דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובה דורך ר' יום טוב »

ווען אין קרית יואל וואלט געווען א געהעריגע געזונטע עקענאמיע וואלט מען עס געקענט מדמה זיין צו די נאציאנאלע כללים.

די גאנצע פינאנציעלע ווירטשאפט פון אלע ביזנעסער אין די היימישע עקאנאמיע איז צריך בדוקה מיסודה אויב ס'מאכט בכלל סענס. ווער ס'האט שוין אמאל געהערט פון היימישע 'ברענדינג און מארקעטינג' פארשטייט בערך וואס איך מיין. אנגעפאנגען ביי קאנסטראקשען, קליידונג/דזשולערי, און געענדיגט ביי גראסערי פראדוקטן. ווען עס זאל זיין דער זעלבער פראדוקט אין די אלגעמיינע מארקעט, וואלט דאס געווען א דריטל די פרייז.

עס איז פאראן האר-אויפשטעלנדע דיגמאות אין מספר צו וואס איך האב נישט קיין צייט אין די פארנומענע מינוט.

דער פאקט גיט צו, אז רוב מענטשן קוקן בכלל נישט אויף קיין פרייזן, און דער עולם ווייסט נישט אפצושאצן א פראדוקט וויפיל עס ברויך באמת צו קאסטן. ווער ס'איז אין די היזיגע ריטעיל אינדיסטרי ווייסט אז דער עיקר וואס דער עולם פארלאנגט איז א גוטן פראדוקט (ברענדינג/מארקעטינג בלע"ז), און שנעלע סערוויס. לויפט און קויפט, און די אינדעסטרי ווייסט דאס אויסצוניצן.

צוליב געוויסע סיבות וועלכע זענען אפן פאר דעבאטע, איז אונזער ציוויליזאציע מתחילה אויסגעשטעלט אז רוב ציבור קענען גאר גרינג און אומוויסנדיג באקריוודעט ווערן פינאנציעל.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

מהפתאום, עס שיינט אז דו האט פארטוישט בורקלין מיט מאנרא. מאך א פיינד ריפלעיס, און מעק אויס קרית יואל פון דיין תגובה.

קרית יואל האט סאטמאר רב ז"ל געבויעט כדי סאטמארע אידן זאלן קענען דארט וואוינען, נישט כדי עס זאל ווערן א אידישע ריעל-עסטעיט מארעקט.

ברוקלין איז א טייערע געגנט, מאנרא נישט. אויב איז קרית יואל טייער האט עס מיט די אידישע איינוואוינער און בילדער צוטוהן, נישט מיט די אומגעגנט. און מען דארף זיך קעיר נעמען. כלומר: מאכן א קביעת שער עפ"י תורה.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

טייערע געגנט ביי מיר מיינט א געגנט וואו מענטשן לאזן זיך צאלן טייער כדי צו באקומען דארט א דירה. קרית יואל פיט אין דעם דאזיגן קריטעריע. אלזא, קיין פיינד און ריפלעיס מאכעך נישט...

ווער עס האט אנגעהויבן דעם שטעטל און וויפול די מארקעט ארום קאסט איז ווייניג וואס משנה.

שבת שלום ומבורך.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

עוד רגע אדבר,

סאטמאר רב האט נישט געבויעט קרית יואל כדי אז די געוויסע סקווער מייל זאלן זיין באוואוינט מיט אידישע משפחות כדי מתקן צו זיין די ארטיגע נשמות, און אויב יא זענען זיי שוין לאנג מתוקן...

ער האט געדארפט א שטאט אויסערן שטאט און בלומינגבורג שטימט פונקט אזוי מיט דעם כאוות נפשו ורצונו הטהורה. קרית יואל איז א פלאץ פאר פארמעגליכע אידן.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

אין קורצן: דו ווילסט אין קרית יואל זאל בלייבן וויאזוי עס איז און דער עולם זאל גיין צו אנדערע געגנטער.

און איך רעד פון די וואס ווילן יא פארבעסערן די מצב אין קר"י.

ולא פליגי.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

מיר הייבן אן גיין אין רינגען...

פארוואס פארבעסערן די מצב אין קרית יואל איז לדעתי נישט די ריכטיגע וועג צו סאלוון די פראבלעם הנקרא טייערע דירות האב איך שוין געשריבן. קוק צוריק א בלאט.

מיין לעצטע תגובה האט נאר געענטפערט דאס וואס דו האבט גע׳טענה׳ט אז קרית יואל הייסט נישט קיין טייערע געגנט, און אויך פארוואס די סאטמארע רבי׳ס כוונה קומט נישט דא אריין.

