ארטאדאקס האט געשריבן:הרה"ח יוסף ב"ר אפרים פישל הכהן כ"ץ פון וויזניץ א"י ברודער פון ר' רפאל בנימין ע"ה - ר' יושע ע"ה - מרת חי' שרה פארקאש ע"ה אשת ר' ליפא ע"ה
היות ער האט ל"ע נישט איבער געלאזט קיין קינדער זאלען די קרובים טוהן לעילו נשמתו
אויפן שפיץ גאפעל וועלן מיר פראבירן צו באשרייבן קצת דברי הערכה אויף ר' יוסף ז"ל:
געווען א זוהן פון ר' אפרים פישל ז"ל וואס איז געווען בן אחר בן פון דער בעל סמיכת חכמים זצ"ל.
ביי די קריג איז ער געווען א פערצן יעריגע בחור'ל, און וויבאלד צו זיין מזל איז ער געווען הויעך געוואקסן, האט אים מענגעלע שר"י געשיקט אויף רעכטס מיינענדיג אז ער איז עלטער אין יארן, און אזוי ארום איז ער געראטעוועט געווארן.
נאך די קריג האט ער עמיגרירט קיין ארץ ישראל ווי ער האט חתונה געהאט מיט זיין אשת חיל ע"ה און זיך באזעצט אין בני ברק.
דארט אין בני ברק האט ער זיך מתדבק געווען אין דעם וויזניצער רבי'ן רבי חיים מאיר'ל זצ"ל ווי ער האט געשעפט תורה און חסידות. מיט די צייט האט ער אפגעקויפט א דירה אין שיכון ויזניץ, וואס ער האט געוואוינט דארטן ביז עטליכע יאר צוריק ווען זיין פרוי איז נפטר געווארן ל"ע, דעמאלטס האט ער חתונה געהאט בזיווג שני מיט א חשובע פרוי שתחי'-(מומע פון הנגיד המפורסם ר' יונתן שטראסער הי"ו) האט ער זיך געצויגען קיין ירושלים.
ער האט מנדב געווען צוזאמען מיט זיין ברודער ר' יושע ז"ל עטליכע שטובלעך אין סאטמארע און וויזניץ'ער בתי מדרשים ארום די גארער וועלט.
זיין חסד איז געווען עד אין לשער, ער האט פארמאגט א גמ"ח ווי ער האט אויסגעבארגט שווערע געלטער פון זיין אייגענע טאש פאר אידן נצרכים. אויך האט ער אויסגעפירט במשך די יארן הונדערטע שידוכים און אלעס שלא על מנת לקבל פרס, וואס דאס איז א מדריגה אין חסד יחיד במינו.
טראץ דעם וואס ער האט נישט זוכה געווען צו זש"ק איז ער שטענדיג ארומגעגאנגען מיט א פרייליך פנים, און פארקערט, ער פלעגט מחזק זיין אנדערע צובראכענע אידן.
אויך פלעגט ער עוסק זיין אין תורה אין יעדן איבעריגן מינוט, ער פלעגט שוין אויפשטיין אזוי פרי ווי פיר אזייגער פארטאגס עוסק צו זיין בהוויות דאביי ורבא.
זייענדיג ליידער אנע יורש האט ער בחייו איבערגעשריבן זיין גאנצע פארמעגן פאר די וויזניץ'ער מוסדות אין בני ברק.
מען בעהט ווער עס וויל טוהן א חסד של אמת, זאל לערנען משניות אדער אנצינדן א ליכט לעי"נ ר' יוסף ב"ר אפרים פישל הכהן. ספעציעל די וואס זענען נהנה פון די בית כ"ץ שטובלעך.
יהא זכרו ברוך
אני מאמין באמונה שלימה שהבורא יתברך שמו הוא בורא ומנהיג לכל הברואים והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים