אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר סקולען

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

אשכול כללי - ניגונים נוסחאות ומנהגים מחצר סקולען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

ווי פארשפראכן עפן איך בס"ד דעם אשכול וואו עס וועט ווערן אויסגעלופטערט אלעס ארום סקולענע ניגונים תנועות ועוד, ומכאן הקריאה יוצאת צו אלע ידענים צו מיטטיילן מיטן עולם זייערע ידיעות און צו די בעלנים וואס האבן אין באזיץ ריקארדינגס זאל ביטע מזכה זיין דעם עולם הצמאים.

דא איז א ליסטע פון עטליכע אשכולות וואו מרעדט וועגן סקולענע ניגונים און אלבומ'ס (סאיז זיכער דא נאך, אבער די אשכולות זענען געווידמעט איבער דעם).

דא האט איר א לינק צו דאונלאודן די ערשטע 3 אלבומ'ס אוצר ניגוני סקולען (וואס איז שוין געווען דא אויפן וועלטל)

דא איז א לינק צום כל מקדש ניגון וואס איך האב געלייגט אינעם כל מקדש אשכול.


ובזה החלי בעז"ה

כהאב ערגעץ געליינט אז די ניגון האט מחבר געווען דער טאטע פונעם אלטן סקולענער רבין זצ"ל, איז דאס קראנט ?
~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרונעס »

די ניגון האט מחבר געווען כ"ק אדמו"ר שליט"א
אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרונעס »

לויט א שמועס פון מרן אדמו"ר שליט"א ביי איינע פון די נסיעות קיין רומעניא, איז זיין זיידע בכלל נישט געווען קיין מחבר ניגונים, נאר די אלטע סקולענ'ער רבי זצ"ל האט באקומען די כח א מתנה פון הימל, עס טראגט עפעס א מעשה מיט זיך.
אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 853
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש דעצעמבער 05, 2015 2:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה מאשקאוויטש »

אז מ'רעדט שוין פון סקולענע ניגונים וואלט איך געוואלט מיטטיילן א מעשה וואס גייט אין צעזאמענהאנג מיט איינס פון די גאר באקאנטע סקולענע ניגונים, אבער די עפיזאד וואס ליגט דערינטער דעם הערליכן ליד 'בני אם חכם לבך ישמח לבי גם אני' - איז נישט אזוי באקאנט.

געווען איז עס ווען איינע פון דעם רבי'נס קינדער האבן געוואלט גיין לערנען אין א געוויסע ישיבה, אבער דער רבי שליט"א האט נישט געהאט קיין חשק און האט דייקא געוואלט אז ער זאל גיין לערנען אין א צווייטע ישיבה (ישיבת ריזין) - דאן, ווען דעם רבי'נס זון איז אין ענדע געגאנגען לערנען ווי די ווילן פון זיין טאטע'ן, האט דער רבי פארפאסט דעם הערליכען מעדאליע ביים געזעגענען, ווי זאגענדיג 'קינד מיינע, ווען מען הערט צו א טאטענ'ס קול - ישמח לבי גם אני'...

נאך א טיפישע געשיכטע וואס ליגט באהאלאן אונטער איינס פון די טויזענטער ניגונים
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...
אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרונעס »

די ניגון "טרייסט מיין פאלק" וואס מען זינגט אין סקולען שבת נחמו

טרייסט מיין פאלק! טרייסט מיין פאלק!
טרייסט מיין פאלק - זאגט דער ליבער גאט.
גענוג געווייטאגט און געבלוטיגט,
האט ירושלים מיין הייליג שטאט!

אין דער מדבר שרייט א שטימע,
שפאלט די פינסטערניש פון נאכט.
פארשוואונדן זאלט איר בערג און טאלן,
פאר גאט'ס מאיעסטעט און מאכט!

עס גייט דער הערשער פון די וועלטן,
צו ישראל, זיין טייער קינד.
ברענגט אים חסד, ברענגט אים רחמים,
ברענגט אים מחילה אויף זיינע זינד.

טרייסט מיין פאלק! טרייסט מיין פאלק!
האט געזאגט דער ליבער גאט.
איך וועל באגיסן מיט גליק און פרייד,
ירושלים מיין הייליג שטאט!
אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרונעס »

כ'האב אפירגעזוכט דעם ניגון
https://www.dropbox.com/s/cmqn0mdtlljym ... 7.MP3?dl=0
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3077
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

אוצר ניגוני סקולען
7187519744
אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרונעס »

[b]ניגון הרגש, פני אלי
https://www.dropbox.com/s/idco266069op66k/5.1.mp3?dl=0
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אה, סקולען... האסט אנגערירט א האקעלע סטרונע ביי מיר...

וואס כ'דערמאן זיך אויפ'ן פלאץ, איבער די היסטאריע פון די וועלט באקאנטע 'יודע בגוים' וואס איז אויפגעכאפט און ווערט געזינגען שוין פאר צענדליגע יארן איבער די גאנצע וועלט, און פארלירקט נישט איר טעם און געשמאק.

עס איז געווען אין די שווערע יארן, ווען דער רבי זצ"ל איז נאך געווען איינגעשפארט אין ראמעניע אונטערן אייזערנעם פארהאנג.

די קאמוניסטישע רעגירונג האט זיך דאן דערזעהן אונטער א דרוק פון די דרויסנדיגע פרייע וועלט איבער די שוועריגקייטן וואס די יודן אין די קאמוניסטישע לענדער זענען אדורך געגאנגען, און זיי האבן ארגאניזירט א גרויסארטיגע 'מלוה מלכה' מסיבה, וואו זיי האבן איינגעלאדנט אלע רבנים און פערזענדליכקייטן פון צווישן די יודן, און אויך פארשידענע חשובים פון אויסלאנד, און דאס האט געדארפט דינען אלס א פראפעגאנדע מיטל צו ווייזן פאר די וועלט ווי גוט די יודן געפינען זיך דארט.

זייער פלאן האט זיך גאנץ פיין אויסגעארבעט, ווען די רבנים וואס האבן אויפגעטרעטן האבן ווי פארשטענדליך געטון דאס וואס מ'האט ערווארטעט פון זיי, און גערעדט אין שבח פון די רעגירונג, ווי גוט מ'באהאנדלט זיי, וכדו'.

ווען מ'האט געהאלטן שוין טיף אינמיטן די פארזאמלונג, איז דער רבי זצ"ל אנגעקומען, נאכ'ן פראווענען א גרויסארטיגן של"ש אזוי ווי יעדע וואך..
די רשעים האבן נישט געקענט פארשטיי פארוואס די אלע הויכגעשעצטע רבנים געבן אפ אזוי פיל כבוד פאר דעם אומבאקאנטן, איינגעדארטער יודל, וואס קומט זיך דא אן אזוי שפעט.

שפעטער האט מען מכבד געווען דעם רבי'ן צו זאגן אפאר ווערטער. דער רבי, ברוב חכמתו, האט זיך אנגערופן אז א רעדנער איז ער נישט, אבער ער וועט זינגען אנשטאט א ניגון וואס ער האט ספעציעל מחבר געווען לכבוד די מאורע.

און אזוי האט דער לבבן של ישראל זיך אויפגעשטעלט, און אראפגעזינגען פארנט פוןנעם גאנצן עולם, פון הארץ ארויס, דעם 'יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך...

ווען די רשעים זיצן אויך דארט אין פארשטייען נישט קיין איין ווארט וואס ער זינגט. (אנדערש ווי די רעדעס וואס האבן געדארפט געגעבן ווערן בשפת המדינה)

די פעולה האט עושה רושם געווען, און די געסט פון אויסלאנד האבן שוין איינמאל פארשטאנען וואס ער וויל דא.. און זיך גענומען נאך מיט מער אייפער ווי פריער ארויסצו העלפן און שתדל'ען פאר די יודן בעמק הבכא.

איז די קומענדיגע געלעגנהייט וואס איר זינגט דעם ניגון, פרובירט אייך אריינצו לייגן און שפירן דעם מצב אין וואס דער ניגון איז נתחבר געווארן, אטון איר וועט שפירן אן אנדערן טעם אין דעם ניגון...
אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרונעס »

די סקולענע רבי זצ"ל האט זיך ביי א געלעגענהייט אויסגעדריקט, אז די תנועה ווי מען שרייט אינמיטן "אנקת אסיר" ברענגט ארויס די טיפע ווייטאג פונעם איינגעשפארטן,
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

טאקע פארגעסן צוצולייגן.

אויב געדענק איך גוט האט ער געזאגט אז די תנועה קען נאר זינגען דער וואס איז איינגעשפארט און שפירט באמת דעם 'אנקת אסיר'...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קוקט נאר אריין אביסל אינעם תהלים "נועם אליעזר" צו זען ווי די ניגונים מיט די טייטשן גייען געקניפט און געבינדן, מתו"ק מדבש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שואל כענין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 07, 2014 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואל כענין »

דוד משה האט געשריבן:
דא האט איר א לינק צו דאונלאודן די ערשטע 3 אלבומ'ס אוצר ניגוני סקולען (וואס איז שוין געווען דא אויפן וועלטל)




די לינקס ארבעטן נישט קען דאס איינער אריבער לייגען???
יישר כח
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

איינער האט אפשר די ליריקס פון די יודישע שבת ניגון?

