רבי אלעזר ווייסבלום מריישא זצ"ל בעל משנה למלך - ט”ו תמוז תר”ע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

רבי אלעזר ווייסבלום מריישא זצ"ל בעל משנה למלך - ט”ו תמוז תר”ע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

מצבת הצדיק ר' אלעזר מרישא ז"ל בסוקולוב, בעמח"ס משנה למלך עה"ת, נכד בן אחר בן להרה"ק רבי ר' אלימלך מליזענסק זי"ע
אטעטשמענטס
kReisheh.jpg
kReisheh.jpg (94.04 KiB) געזען 9036 מאל
the SCY is the limit
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

scy4851 האט געשריבן:ר' אלעזר רישא ז"ל


בעל מחבר ספר משנה למלך.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האב געהאט א תקופה וואס איך פלעג לערנען משנה למלך א יעדע וואך, די ווערטער זענען מתוק מדבש.


גראדע שטאם איך פון ריישער חסידים.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

זייער אינטרעסאנט און איך וואלט געוואלט הערן מער איבער דעם, אבער איך מיין אז מ'זאל אריין יין אין זיין פריוואטער אשכל פאר מיללער ווארפט אונז ארויס פון דא בען ושין.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

ווי איז דער ארגעניזאציע לאוקעיטעד? און ווי קען מען וויסעאיבער זייער אקטיוועטען?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יא רבי, הרב אלחנן פר"מ הי"ו פון וומ"ס פירט אן מיט א הייליגע מבצע פון מנציח זיין זכרו הבהיר פון ר' אלעזר ריישער זצ"ל דורכ'ן מעמיד זיין א קרן אין די גאליציאנער כולל חבת ירושלים על שמו פון וואס ער שטיצט אייניקלעך פונעם רבין ר' אלימלך זי"ע.

ר' אלחנן איז אן אייניקל פון ר' משה קלאגסבאלד ע"ה וועלכער איז געווען א ריישער חסיד פונדערהיים (ער האט אסאך פארציילט פון זיינע רביס וועלכע נעמט אריין דעם הייליגען קאלאשיצער רב און נאך) און א עסקן פאר די אויבנדערמאנטע כולל, יהא זכרו ברוך.

דער משנה למלך איז געדרוקט געווען בעילום שם המחבר (ווער געדענקט די סעריע דא פון די סארט ספרים?) מגודל ענוותנותו, ר' אלעזר האט לעולם איבערגעלאזט דורות אבער זיי האבן ליידער מיטגעטיילט דעם ביטערן גורל מיט רוב מנין ובנין פון כלל ישראל און זענען פארטיליגט געווארן דורך די פארשאלטענע דייטשע מענטשן-פרעסער , השם ינקום דמם לעינינו במהרה.

און די הקדמה פון איינער פון די מהדורות פונעם משנה למלך איז פארהאן הערליכע תולדות איבער דעם צדיק תמים ובעל מופת ר' אלעזר, וועלכער איז געווען באקאנט בימיו אלס א פועל ישעות בגרב הארץ, זאל זיין גרויסער זכות מגין זיין אויף די אלע וואס העלפן צו די פעולות להנצחת זכרונו און אויף אלע אידישע קינדער, להוושע בדבר ישועה ורחמים ובכל מילי דמיטב.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אנדי פעטיט האט געשריבן:ווי איז דער ארגעניזאציע לאוקעיטעד? און ווי קען מען וויסען איבער זייער אקטיוועטען?


און אלע היימישע צייטונגען איז געווענליך אדווערטייזד איבער זייערע אקטיוויטעטן, ווי דערמאנט איז דאס א פראעיקט פון הרב פרידמאן הנ"ל.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מילער יישר כח פארן ענטפערן אנדי. אגב, וויאזו שטימט הייליגע מבצע?

זיי האבן עפעס א כולל מיין איך אויך א נאמען געגעבן לזכרו, עפעס אלעזר. אין איינע פון די סאטמארע שולן אין אברכים, איז דא א גאנצע שול, פון דורכגעווייקטע ריישע חסידים.

ווער ס'כאפט זיך אריבער צו רבי ר' מיילעך, איז גוט צו וויסן, דערפון, אז ר' אלעזר ריישער איז נישט ווייט, דאכט זיך אויף פויליש הייסט עס, NOWY SOKOLOW
לעצט פארראכטן דורך בני היכלא אום מאנטאג יולי 07, 2008 1:55 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

אויף די מצבה איז דא א סתירה.