ופליגי...
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

ס'געפעלט מיר דעם סעלפישקייט, וואס שפריצט ארויס פון דעם וועזענהייט, מיר אלע אומפארמעגליכע, זענען נידון לשריפה, קרית יואל איז צי טייער פאר אייך, קרית יואל איז א שטאט פאר רייכע מענטשן און מיליאנערן, די וואס ווילן ביליג דירות זאלן גיין אין דער ערד ערד. לעבן זאלן די רייכע, ארימעלייט, איר זענט מיסט, איר זענט גארנישט ווערד, גייטס אין דער ערד אריין. מיר האבן שוין יארן צוריק געהערט די זעלבע רעטאריק קעגן ביליגע דירות עס איז אויך געגאנגען אויף דעם שניט: עשירים האַמי, ארימעלייט פוי, גייטס אין דער ערד, איר זענט מיסט, לוזערס און דורכפעלער.
איין ווארט צו די וואס זאגן אזוינס: שעמט אייך אלע אין טיפן ווייטן האלז אריין.
עז איף, די מענשטן האבן עפעס א קאנטראקט מיט'ן רבונו של עולם, אז זיי און זייערע קינדער און אייניקלעך עד סוף כל הדורות וועלן זיין פון די רייכע, וועלכע וועלן זיך קענען ערלויבן א נארמאל לעבן צווישן אידן, און נישט פון די ארימעלייט אויף וועמען זיי האבן גוזר געווען א גזירות גירוש, אלעס כדי דער עושר זאל קענען אנשטאט מאכן מיליאנען, מאכן צענדליגער מיליאנען, און דער עושר האט דאך דערפון גארנישט אויך נישט, ווייל ווען ער מאכט צענדליגער מיליאנען, ווארפט ער דאס גלייך אריין אין א פראפערטי און ברעכט זיך קאפ 3-4 יאר נישט צו באנקראטירן, כדי דער ביליאן דאלאר'דיגע געשעפטן זאל געלונגען, דאן מאכט ער א ביליאן און וויל דערפון מאכן א טריליאן.
און פארדעם, משוגעת, זאלן אונז אלע, קינדער, אייניקלעך, גיין אין דער ערד אריין, מופן קיין יהופעץ, אן קיין מוסדות, אן גארנישט, אין מדבר, אין וואלד, כדי קרית יואל זאל בלייבן א שטאט פאר רייכע.
פעך. וואו האבן די סארט מענטשן געלערנט?, אין וועלכן חדר, וואסערן סארט חינוך האבן זיי באקומען?
לעצט פארראכטן דורך יעקב צוקערמאן אום זונטאג יאנואר 08, 2017 12:33 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

אפילו גוים פארשטייען אז מען דארף צושטעלן אפארדעיבל האוזינג, דארף מען דאס מסביר זיין פאר אידן, איז דאס בכלל אפילו א נידון יא צי נישט, אין וועלכן חדר האבן די מענטשן געלערנט, וואסערע חינוך האבן זיי באקומען. זענען זיי בכלל אידן, מען דארף מסביר זיין פאר אידן אז מען דארף זיכער מאכן אז א נארמאלער איד קומט צו צו א דאך איבער'ן קאפ און מען רייסט אים נישט אויס דעם טאש סתם פאר רשעות ואכזריות, עס איז אפילו א טענה'ריי. איך זאג פארקערט, איר רייכע גייט און בויט זיך פאלאצן און מאכט זיך א געגענט פון רייכע, ווארום איר קענט דאך דאס עפארדן, און לאזט אונז האבן א דאך אויפ'ן קאפ פאר נארמאל, נאכ'ן אפ-ארבעטן 45 שעה א וואך צו דעקן די בילס.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובה דורך דער תהילים איד »

מה פתאום??? האט געשריבן:מיר הייבן אן גיין אין רינגען...

פארוואס פארבעסערן די מצב אין קרית יואל איז לדעתי נישט די ריכטיגע וועג צו סאלוון די פראבלעם הנקרא טייערע דירות האב איך שוין געשריבן. קוק צוריק א בלאט.

מיין לעצטע תגובה האט נאר געענטפערט דאס וואס דו האבט גע׳טענה׳ט אז קרית יואל הייסט נישט קיין טייערע געגנט, און אויך פארוואס די סאטמארע רבי׳ס כוונה קומט נישט דא אריין.

ופליגי...


איך ווייס אז דו האסט שוין געשריבן, און איך האב אויך פארשטאנען דיין כוונה. און אז דו ווילסט דוקא 'פליגי', זאל זיין אזוי.

