וויל יעדער דארט וואינען ,איך מיין סאיז דא א פארלאנג איז די פרייז ארויף גאר הויעך , זיך פאפן גייט אייך נישט ברענגען מער ווי דיסאפוינמענט
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

תגובה דורך רויט »

קאץ און מויז האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:די אלע טענות זענען ריכטיג, עס איז מסביר דעם פראבלעם, אבער עס זאגט גארנישט איבער תקנות. זאל מען מאכן די תקנות, וואס וועט געשען, איר גלויבט אז איין בויער וועט אויפהערן בויען. פאר נויט קען מען נעמען ר' אביגדור ראזענבערג, ער בויט גאר פיין ביי די מוסדות, זאל מען אים אהערגעבן אפאר לאטס, און הייסן בויען, און דאס טאן מיט נאך 10 אידן, די גאנצע פראפיט וועט גיין פאר די מוסדות, די מוסדות וועט זיין אין קאנקורענץ מיט'ן פרייען קאפיטאליסטישן מארקעט וואס מען האט דא אין קרית יואל. עפעס שלעכט.
הדא הוא דכתיב, איך וויל נישט קיין ביליגע דירות

די מוסדות האלט דאך נישט דערביי
עיין דרשות ר'מ.ה. ביים דינער איבער די נושא
לעצט פארראכטן דורך רויט אום מאנטאג יאנואר 09, 2017 3:11 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע: מאנסי נ.י.

תגובה דורך עמקות שלמה »

lebediger berel האט געשריבן:אויב השי"ת וועט מיר געבן די מעגליכקייט וועל איך מסיים זיין בל"נ אפצושרייבן מיין אפיניען, און דערמיט מיין אנוועזנהייט דא אויפן זיסן אייוועלטל מיט א לענגערע תגובה איבער די תקנות, איינער האט מיר אריין גשיקט די תקנות אין אישי, כ'בעט אז ווער ס'האט עפעס צו זאגן און ער וויל אז איך זאל מיך באציען דערצו און ער וויל עס נישט ברענגען דא ברבים זאל מיר ביטע שיקן אין אישי, כ'וועל מיך בל"נ באציען צו די טענה/אפיניען אן א נאמען.


ווי איידער דא אנצופירקלען און טענה'ן מיט אזעלכע וואס אלע זייערע מיינונגען פארט אין צירקלען אלעס צוליב דעם וואס זיי האבן שוין פון פאראויס בעפארצוגט אנדערע געגנטער משום איזה סיבה שהוא, איז אפשר כדאי אז דו זאלסט זיצן מארגן מיט די תקנות קאמיטע אויף די אלע אישוס ?
לויט ווי די צעטל קוקט אויס, ווילן זיי טאקע די אלע זאכן באווארענען אז סזאל קענען אויסהאלטן ליגעל, די בענק זאלן ווייטער געבן מארגעדזשעס, פאר די ענדגילטיגע קונים זאל נישט ווערן שווערער אין רעזולטץ פון תקנות, כידוע האיך עקאנאמיע ומסחר יכול להתגולל, וכו',

נישט פארגעסן: נאכן איינפירן די תקנות זאלסטו אונז דא גיבן א רעפארט וועלכע צוגעלייגטע זאכן איז דיין קרעדיט..
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”