ס'שטייט אז ער האט געהייסען נישט שרייבען קיין תואר אבער זיי שרייבען אדמו"ר הרב הצדיק מו"ה און הקדוש?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני היכלא האט געשריבן:מילער יישר כח פארן ענטפערן אנדי. אגב, וויאזו שטימט הייליגע מבצע?

זיי האבן עפעס א כולל מיין איך אויך א נאמען געגעבן לזכרו, עפעס אלעזר. אין איינע פון די סאטמארע שולן אין אברכים, איז דא א גאנצע שול, פון דורכגעווייקטע ריישע חסידים.

ווער ס'כאפט זיך אריבער צו רבי ר' מיילעך, איז גוט צו וויסן, דערפון, אז ר' אלעזר ריישער איז נישט ווייט, דאכט זיך אויף פויליש הייסט עס, NOWY SOKOLOW


הייליגע מבצע שטימט טאקע נישט, אבער עס נעמט נישט אוועק פון די הייליגקייט פונעם מבצע.....

'כולל תולדות אלעזר' שע"י כולל חבת ירושלים, ער פלעגט פארלערנען אין ביהמ"ד איחוד התלמידים אויף מארסי עוו., שפעטער האב איך געזעהן אז עפעס האבן זיי געפנט א ביהמ"ד על שמו של ר' אלעזר ריישער.
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

בני
דאכט זיך אז ער האט יא געהאט א קינד וואס איז אוועק יונגערהייט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
איך האב אויך געשריבען אז ער האט געהאט א קינד, אבער מיר איז געליגן אין קאפ אז ער אדער זיינע קינדער זענען אוועק ביים קריג, האסטו דאס אויך געמיינט, אדער אינגערהייט פאר די קריג?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

כ'בין נישט זיכער
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פאלגענד איז די פרטי הדברים נאכ'ן טרעפן די תולדות בעזהשי"ת דא ביי היברו בוקס געשריבען דורך א שוואגער פון ר' אלעזר, הר"ר ישכר בעריש היילפערין אב"ד ריישא-בייטש ובסו"י בבראנקס נ.י.

דער משנה למלך איז געווען אן איידעם בזוו"ר ביי ר' דוד'ל קאשנובער בן מרן הדברי חיים, זייענדיג אן עקרה האט ער איר גע'גט און גענומען די טאכטער פון ר' חיים יונה היילפערין ראב"ד ריישא, ער האט פון איר געהאט א טאכטער וואס האט חתונה געהאט מיט הרה"ק ר' שלמה ב"ר צבי הירש הורוויץ פון ראזוואדוב אן אייניקל פון ר' משה'לע ראזוואדובער, זיי האבן געהאט קינדער וועלכע זענען אלע אומגעקומען עקד"ה.

ארץ ארץ אל תכסי דמם, פאלגענד איז אן אויסשניט פון די תולדות:
אטעטשמענטס
mishnelamelech.jpg
mishnelamelech.jpg (49.7 KiB) געזען 9281 מאל
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6805
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

וואס איין בילד פון א מצבה פון א צדיק קען אויפטוהן!
the SCY is the limit
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

היי יאר תשס"ח פאלט אויס די יארצייט פון ר' אלעזר ריישא טו תמוז
פרייטאג פרשת פנחס, צו באמערקן געפאלט דאס אויס פונקט די זעלבע ווי די יאר וואס דער צדיק איז אוועק,
וואס כידוע האט ר' איציקל מ'פשעווארסק געזאגט (אזוי שטייט אין די תולדות)
אז יענעם פרייטאג האט זיך אפגעשטעלט די זון פאר ר' אלעזר ריישא, ווייל פון ווען ער איז אוועק ביז מ'האט געברענגט דעם ארון למקום מנוחתו האט גענומען גאר אסאך צייט, וואס עפ"י דרך הטבע וואלט שוין געדארפט זיין שבת,
זאת ועוד אז ר' אלעזר פלעגט אלץ זאגן מיר וועט מען אריין רוקן ווי א טשאלענט...
הערשט נאכן קבורה ערב שבת ביים זמן האט מען פארשטאנען כוונתו, ועי' בהתולודת בסוף ס' משנה למלך עוד עניני פלאים
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

קומענדיגע וואך פרייטאג איז די יארצייט
ט"ו תמוז פון ר' אלעזר.
איינער ווייסט צו עס איז דא א יארצייט סעודה?
פאראיאר איז געוועהן אין מאנטיסעלאו, א מלוה מלכה,
היי יאר איז נישט געוועהן געמאלדן קיין מודעה וועגן א יארצייט,
ווייסט איינער צו עס איז דא?.....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

ער איז נטמן אין סאקאלאוו.