==

עמיצער האקט. צימערמאן.. ביסט שארף. נע, מה פתאום האט נישט דאס געמיינט.
רבינו שאג בקול גדול וגו'
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

כ'מיין נישט דווקא פתאום, כ'מיין דער מהלך המחשבה. דאס איז מענטשן וואס זענען וועל-אףף און מיינען באמת אז זיי זענען פארזיכערט. אדם נידון בכל יום, זיי פארגעסן דאס. לאמיר דיר זאגן קלאר, דער באשעפער קאנטראלירט וויפיל געלט א מענטש האט, מען פארדינט נישט פון צאפן געלט פון אידן. פעך.
לעצט פארראכטן דורך יעקב צוקערמאן אום זונטאג יאנואר 08, 2017 12:01 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

כ'דארף זיך נעמען מעקן, צי שארף געשריבן. איך דארף זיך איינהאלטן ווייל יעדעס מאל וואס איך שרייב פון די טעמע הייבט מיר דאס דעם בלוט דרוק. מען דארף נאך מסביר אזעלכע פשוט'ע זאכן. הייסט דאס איז דער גאנצער ציהל פון די גאנצע וועלט, אז עשירים זאלן קענען מאכן געלט, און די איבריגע דארפן גיין אין אוישוויץ פארגאזט ווערן. אפילו אן ארענטליכער גוי פארשטייט אז עס איז דא אזא זאך ווי סאושעל ריספאנסביליטיס, דארף מען מסביר זיין פאר אידן אז אנשטאט מאכן 20 מיליאן, מאך נאר 15, אדרבה, פארקערט, די דעוועלאפערס דארפן אונז אראפלייגן א קעיס פארוואס מען זאל זיי לאזן צאפן דאס בלוט פונעם עולם און רייטן אויפ'ן ציבור. לעקציעס איבער סאושעליזם און קאפיטאליזם דארף איך נישט צו הערן פון זיי און עס אינטערסירט קיינעם נישט, און אויב האלטן זיי אז די תקנות וועלן זיין א דורכפאל, אדרבה, לאז עס דורכגיין און לאמיר זען ווי עס פאלט דורך. אלא מאי, זיי ווייסן דעם אמת, אז עס גייט פיין ארבעטן און די בלוט פארגיסונגען דא וועט זיך אויפהערן. נו זאלן זיי גיין בויען אין בלומינגבורג
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

''צוקער'' זיס ס'שפריצט בלוט פון אייער תגובה מיר פילען אלע אזוי אבער פתאום האט נישט דאס געמיינט קוק איבער זיין תגובה
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובה דורך אט אזוי »

די דארפסט גארנישט מעקן קרית יואל איז מיט דיר דיינע ווערטער זענען זייער ריכטיג און דאס דארף ווערן געזאגט
אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלפיים
תגובות: 2565
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובה דורך פרוביר אויך »

מה פתאום??? האט געשריבן:
דער תהילים איד האט געשריבן:היות מען קען דא רייטן אויפן ציבור, ווייל אונזער ציבור מוז וואוינען אין היימישע געגנטער

דא שטעקט דיין טעות... און דאס איז די חילוק צווישן א קימאו פיל און אונזער נידון. ביי אונז איז קלאר אפשר בענין אחר און קיינער איז נישט מחוייב איבערצוצאלן כדי צו וואוינען אין קרית יואל. אויב וויל מען וואוינען אין א טייערע פלאץ האט עס א פרייז פונקט ווי א טייערע וויין האט זיין פרייז.

אויב וויל מען טאקע העלפן זאל מען העלפן דעם עולם מאכן די גורל׳דיגי באשלוס זיך אפצוטשעפען פונעם מאמען׳ס פארטוך און אפיאגן פון די טייערע רייכע געגנטער כל עוד ממונו אצלו...

עס איז אינטערסאנט אז די לעצטע פאר טעג זענען דא אויף אייוועלט צוויי שטארק אקטיווע אשכולות וואו די יסוד המחלוקת איז די זעלבע און אין ביידע פלעצער באקום איך קאלטס און ווארעם׳ס אויף מיין מיינונג...

אינעם אשכול פון חתונה מאכן ביליג קומען חכמים און שרייען אויף די עשירים הלמאי זיי ציען ארויף די סטאנדארטן. מענטשן כאפן נישט אז די וועלט איז באשאפן געווארן מיט אלע סארט מענטשן מיט אלע סארט מעגליכקייטן און יעדער דארף באמת מעסטן זיינע מעגליכקייטן און אפמאכן וואס ער קען און וואס נישט.

