לבנת הספיר האט געשריבן:כ"האב אמאל געזעהן דאכט זיך מיר אין שו"ת חת"ס בשם טיב גיטין אז איינער וואס הייסט שאול זאל מען רופען שואל אין נישט שאול ווייל איינער פין די מלכי כנען האבן געהייסען שאול
לבנת הספיר האט געשריבן:כ"האב אמאל געזעהן דאכט זיך מיר אין שו"ת חת"ס בשם טיב גיטין אז איינער וואס הייסט שאול זאל מען רופען שואל אין נישט שאול ווייל איינער פין די מלכי כנען האבן געהייסען שאול
קרעמער האט געשריבן:דאכט זיך מיר האבן שוין אמאל געשריבן אז די VITAL סיינס מיינט סימנים פון לעבן, און דאס איז דער ווארט 'וויטאל'.
פשש א שיינער חידוש, כ'האב טאקע יעצט אויפגעקוקט ביי רביצין וועבסטער און יא, דער מקור פאר 'VITAL' איז אין לאטייניש 'לעבן' איי דאס זאגט דאך דער לעמבערגער רב, אבער ביז צו קרעמער'ס פשט האב איך געמיינט אז דאס ענדערש מיט אראביש (ר' חיים ויטאל האט מיר געשיינט מער ספרדיש) אבער היצט זעה איך אז דאס איז פון לאטייניש און עס שטימט מיט דעם וואס דער באבובער רב זאגט אז ר' יוסף וויטאל אבי ר' חיים איז געווען פון קאלבאריע, איטאליע.
ודו"ק כי נכון הוא בס"ד.
אויף דער נאמען פין רבנו "וידאל" קרשקש (חידושי הריטב"א על מסכת גיטין איז פין אים און בטעות נתייחס געווארן צום ריטב"א, אזוי אויך איז דא אויף מסכת כתובות) האב איך אמאל געהערט אז עס קומט אויך פין חיים אזוי ווי ויטאל, דער דל"ת מיטן טי"ת זענען זיך מתחלף, עס איז נאר אינטרעסאנט אז דער נאמען קרשקש (דוכט זיך אז עס איז א כינוי פאר יהודה ? ) איז געווען א משפחה נאמען אזוי ווי ר' חסדאי קרשקש, און ווידער פארקערט ווידאל איז געווען אן ערשטע נאמען, ווי די נאמען פינעם מגיד משנה מען זעהט אבער איבעראל אז מען האט אים גערופען אזוי
לגבי די נאמען וויטא ליגט מיר אין קאפ אז עס קומט אויך פין חי', ביי די נוב"י'ס משפחה האט זיך ארומגעדרייעט די נאמען, זיין ברודערס טאכטער מיט וועם עס איז פארגעגאנגען די באקאנטע פרשה פין אשלדב"ע אין נוב"י אה"ע ע"ה האט געהייסען וויטוש און דוכט זיך אז דער נוב"י'ס מאמע האט געהייסען חי'
אינטערסאנט איז אז אין שם הגדולים איז נישט דא קיין איין בן ציון דא איז דא מ"מ ווי אזוי מען שרייבט בן ציון דער קדושת ציון האט געהייסען בן ציון אלס סגולה? -------- אויזער ביי די מייערס (משפחת המרש"א הארוך) איז דא אשכזים וואס הייסען שם טוב? אין שם הגדולים איז דא 5 אלע ספרדיים ------- אין שם הגדולים איז אויזער ר עמרם גאון איז דא נור איין עמרם ר' עמרם חסידא ידידו פון חת"ס האט געהייסען נאך וועם? הרה"גה"צ ר' נתן געשטעטנער זצ"ל קלערט אז הרה"גה"צ ר עמרם גרינוואלד אבי הערוגת הבשם האט געהייסען עמרם נאך זיין פעטער ר' עמרם חסידא ----------- יום טוב אשכנזים מפורסמים פאר דעם תוס' יום טוב ? אין שם הגדולים דער איינציגער אשכנזי -- אויזער בן ציון , יום טוב , שם טוב און בת שבע נאך נעמען פון צוויי ווערטער ?
איז יום טוב און בן ציון איין נאמען פון צוויי ווערטער, איין נאמען און איין ווארט ווי בנציון יומטוב.., אדער צוויי נעמען. וואס בתקופת הראשונים כמעט ווי נישט עקזיסטירט.
