פישל האט געשריבן:אינטערסאנט אז ס'פאלט קיינעם נישט איין די נארמאלע ענטפער
מען האט געזוכט צו נעמען דרויסנדיגע מענטשן וואס זאלן אויסהערן ביידע צדדים און נישט האבן קיין נגיעה צו איין זייט מער ווי צו די אנדערע
דערפאר האט מען גענומען מענטשן וועלכע וואוינען נישט אין ק"י (זייערע קינדער מן הסתם אויך נישט) זיי זענען ביזנעסלייט און וועלן אויך פארשטיין צו די געברויכן פון די בילדערס אבער נישט זיין געבינדן אדער משוחד צו זיי
און אזוי האפט מען אויסצוארבעטן א דבר השווה לכל נפש
ווען מען וועט איבערקוקן אנהייב פון די דין ודברים דא אויף אייוועלט האבן עטליכע געשריגן אז די אלע וועלכע זענען עוסק דערין מיינען זיך און זענען אליין בויערס וכו', יעצט אז מען נעמט פרעמדע פרעגט מען ווייטער קשיות
ר' פישל,
ווען מ'רעדט פון מענטשן פארוועם די פאקט פון 'ווער' עס מאכט די תקנות איז וויכטיגער ווי די תקנות גופא, וועט קיין שום תירוץ נישט גילטיג זיין.
מדארף צוריקמישן די ערשטערע בלעטער פון דיזע אשכול, מ'גייט ארום אין צירקלען, די סך הכל איז אז תקנות דארף גרויס סיעתא דשמיא, מ'זעמיר אלע געווען סקעפטיש פון אנהייב הויפטזעכליך צוליב די טיפע ריס וואס הערשט צווישן אחינו בשרינו תלמידי רבינו, נאך מיום פטירתו לחיי העולם הבא ביום כוא"ב, און נאך א שניט לאחר פטירת ממלא מקומו רבינו הברך משה זצ"ל, און דער פייער ברענט און פארברענט שוין 38 יאר אומאויפהערליך, השי"ת זאל זיך מרחם זיין און שיקן משיח צדקנו ווייל בדרך הטבע איז פאר משיח'ס טאג דא שוואכע האפענונג אויף א צוזאמענארבייט, דער שטן המחלוקת איז קלוגער פון די אלע דעה זאגער.
אלה ברצחנימו ואלה בנצחנימו, נישטא וואס צוטאן