און די טעות איז אזוי ווייט מושרש אזש דער שוואכער וואס קען זיך נישט באהערשן זיינע נסיונות און פרובירט נאכצומאכן דעם עושר בלעימט גאר דעם עושר פארן ארויפציען די סטאנדארטן. אנטשולדיגט! יענער קען און מעג און דו קענסט נישט, וואס איז די פוינט פון אראפ.לאפן יעדעם כדי דו זאלסט נישט זיין ווייניגער? עס איז דאך אזוי קרום!

די זעלבע מיט דירות, קיין איין קלינינג גויטע וואוינט נישט אין מאנהעטן, ניטאמאל אין ברוקלין וואוינעען זיי, זיי קומען מיט די טרעין פון ווייטע פלעצער ווייל דארט זענען דירות ביליגער. און זאג מיר נישט אז היימישע אידן זענען אנדערש, עס זענען דא גענוג נייע ישובים וואס רייסן זיך פאר איינוואוינער, איי דער עושר וואוינט יא ין קרית יואל? ער מעג! קרית יואל איז א רייכע שטאט, די לעבן סטאנדארט דארט איז טייער! דו גייסט עס נישט קענען עפפארדן!

קומט דער ארעמאו און אנשטאט באהערשן זיינע קנאה געפילן, און אנשטאט טוהן וואס עס איז די בעסטע פאר אים לויט זיין מצב, גייט ער און ברענגט אלעס אראפ, מאכט פראטעסטן, שרייט אויף די דעוועלעפערס, האלאו! ווילאנג דו לאזט זיך פונעם דעוועלעפער און דו קויפסט אין א מאנהעטן געגנט גייט די דעוועלעפער מאכן געלט אויף דיר, ווייל ווי גרעסער די פארלאנג ווערט אלס טייערער גייט די פראדוקט ארויף...

בקיצור...

ר' יום טוב האט געשריבן:
יעדער בר דעת איז א חסיד פון א פרייע מארקעט, אבער דאס איז בלויז ווען דאס איז באמת "פריי". עס מוז גיין ביידע וועגן. ביינונז איז דאס אבער במילא נישט פריי. מיר זענען געבינדן צו א פלאץ. אויב איז פאראן אן אומאפיציעלע 'תקנה' אז מ'מוז וואוינען אין איין געגנט אין צוזאמענהאנג מיט א געוויסע ציווילאציע, דאן מעג זיין א תקנה מיט א מהלך וויאזוי דאס צו אקאמאדירן.



דאס איז א ענטפער אױך פאר פתאום׳ס טענה אז ק״י איז פשוט א טײערע געגנט,


אז מען װעט נישט מאכען קײן תקנות װעט בלומינגבערג אױסקוקען פונקט װי ק״י אין עטליכע יאר,
אז יענער קען קענסטו אויך
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

תגובה דורך רויט »

מה פתאום??? האט געשריבן:עוד רגע אדבר,

סאטמאר רב האט נישט געבויעט קרית יואל כדי אז די געוויסע סקווער מייל זאלן זיין באוואוינט מיט אידישע משפחות כדי מתקן צו זיין די ארטיגע נשמות, און אויב יא זענען זיי שוין לאנג מתוקן...

ער האט געדארפט א שטאט אויסערן שטאט און בלומינגבורג שטימט פונקט אזוי מיט דעם כאוות נפשו ורצונו הטהורה. קרית יואל איז א פלאץ פאר פארמעגליכע אידן.


מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט מייסד געווען קרית יואל, עס זאל זיין א שטעטעל ווי אינדערהיים, (איך וויל נישט אריינגיין אין די קהל'ישע דעטאלן צוליב די סענטעסיווקייט פאר טייל ליינער און שרייבער). עס קען זיין אז די רבי זי"ע האט נישט דוקא געזוכט א נייע שטאט, וואס זאל זיין פון בלויז אידן איין קרייז. אבער במציאות האט זיך עס ארויסגעשטעלט אז עס איז לית טב מיניה עס האט די מעלות פון א שטאט -גרויסע געעשפטען -ריזיגע מאללס אין שאפינג צענטערן אינדרויסען פון שטאט (בלויז 5 מינוט אוועק) גרויסע בתי מדרשים מיט כסדרדיגע מנינים, מקוואות אין אלע עקן שטאט, מוסדות התורה, חתונה זאלן, באקוועמע סייז דירות, פארקינג.