דער נאמען טוב וואס מ'קאן פון רות, טרעפט מען עקסטער? אויסער שם טוב. ס'איז אויך געווען ר' יום טוב מפלנצ"י (מוזכר בתוס' זבחים עג) ר' יוסף טוב עלם פון תוס' האט געהייסן אויף פראנצויזיש Bon fils גוטקינד איז טוב עלם אן איבערטייטש. ציון עקסטער טרעפט מען ביי ספרדים.
אן אינטרעסאנטע מעשה האב איך אמאל געזעהן אז ווען ר' רפאל האט געבוירען זיין זוהן ר' ארי' (די טאטע פין ר' משה שמואל שפירא ר"י באר יעקב ומח"ס שערי שמועות) האט ער אים געוואלט געבן דעם נאמען ארי' לייב נאך זיין טאטע ר' לייבעלע קאוונער ווען דער נצי"ב איז געוואר געווארן האט אים עס געבאדערט וויל ער האט דאך געהייסען לייב (נפתלי צבי 'יהודה') האט אים זיין איידעם געזאגט אז דער לייב מיט דער לייב זענען צוויי זאכן ארי' טייטשט אויף יודיש לייב אבער לייב וואס מען לייגט צו פאר די נאמען יהודה קימט פין די לשון לויבען (אין די ליטווישע הברה הערט זיך עס ענדליך...) פין יהודה וואס איז דאך א לשון הודי' למעשה לויט ווי אזוי איך געדענק האט ער נישט געהייסען לייב (אין די פוסקים איז מיין איך יא אנגענימען אז עס קימט פין גור ארי' יהודה)
למעשה זעה איך אז אין אוצה"ח ברענגען זיי אן אנדערע גירסא אביסל, אבער אפאר תגובות שפעטער זעה איך ברענגען זיי אויך דעם חידוש אז לייב קומט פין לויבען, האב איך אביסל נאכגעזוכט, זעה איך אז דער נחלת שבעה שרייבט אין סימן מה אז עס קימט פין גור ארי' יהודה
אגב די לעצטע נאמען לאוב האב איך געהערט אמאל אז עס קומט נישט פין די לשון לויבען נאר פין לייב, ווייל זיי זענען זיך מתייחס צום מהר"ל
פייערמאן האט געשריבן: אגב די לעצטע נאמען לאוב האב איך געהערט אמאל אז עס קומט נישט פין די לשון לויבען נאר פין לייב, ווייל זיי זענען זיך מתייחס צום מהר"ל
איך זעה נישט דעם קשר פון ליווא צו לייב לויט ???? איז ליווא אן אלטער משפחה נאמען אויב אזוי פארוואס האט דער ברודער רבינו חיים נישט געשריבען ליווא ? אויף זיין מציבה זעה איך מישט דעם נאמען ליווא
אינטערסאנט איז אז אין שם הגדולים איז נישט דא קיין איין בן ציון ----------- יום טוב אשכנזים מפורסמים פאר דעם תוס' יום טוב ? אין שם הגדולים דער איינציגער אשכנזי -- אויזער בן ציון , יום טוב , שם טוב און בת שבע נאך נעמען פון צוויי ווערטער ?
לגבי בן ציון, טרעפט מען שוין די נאמען אין די גמרא אין קידושין דף ע. 'משפחה בית הצריפה היתה בעבר הירדן וריחקה בן ציון בזרוע', אין גליון איז דא א גירסא 'וריחקוה "בני ציון" בזרוע', אבער אין מס' עדיות - די מקור פין די גמרא - שטייט אויך בן ציון.
לגבי יום טוב האט מען שוין דערמאנט דא אפאר, נאך איינס איז רבינו יום טוב בר' יצחק, תלמיד פין רבינו תם, פין די קדושי יארק.
לגבי נאך נעמען פין צוויי ווערטער, ראה מס' סופרים פ"ה ה"י, ידיד - קה, פוטי - פרע, ועוד (וראה עוד בגט פשוט סימן קכט)
דעוויס האט געשריבן:איז יום טוב און בן ציון איין נאמען פון צוויי ווערטער, איין נאמען און איין ווארט ווי בנציון יומטוב.., אדער צוויי נעמען. וואס בתקופת הראשונים כמעט ווי נישט עקזיסטירט.
די ספרי שמות גיטין זענען פיל דערמיט, לגבי בנציון האט שוין הרב קיקיון פריער אנגעצייכענט, ועיין עוד כאן בגט פשוט קכ"ה אות מב וגם בסימן קכט