שאץ. יא. ס'וועט אי"ה זיין א מלוה מלכה ווי אלע יארן.

פאריאר האט הרה" ר' חיים יעקב רובין געהאלטן געשפאנט דעם ציבור מיט גאר א ווארימע רעדע. און האט זיך אויפגעטאן: איך בין נישט קיין אונגארישער... און איר מעגט מיר גלייבן:
איך האב געזען אפענען מופתים !
האפענטליך וועלן זיי היי יאר אויך אפירברענגען א געשמאקן נואם הכבוד.
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

יא אלץ ווייסער, זייער אינטערעסאנט געווען, ווי ער האט זיך נישט געלאזט, און די סכומים וואס ער האט צוגעזאגט.
ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוך »

פאר די וואס האבן אנגעפרעגט, היינט האב איך געזעהן און איינע פון די לאקאל אויסגאבעס וואס מען קען דורך בליקן בשעת'ן עסן און די רעסטאראנט,
ווי זיי לאדענען א יעדן צו די יארצייט סעודה.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3031
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

עס איז כדאי צו רעדן פון אזא וואונדערליכן צדיק וואס איז נאכנישט דא קיין 100 יאר פון זיין פטירה, ווייל עס איז אנגענומען ביי חסידים אז ביז 150 יאר האט נאך א צדיק שייכות מיט דעי וועלט,

נמצא תח"י דעם הייליגן ספר משנה למלך מהרה"ק ר' אלעזר מריישא,
ביים סוף ספר איז פארהאן א שיינע ליקוט פון קורות ימי חייו,
ע"כ לזכות הרבים נעמען מיר אראפ אפאר שטיקלעך, לכבוד דעם יארצייט,

ר' אלעזר איז געבוירן צו די עלטער פון זיין הייליגן טאטן פועל ישועות בקרב ר' אלימלך רודניקער זי"ע, ר' מיילעך האט ארויס געוויזן א מורא'דיגע אהבה צו דעם קינד, און געזאגט "אז אין הימל איז דא א בוים פון הייליגע נשמות, און נישט יעדער איז זוכה צו נעמען פון דארט א נשמה, איך האב זוכה געוועהן (געוויזן מיטן פינגער אויפן זון ר' אלעזר) צו נעמען א נשמה פון שפיץ ביימאלע"...

זייענדיג א יתום אלץ קינד, איז ער נתחנך געוווארן ביי ר' דוד'ל מדינוב, ביי די בר מצוה פארן לייגן תפילין האט אים ר' דוד'ל באקוקט און געזאגט ער איז נקי מחטא, ר' אלעזר פלעגט אלץ זאגן, ער ווייסט וויאזוי צו לייגן תפילין פאר בר מצוה בחורים, ווייל ער האט געהאט א גוטן רבי'ן דערפאר, (ר' דוד'ל מדינוב)

דער קשר פון ר' אלזער קיין צאנז איז ידוע, אויסער דעם וואס ער איז געווארן א אייניקל, א איידעם ביי ר' דוד'ל מ'קישאנוב, האט ר' אלעזר אלץ געהאט א חיבה יתירה, וואס אויף דעם זענען פארהאן פילע מעשיות,

בעיקר איז געוועהן גרויס זיין כח הרפואה, וואס אויף דעם האבן מעיד געווועהן כמה צדיקים, אז זיין כח הרפואה איז אין בדומה, ער פלעגט שרייבן רעצעפטן, אבער דער שינאווא רב פלעגט זאגן איז נישט די רעצעפטן היילט, נאר די תפלות, ווי אויך ר' אלעזר פלעגט זאגן אז ער גיבט נישט קיין רעצעפט נאר ווען ער ווייסט די מאמע'ס נאמען...

דער גארליצער רב פלעגט אים רופן דער ריישא'ער דאקטער,

ר' אלעזר פלעגט טייטשן, אז א איד דארף א רפואה, קודם בורא רפואות מ'גייט צו א דאקטער, דערנאך אז דער דאקטער העלפט נישט, נורא תהליות, זאגט מען תהלים, און אז ס'איז נאך אלץ נישטא קיין ישועה, אדון הנפלאות, פראוועט מען א מופת'ל,
וראוים הדברים למי שאומרם...

יעדע מין קראנקייט פלעגט ער היילן, אפילו משוגעים, מ'פלעגט ברענגען צום טיש משוגעים צוגעבינדן מיט שטריק, און נאך קידוש האט מען זיי אויפגעבינדן און אהיים געפירט געזונטערהייט,

פיל מעשיות ווערט דערציילט ווי ר' אלעזר מיט זיינע בלויזע הענט האבן געמאכט רפואות, פשוט ווי ער האט צוגערירט איז געווארן אויסגעהיילט, צו צאן ווייטאג וכדומה, פיל מאל האט ער פשוט צוגערירט צום מויל, און די ווייעדיגע ציינער האבן ארויסשפאצירט,

צו מאל זענען די רפואות געוועהן ממש בגדר תחיית המתים, א איד איז אמאל צוזאמען געפאלן אין ביהמ"ד, ר"ה אינמיטן דאווענען, דער איד האט אויסגעזעהן אן קיין סימני חיים, ר' אלעזר איז צוגעגאנעם צו דעם איד און געזאגט, ביי מיר אין ביהמ"ד וועסטו נישט פייגערן.... (כדרכו האט ער געהאט אזעלכע שארפע לשונות), און געזאגט, נאך דיין טויט וועט זיין א גרויסע פראסט...
ופלא דער איד איז אויפגעשטאנען פון דער ערד כאילו לא הי' און געלעבט אסאך יארן, אבער ווען ער איז אוועק פון דער וועלט, איז געוועהן אזא פראסט, אז די חברה קדישא האבן געמוזט האקן מיט האמער'ס אויפצועפענען דעם אייז מיטן מקום הקבורה.

אמאל אימיטן טיש, איז געווארן א גרודער א איד איז צוזאמען געפאלן ר' אלעזר האט געפרעגט וואס איז די רעש אז איך בין דא, און ווי נאר ער האט געפרעגט האט זיך דער איד אויף געשטעלט, האט ר' אלעזר געזאגט וועלנדיג משתיק זיין דער מופת, אז איך בין דא קען ער נישט שטארבן?...

א פרוי איז אריין געקומען וויינען אז איר מאן איז זייער קראנק, האט ר' אלעזר גענפערט כדרכו, דיין מאן גייט שטארבן...., די פרוי האט אנגעהויבן נאך מער צו וויינען מיט יללות, האט ר' אלעזר געזאגט, איך האב דען געזאגט אז ער גייט שוין שטארבן?, ער וועט לעבן, און צום סוף וועט ער שטארבן ווי יעדער מענטש.... וכן הוה

אסאך מאל האט ער מסתיר געוועהן זיינע ברכות אין דברים נסתרים, ווי א חתן איז אריין פאר די חתונה בעטן א ברכה, האט אים ר' אלעזר געוואונטשן, די באקאנטע קללה פון הקב"ה צום שלאנג, על גחונך תלך ועפר תאכל כל ימי חייך, און זאלסט ברעכן דיין קארג..., דער חתן האט אנגעהויבן צו וויינען פארוואס ר' אלעזר שעלט אים, האט אים ר' אלעזר געזאגט זיין כוונה, אז דאס איז גרויסע ברכות,
זאלסט זיין א גביר, על גחונך, זאלסט האבן א בויך ווי גבירים, תלך, זאלסט גיין בעבודת ד' נישט זיין פאריאגט, ועפר תאכל כל ימי חייך, זאלסט האבן פרנסה מצוי לעבן דיר ווי דער נחש, און נאך א ברכה זאלסט נישט זיין קיין קמצן, זאלסט ברעכן דיין קארג, קארגשאפט.


צווישן די פיל ווינדער, איז אויך די אפאנע רוח הקודש פון דאס זעהן פאראויס וואס עס ווארט אויף כלל ישראל, און פראבירט צו העלפן אידן, מיטן שיקן קיין אמעריקא, אין די צייט וואס אנדערע צדיקים האבן נישט געלאזט פארן קיין אמעריקא, ער פלעגט זאגן ס'איז כדאי זיך צו פארקויפן דעם חתן זייגער, און פארן קיין אמעריקא, דארט איז א מקום הפרנסה, און דארט וועט משיח קודם קומען, ווען מ'פלעגט אים פרעגן מ'זאגט דאך אז אין אמעריקא זענען די שטיינער טריפה, האט ער גענפערט "מ'גייט זיי כשר'ן",

און געזאגט א מורא'דיע נביאות, "ווען אידן וועלן שטיין ביי די שיפן מיט טרערן און די אויגן צו פארן קיין אמעריקא, וועט שוין זיין צו שפעט.....
(א פחד נורא ווייל אזוי איז באמת געוועהן, מ'האט נישט אריין געלאזט אידן קיין אמעריקא און אפילו צוריק געשיקט אין לייבן גרוב)

ער האט געשיקט איינער פון זיינע חשוב'סטע חסידים ר' צבי באק, קיין אמעריקא, זאגנדיג אז די ווילסט האבן דורות פאר קיין אמעריקא.