[א קליינע דוגמא איבער די גשמיות דיגע מעלות פון קרית יואל: דעם שבת איז געפאלן א שניי, נישט לאנג צוריק האב איך געוואוינט אין וויליאמסבורג, איך געדענק ווי שווער עס איז געוען די ארויסקריכען פון די שניי, ב"ה אין קרית יואל בשעת די שניי פאלט ווערן די רואדס כסדר געפוצט אין באזאלצען, אזש עס איז ממש שווארץ, אין א טאג נאך די שניי גייט עס מיר שוין אן ווי די פאראיעריגע שניי..., די סיידואלקס ווערן תיכף נאך די שניי אויפגערייניגט אדורך ספיציעלע ווילידזש טרעקלעך אין אלע עקן שטאט, איך דערמאן מיך וואזוי אין וויליאמסבורג האט מען דעם קאפ געקענט צוברעכן ח"ו פארענט פון יעדע 2 טע הויז ווי דער בעה"ב האט פארנאכלעסיגט דאס שניי-פוצען]

איך רעד שוין נישט פון די געוואלדיגע מעלה פון פארמאגן א ווילדזש באורד פון היימישע מענטשען וואס פארשטייען אונזערע געברויכען, מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן וואספארא צרות די לאקאלע רעגירונגען טיילן ליידער אויס פאר די היימישע קאמיונעטי, ב"ה מיט א אייגענע לאקאל רעגורינג, האוזניג אויטארטי, בילידינג דיפארטמענט, וואסער אין סוער דיפארטמענט, פארשפארט מען אסאך פון די אלע פראבלעמען. א אפיס ווי מ'קען פרעגן א געזעץ קשיא אויף אידיש אין עס זאל ווערן נארמאל גענטפערט אויף מאמע לשון ברחל בתך הקטנה וואס יא אין וואס נישט, דאס איז נאר דא אין ווילידזש אוו קרית יואל!

ועל כולם איז די הויכע רוחניות'דיגע צניעות ניווא פון דעם שטאט, וואס פאר די סיבה פילן תושבי קרית יואל פאר א זכי' צו וואוינען אין דעם הייליגען שטאט, עס איז דא א הייליגע סטאנדארט אין די לבושי נשים (עכ"פ 99%) וואס מען טרעפט נישט ערגעץ אנדערש, אפילו די שטוב העלפערענס פארשטייען אז אריינצוקומען אין קרית יואל ביי איינעם אין שטוב מוז מען זיין אנגעטון בצניעות, (עכ"פ לויט זייער סטאנדארט), ווען א מאן גייט אין גראסערי אדער ווי אימער עס דרייען זיך אויך נשים אפילו מיידלעך, וועלן זיי זיך ריקן אין א זייט, אראפלאזן די טענער, וכו'... א מענער אייל אין גראסערי פאר עקספרעסס, ערגעץ אנדערש איז דאס נישט דא!

שיעורי תורה פאר די בעלי בתים, א קליינע דוגמא פון די פארטאגס אין קרית יואל: ביי די פארקינג לאט פון ביהמ"ד הגדול וועלכע נעמט אריין ארום 400-300 פארקינג פלעצער, + די גאסן ארום די ביהמ"ד איז פון 5:45 פארטאגס ביז ארום 7:30 נישטא קיין איין פארקינג ספיעס צום געפונען! אין דאס איז אויסער די הונדערטער אינגעלייט וועלכע פארמאגן נישט קיין קארס אין קומען צו פיס.

די יראת שמים וואס מען דערקענט הויפזעטליך ביים דאווענען קום אמאל אריין צו א דאווענען אין ביהמ"ד הגדול קרית יואל, וועסטו מיינען אז די ביסט אין ישיבה, אזא קול תפילה מיט א ברען והתלהבות, אזא לעבעדיגע דאווענען טרעפט מען נישט ערגעץ אנדערש עס איז א עונג רוחני יעדן איינציגסטע טאג וואס איף פאל אריין דארט אין ביהמ"ד.

איך האב בלויז דא געשריבן כטיפה מן הים איבער די מעלות פון וואוינען אין קרית יואל, אויב זיכט מען א ביליגע דירה איז דער פלאץ נישט קרית יואל, אפשר מאנסי, בלומינבורג, בלומינגראוו, ניו דזשערזי, ליעקוואד, וכו' וכו' אבער אויב זיכט מען א פלאץ ווי מען וועט קענען מחנך זיין אונזערע קינדער ביז משיח'ס טאג על דרך ישראל סבא אויסגעהאלטן ברוחניות און בגשמיות איז דער פלאץ (פאר א סאטמארער) אין קרית יואל!