דאס האט דער רבי מחבר געווען דאכצעך פאר די קינדער אין זיין קינדערהיים אין ראמעניע
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

אויך דא א יודישע ניגון (כ'געדענק נישט וועלכע) וואס דער רבי האט פארפאסט ספעציעל פאר א כשר'ע שפיל וואס די קינדער האבן געמאכט (אויך אין ראמעניע נאך)

איינער ווייסט פון וואס איך רעד?
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

באקומען אין אישי פון איינער פון די חשוב'ע חברים לגבי די מעשה פון 'תבוא לפניך'

קוק אין די געדריקטע תולדות (געדענק נישט דעם נאמען געווען געבארגט)
דער גאסט איז געווען א טשיף ראביי (שו"מ געדענק איך נישט)
וואס איז געווען בידידות מיט U.N. Secretary-General - Dag Hammarskjöld.
און דאס האט געהאט א סך געהאלפען מיט די הצלה
Eventually, through the intervention of United Nations Secretary-General Dag Hammarskjöld, the two were freed in the spring of 1960



מיר דאכט זיך אז דער ספר הייסט לבבן של ישראל (אדער עפעס ענדליך)
אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שמואל לעמברגער »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איינער האט אפשר די ליריקס פון די יודישע שבת ניגון?

דאס האט דער רבי מחבר געווען דאכצעך פאר די קינדער אין זיין קינדערהיים אין ראמעניע


דא האט איר:

דער שבת קודש קומט
ער איז דאך פון ג-ט באשטימט
צו קומען אין דיין הארץ און דיין נשמה
דיר צו ברענגן א גאנצן נחמה

נעם אים אויף פאר דעם חשובסט'ן גאסט
מיט אלעם'ן וואס דו האסט
רוה אין אים און פארשוועך אים נישט מיט געשעפט און מלאכה
וועט דיר דערפאר ג-ט בענשטען מיט פיל ברכה

געדענק דעם שבת צו הייליגען
מיט אים דיין נשמה צו פאראייביגן
שטיי אויס דעם נסיון דעם שבת צו היטען
וועט דיר דערפאר ג-ט בענשטען מיט אלעם גוטען

די זכות פון שבת קודש איז זייער גרויס
ער לאזט זיך דאך אייביג נישט אויס
און אז די וועסט דעם שבת רוען
וועסטו דאך א גאנצן וואך אויפבליען

געבענטשט וועסטו ווערן פון מקור הברכה
מיט שפע ברכה והצלחה
עס וועט דיר תמיד זיין גוט און וואויל
אז די וועסט נישט מאכן פון דעם שבת חול

צו אלע וואונדען איז דער שבת א רפואה
צו אלע צרות א ישועה
אוועק אלע פינסטערנישען פאר דעם שבת ליכט
פאר זיין הייליגן געזיכט

נעם דעם שבת און הארץ אריין
וועט דיר ליכטיג און פרייליך זיין
וועסט דערלעבן די ישועה פון כלל ישראל
ובא לציון גואל

https://www.dropbox.com/s/72t8kgfqdxs9c ... 3.mp3?dl=0

קרעדיט פאר הרה"צ יענקל פאטאש וואס האט געשריבן די גאנצע ליד און האט געברענגט די לינק אין "אידישע ניגונים" אשכול.
א גרויסע יישר כוח נאכאמאל !
איך האב געמיינט אז ס'וועט זיין גוט אהער ברענגען דאס...
אוועטאר
דוד משה
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 01, 2013 4:04 pm
לאקאציע: געשטראנדעט צווישן מעיזשאר און מיינאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משה »

~ פארוואס האסטו פיינט דער וואס האלט אנדערש ווי דיר? ~
וויאזוי ארויפצולייגן א לינק
אוועטאר
אברהם שמואל לעמברגער
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:04 pm
לאקאציע: מונקאטש, אונגארין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שמואל לעמברגער »