אמאל איז ער געפארן מיט זיין שוואגער ר' לייבוש ט"ב אב"ד קאלבאסאוו אונטעוועגנס, דורך פארנדיג א מיליטערישע לאגער פון די פוילישע ארמעי, האט ר' אלעזר באטראכט דעם גאנצן לאגער, די מאגאזינען מיט אלעם, צום סוף האט ער געזאגט עה דאס איז נישט קיין מלוכה, אסאך רבי'ס האבן טענות אויף מיר אז איך האב געשיקט אזא טייערע אינגערמאן ווי הערשל באק קיין אמעריקא, אבער וואס זאל איך טון, איך זעה, אז עס וועט קומען א צייט עס וועט ברענען און בראטן די ערד אונטער אידישע פיס, מ'וועט שטיין ביי די אמעריקאנער טויערן בעטן מ'זאל אריין לאזן, אז איך קען ראטעווען איין איד זאל איך נישט ראטעווען, פאלג מיך מיין שוואגער און פאר קיין אמעריקא,
אינצווישן איז ר' אלעזר נתסלק געווארן און ר' לייבוש האט פארגעסן פון די מעשה, צום סוף פון די ערשטע וועלט קריג, איז געוועהן א פראגראם אין קאלבאסאוו, ר' לייבוש האט זיך באהאלטן אין א קעלער אין די גוים האבן אים צושפאלטן דעם קאפ,
האט ר' לייבוש געזאגט ווען איך זאל פאלגן ר' אלעזר וואלט איך אנגעקומען קיין אמעריקא מיט א גאנצן קאפ, אזוי קום איך קיין אמעריקע מיט א צושפלעטערעטע קאפ,
(ר' לייבוש איז אהער געקומען פאר די צווייטע וועלט מלחמה, ס'איז דא שיינע דורות פון אים)

אין ירושלים איז געוועהן א איד וואס האט געהינקעט אויף א פיס, מלא צרות יגן ואנחה, אבער אייביג געוועהן פריייליך, האט ער פארציילט אז ער איז געבוירן אין די שטאט ריישא, און ביי זיין ברית האט ר' אלעזר געהייסן געבן דעם נאמען שמחה, און אז ר' אלעזר הייסט שמחה, דעמאטס קען זיך די שמחה נישט אפטון עד היום הזה, און דעריבער איז ער אלץ בשמחה....

צום שלוס: אידן האבן געהאלטן דעם ספר משנה למלך פאר א סגולה, אריין צו לייגן קוויטלעך ובקשות,
זי"ע
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

יישר כח שאצי פאר די הערליכע באשרייבונג, מיינע זיידעס האבן געוואוינט אין ריישא און זיי זענען געווען חסידים פון הרה"ק רבי אלעזר זצ"ל.

קודם כל מוז איך זאגן אז א יעדעס ווארט אין די ספר משנה למלך איז מתוק מדבש.

איך האב אמאל געהערט עפעס א מורא'דיגע מעשה מיט די שינעווער רב זצ"ל ווי ער איז געווארן קראנק און רבי אלעזר ריישער איז געקומען אים אויסהיילן, איך געדענק נישט פונקטלעך די מעשה, אויב איינער ווייסט פון וואס איך רעד זאל ביטע פארציילן.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

הרב שאץ, יישר כחכם.
אוועטאר
ביזנעסקאפ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזנעסקאפ »

הערט א מופת פון הרה"ר ר' אלעזר מריישא, היינט האט זיך מיר פלוצלינג אפגעהאקט די אינטערנעט קאנעקשען, איך בין געווארן אויס מענטש די גאנצע ביזנעס מיינע איז געגאנגען כאדאראם, און גרויס פארלענגענהייט האב איך מיך דערמאנט אז ליינענדיג די בלאט די וואך ביים אפטיילונג 'ביי מיר האט עס פאסירט' האט איינער דארט באשריבן וואזוי ער האט בעת צרה צוגעזאגט לע"נ די קאסע פון ר' אלעזר מריישא זי"ע לצדקת ר' מאיר בעה"נ, און ער איז תיכף געהאלפן געווארן, האב איך אויך צוגעזאגט, און ווינדער איבער ווינדער, תיכף ומיד האב איך געכאפט די פראבלעם (וואס איך בין שוין געזעצן אויפן טעלפאן א שעה מיטן קאמפעני צו סאלווען די פראבלעם) און באלד צוריקבאקומען די קאנעקציע....
זיי פרייליך... און מאך פרייליך אנדערע....בשמחה תמיד.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

זי"ע.

יישר כח פאר די מעשה.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”