אין טאקע וועגן דעם זוכן נישט די תושבי קרית יואל אוועקצומאפן אינדרויסען פון קרית יואל צוליב די טייערע דירות פרייזען, אין מ'קוקט ארויס זייער שטארק און ערענסט אז עס זאל ווערן תקנות אויף די פרייזען ביי די דירות אין קרית יואל ווייל צו וואוינען אין קרית יואל איז אונזער עתיד בעז"ה ביז משיחס טאג! ולית טב מיניה!
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובה דורך מצב כללי »

מה פתאום

די פראבלעם מיט די פרייזן אין קרית יואל איז די זעלבע פראבלעם וואס עס איז די מיט מצות און אסאך אנדערע אידישע אייטעמס וואס דער ציבור מוז האבן שרויפט מען ארויף די פרייז דערויף.

די סיסטעם אין קרית יואל איז אלעמאל געווען אויסגעשטעלט אז 98% פונעם ציבור האבן געקויפט אייגענע דירות און מען האט עס געקענט עפארדען.

די פרייז העכערונג פון פאר דירות אין קרית יואל איז געשטיגען אין די לעצטע יארן נישט ווייל די בוי מאטריאל קאסט מער נאר פשוט ווייל די סופליי איז געווארן אביסל ווייניגער האבן די בילדערס באשלאסן אז מען קען העכערן.

דיין טענה אז מען קען אוועקמופן איז נישט אויסגעהאלטן אזוי ווי תהלים איד האט געזאגט אויב זאל מען איינפירן תקנות וועלן די בילדערס נאך אלס מאכן גענוג געלט און דער עולם וועט קענען עפארדען צו קויפן.

---

אין קארלסבורג פאזע 2 קאסט א הויז מיט גאנצע 60,000 מער ווי פאזע 1 וואס מען האט ארויסגעשטעלט צו פארקויפן פונקט א יאר פריער.

דו ווילסט מיר זאגן אז די קאסט צו בויען איז געשפרינגן אין 1 יאר מיט 60,000?
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

הרב רויט, הערליך געשריבן!

אבער האסט נאר בעסער מסביר געווען בטוב טעם ודעת פארוואס קרית יואל פאר א סאטמארער איד איז ווערט ווי א דירה אין מאנהעטן פאר א גוי... האסט ארויסגעברענגט אזויפיל מעלות פון קרית יואל און איך וואונדער מיך, די אלע זאכן קען מען באקומען פאר אזוי ביליג?... אין אזא שטאט וואלט דאך געדארפט קאסטן 10,000 רענט פאר א חודש... און דו ווילסט עס נאך ביליגער מאכן?! ביסטעך מודה ווי סך עס איז ווערט...

בכלל, פתח בסאטמאר רב וסיים אז תושבי קרית יואל ווילן נישט אוועקמופן. לגבי סאטמאר רב האב איך שוין געענטפערט און איך זעה נישט וואס עס איז דא מוסיף צו זיין ווארום דיין תגובה ברענגט גארנישט ארויס לגבי דעם.

ווידעראום ווען מען רעדט פון די רצון וואס די תושבים האבן צו בלייבן האב איך שוין אויך געענטפערט אז איך האב א רצון צו קויפן א הינדערט דאללער׳דיגע וויין פאר סאפער יעדן טאג מיט א פעטע ריפ סטעיק ביי די זייט... איך קען מאכן א לאנגע תגובה וואס ברענגט ארויס די מעלות פון אזא סאפער און די סיבה פארוואס איך ברויכעס אזוי שטארק, און די תגובה וועט זיך ענדיגן אז איינמאל מיר פארשטייען שוין די געשמאק פון דעם דארפן די געשעפטן אראפלאזן די אומדערהערטע פרייזן וואס זיי לייגן אויף דעם ארויף...

יעדער פארשטייט אז די מעלות פון קרית יואל זענען פאקטארן וואס מאכן איר טייער, מענטשן וואס קאנען עס נישט עפפארדן קענען נישט עפפארדן צו וואוינען אין די כמה מעלות טובות׳דיגע שטאט, מאכן ביליגער מיינט נעמען די טייערע שטאט און איר פארקויפן פאר א שיבוש.