דוד משה האט געשריבן:די אלבום שבת אין סקולען - אוי אוי אוי שבת
געווען דא

א גרויסע יישר כוח!
למעשה איז די אלבום "ברוך ה' אשר נתן מנוחה", די אלבום "אוי אוי אוי שבת" איז אן אנדערע אלבום.
איך האב עס שוין, וועגן א פאר פראבלעמען ביי מיין דראפבאקס קען איך נישט ארויפלייגן א לינק, אויב איינער קען ארויפלייגען א לינק פארן עולם ס'וועט ברענגען א שיינע תועלת.
א יישר כוח פון פאראויס!
לעצט פארראכטן דורך אברהם שמואל לעמברגער אום דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 7:00 am, פארראכטן געווארן 4 מאל.
hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 27, 2015 10:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hamenagen »

אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:די אלבום שבת אין סקולען - אוי אוי אוי שבת
געווען דא

א גרויסע יישר כוח!
למעשה איז די אלבום "ברוך ה' אשר נתן מנוחה", די אלבום "אוי אוי אוי שבת" איז אן אנדערע אלבום.
איך האב עס שוין, וועגן א פאר פראבלעמען ביי מיין דראפבאקס קען איך נישט ארויפלייגן א לינק, אויב איינער קען ארויפלייגען א לינק פארן עולם ס'וועט ברענגען א שיינע תועלת.
א יישר כוח פון פאראויס!

https://www.dropbox.com/s/wvssjmlmgr6k3 ... e.zip?dl=0
אוועטאר
סטרונעס
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרונעס »

עס איז דא א ניגון אויף די ווערטער 'האירה פניך על עבדיך' וואס סקולענע רבי שליט"א האט געמאכט אין תפיסה
ער האט פארציילט אז אינמיטן איינע פון די אויספארשונגען, האט דער רשע אים דערלאנגט א פאטש אין פנים, אין יענע רגע איז אים בייגעפאלן די תנועה,
אמאל האט ער צוגעלייגט אז מן הסתם איז געליגען עפעס א ניצוץ הק' פארווארפן אין דעם גוי, און ווען ער האט באקומען די פאטש איז עס צוריקגעקומען צו די קדושה דורך א ניגון.
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

די 'לכה דודי' און 'לא תבושי' אין סקולען איז אלס די זעלבע, אדער ס'טוישט זיך מפעם לפעם?
קנאק יאנקעל
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 4:04 pm

אלבום "אוי אוי אוי שבת"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאק יאנקעל »

hamenagen האט געשריבן:
אברהם שמואל לעמברגער האט געשריבן:
דוד משה האט געשריבן:די אלבום שבת אין סקולען - אוי אוי אוי שבת
געווען דא

א גרויסע יישר כוח!
למעשה איז די אלבום "ברוך ה' אשר נתן מנוחה", די אלבום "אוי אוי אוי שבת" איז אן אנדערע אלבום.
איך האב עס שוין, וועגן א פאר פראבלעמען ביי מיין דראפבאקס קען איך נישט ארויפלייגן א לינק, אויב איינער קען ארויפלייגען א לינק פארן עולם ס'וועט ברענגען א שיינע תועלת.
א יישר כוח פון פאראויס!

https://www.dropbox.com/s/wvssjmlmgr6k3 ... e.zip?dl=0


איז אפשר שייך צובאקומען דעם אלבום קאווער?
hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 27, 2015 10:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hamenagen »

סקולענער רעקורדס/טעיפס/סידי׳ס וואס זעהען ערשינען דורך די יאהרען
א) אודך ה׳ אלוקי-חזן דוד ווערדיגער ע״ה-אדרת
ב) עץ חיים היא-חזן דוד ווערדיגער ע״ה-אדרת
(די צוויי זענען ארויס נאך בחייו פונעם סקולענער רבי זי״ע)
ג)ברוך ה׳ אשר נתן מנוחה- שבת בחצר סקולען-הרב מנחם קליין/משה לאופר
ד)שירו לה׳ שיר חדש-הרב ברוך אייזענברג ע״ה/נחמן קליין
ה)פדה בשלום נפשי-יודא בנימין שטרולי
ו)אוי אוי שבת-בן ציון קליין/יעקב יוסף בלעך/שטרולי
ז)השיבה לי-אביש בראדט- יוחי בריסקמאן
ח)הגומל-יוסף משה כהנה -לחיים
ט)נועם-יששכר גוטמאן-נפתלי משה שניצלר

אויך איז דא פארשידענע פנימי רעקורדינגס אין טעיפס פון מסיבות א.ד.ג
hamenagen
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 27, 2015 10:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך hamenagen »

סקולענער רעקורדס/טעיפס/סידי׳ס וואס זעהען ערשינען דורך די יאהרען
א) אודך ה׳ אלוקי-חזן דוד ווערדיגער ע״ה-אדרת

http://faujsa.fau.edu/jsa/collection_mu ... tion_album
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”