---

הרב מצב כללי,

פרייזן מעסטן זיך נישט וויפול די הוצאות פון בוי מאטריאל איז, אין מאנהעטן קאסטן נישט די בוי מאטריאל מער, פרייזן ווענדן זיך אין וויפול מענטשן זענען גרייט צו באצאלן כדי צו קענען וואוינען אין די סאסייעטי. א טייערע שטאט איז א שטאט מיט די אלע מעלות וואס רויט האט געשריבן, אין אזא שטאט וואס איז אזוי צוגעשטעלט ווערט ריעל עסטעיט נאטורליך טייערער.
חסד שבמלכות
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 28, 2014 10:23 am

תגובה דורך חסד שבמלכות »

דו מוזט זיין איינער פון דיר וואס פארדינען פון אידיש בלוט, אנדערש פארשטיי איך נישט ווי א מענטש מיט אביסל דזשעלי אין קאפ זאל שרייבן אזעלכע תגובות ווי דיר
איך האב אויך א דירה אין קרית יואל וואס כ'האב פארדינגען, און איך פארדין נאך בכלל נישט קיין גרויסע זאכן דערויף ווייל איך צאל נאך דעם מארגעטש, און איך קען נוצן נאך א פאר דאלער פאר חיי יום יום נישט פאר לוקסוס, און ס'פאלט מיר נישט ביי ארויפצוגיין מיט די רענט, הגם יענער צאלט נאך דעם רענט פרייז פון דריי יאר צוריק, די מארגעטש/סוער/קאנדא קאווערט זיך, און איך מאך נאך א עקסטערע פאר דאלער אויך, די נאך 200 דאלער א חודש גייט מיך גליקליך מאכן? און לעומת זה מיין טענענט וואס כ'קען זיין מצב גייט אים די נאך 200 טשאקן דעם בודזשעט
אידן זענען רחמנים בני רחמנים, פארוואס זאל נישט בייפאלן פאר די אלע גרויסע קאפיטיצעטן אז ער וועט האבן סאך א גרעסערע זכות ווען ער וועט אנשטאט געבן מיליאן דאלער פאר א ביה"ח אין אוקריינא, צו בויען דארט א ביהמ"ד און א מקוה, נוצן די געלט צו רייסן אביסל ווייניגער פון אידן וואס האבן נישט דעם טאג דורכצולעבן, אלעס פארן חטא פארן וועלן וואוינען אין א אידישע שטאט און זיין אפגעהיטן פון ראיות אסורות טעגליך
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך קאמענטיר נישט אויף דאס וואס איך מוז זיין...

אפגעהיטן פון ראיות אסורות קען מען זיין אין בלומינגבורג אויך. דו מאכסט שוין יעצט חשבונות געבויעט אויף רחמנות, און דו ביסט הינדערט פראצענט גערעכט, נישטא קיין גערעסערע צדקה ווי ביליגער מאכן רענט, אבער צווינגען צו טוהן די צדקה?

איינטיילן צו ער זאל גיבן צדקה אין אוקריינא אדער דא איז נישט דיין דשאב, קענסט בעטן צו ער וויל דיר נעמען אלס עצה געער, דערווייל מעג ער עפ״י תורה ועפ״י דינא דמלכותא באקומען פאר זיינע קרקעות די ריכטיגע שוויות.
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

תגובה דורך רויט »

מה פתאום??? האט געשריבן: ווידעראום ווען מען רעדט פון די רצון וואס די תושבים האבן צו בלייבן האב איך שוין אויך געענטפערט אז איך האב א רצון צו קויפן א הינדערט דאללער׳דיגע וויין פאר סאפער יעדן טאג מיט א פעטע ריפ סטעיק ביי די זייט... איך קען מאכן א לאנגע תגובה וואס ברענגט ארויס די מעלות פון אזא סאפער און די סיבה פארוואס איך ברויכעס אזוי שטארק, און די תגובה וועט זיך ענדיגן אז איינמאל מיר פארשטייען שוין די געשמאק פון דעם דארפן די געשעפטן אראפלאזן די אומדערהערטע פרייזן וואס זיי לייגן אויף דעם ארויף...

יעדער פארשטייט אז די מעלות פון קרית יואל זענען פאקטארן וואס מאכן איר טייער, מענטשן וואס קאנען עס נישט עפפארדן קענען נישט עפפארדן צו וואוינען אין די כמה מעלות טובות׳דיגע שטאט, מאכן ביליגער מיינט נעמען די טייערע שטאט און איר פארקויפן פאר א שיבוש.



איך מיין ארויסצוברענגען פארוואס עס פעלט אויס תקנות, מער ווי מאנסי וכו' ווייל מ'קען נישט זאגן פאר א מענטש מאף אוועק פאר א ביליגע דירה, ווייל דער מענטש זיכט נישט א אנדערע געגענט, וויל ער וויל וואוינען אין קרית יואל,

ביי אידן בני אברהם יצחק ויעקב גייט נישט דער כלל פון מ'געט א שיס ארויף די פרייז ווייל די נויטיגסט דיך אין דעם פראדוקט, עס איז נישט אידישלעך, אין פארדעם מוז מען האבן תקנות.
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

ער מעג על פי תורה...
מיינסט צו זאגן אז ער ער קען זיין א נבל ברשות התורה....
לאמיר דיר זאגן, דעם סארט מהלך המחשבה, און די תורה פון דו רעדסט, דאס לערנט מען נישט ביי אונז אין חדר און אין ישיבה, ביי אונז לערנט מען די ריכטיגע תורה, די תורה הייסט רחמנות האבן, די תורה הייסט זיך רעכענען מיט יענעם, מען לערנט אונז, און דאס איז דער אמת, אז העולם הזה דומה לפרוזדור, התקן עצמך... מען לערנט אונז אז א איד איז אראפגעקומען אויף די וועלט טאן תורה ומצות און נישט זאמלען נאך ביליאנען אין באנק, מען לערנט אונז אז תאוות הממון איז פעך, מען לערנט אונז אז אידן זענען רחמנים ביישנים און גומלי חסדים.
מען לערנט אונז אויך, טאג און נאכט, און דאס איז דער אמת, אז געלט גיבט דער באשעפער, און ווען דער באשעפער גיבט עמיצן געלט איז דאס נישט ווייל ער איז עפעס א באליבטער קרוין-פרינץ וואס דער באשעפער האט אים פונקט אויסגעוועלט צו געבן געלט כדי ער זאל קענען לעבן אין רייכטום און שוואוילטאג און דערצו נוצן דאס געלט אויף אויסצוצאפן דאס בלוט פון אידן דורך מאכן ביזנעסער דווקא פון זאכן וואס מענטשן מוזן האבן נויטיג צו לעבן. נאר אז דער באשעפער האט געגעבן געלט פאר א מענטש איז דאס ווייל ער וויל אים געבן דעם זכיה צו העלפן אידן, און זיין אויפגאבע אויף די וועלט איז צו העלפן אידן נישט סתם זיין קארג, אדער נאך ערגער, נוצן דאס געלט אויף צו פייניגן אידן, און אויך האט מען אונז געלערנט אז דער באשעפער איז מוריש ומעשיר, והעושר והכבוד מלפניך, און אז מען ביהעיווט נישט, פארלירט מען דאס געלט, עושה עושר ולא בחיל בחצי ימיו יעזבנו.
דאס איז וואס מען האט אונז געלערנט, און דאס איז תורת אמת....
בעט מען זיך דא ביי די געציילטע חברה, פליז פליז פליז, קענסט מאכן אסאך געלט געלט, עשירות, אבער לאז נאך אביסל, כדי מענטשן זאלן קענען צוקומען צו א דאך איבער'ן קאפ, זאגסטו ניין, איך מעג.... על פי תורה...... איך דארף דיך נאך אפפרעגן.... איין קשיא ענטפער מיר, אין וועלכן חדר האבן דו סארט מענטשן מיט די סארט טענות געלערנט....
איין מצות עשה ווילן די חברה גאר שטארק מקיים זיין, עס איז גראדע נישט אויסגערעכענט אינעם מנין המצות, עס רופט זיך ורם לבביך ושכחת את השם אלוקך... ואמרת בלבבך כוחי ועוצים ידי עשה לי את החיל הזה....
לאמיר דיר זאגן, אין היסטאריע פון כלל ישראל, איז שוין געווען ליידער טויזענטער טויזענטער אידן וואס האבן זיך געלאזט פארפירן פונעם יצר הרע און פונעם תאוות הממון, און האבן געשאכטן אידישע קינדער אויפ'ן עגל הזהב פון זייערע תאוות, זיי האבן אלע שלעכט אפגעשניטן. אז נישט אויף די וועלט, דאן אויף יענע וועלט. עס איז דא א באשעפער אויף די וועלט... געדענק דאס גוט....
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

מה פתאום??? האט געשריבן:
אפגעהיטן פון ראיות אסורות קען מען זיין אין בלומינגבורג אויך.

און וואס טוה איך ווען בלומינגבורג לויפט אויס פון פלאץ? און ווען בלומיגנבורג פרייזן שיסן ארויף?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

פארטא ריקא איז די נעקסט אפשען... פעלט געגנטער?
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

בקיצור דער ארימאן זאל זיך יעדע פאר יאר זיכן א נייעם געגענט? דאס מיינסטו?
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובה דורך מה פתאום??? »

דער ארעמאן וואס קויפט יעצט אין בלומי וועט בלייבן. זיינע קינדער וועלן גיין קיין פארטא ריקא.
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”