א חידוש אין וויסטע DONT GIVE UP ON VISTA

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

איש חסיד

א חידוש אין וויסטע DONT GIVE UP ON VISTA

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

געוואלדיג א USB אנשטאט RAM
ווי באקאנט א מאנגל אין RAM איז רוב מאל די סיבה פאר א אימסטאבילע קאמפיוטער ווייל די קאמפיוטער מיז ניצען די הארד דרייו
וואס פארשטייטערט די קאמפיוטער
און צי צילייגן RAM איז נישט קיין גרינגע זאך און זייער טייער
האבעך נעכטען אויסגעפונען אז וויסטע האט א פיעטשער וואס ריפט זיך ReadyBoost
מלייגט אריין א פלעש דרייו פארשטייט זיך א שנעלע אויב נישט איז עס דאך גארנישט בעסער פין די הארד דרייו

אז איינער וויל עס ניצען אויף למעשה זאל ער זיך בעסער נאכפרעג

דאונט גיוו אפ אן וויסטע
אלץ-ווייסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלץ-ווייסער »

אלס א לאנג יעריגער נוצער פון וויסטע, קען איך אייך זאגן אז ס'איז א דורכפאל פון אן אפעראציע סיסטעם.
אבער די נייע SP1 לאטע פאר וויסטע, איז א געוואלדיגע דורכברוך פאר דעם צעקראכטן אפעראציע סיסטעם
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

א צובראכן וואגן פאררעכט מען, א טויטן פערד שענקט מען דעם פריץ.

(א ציטאט וואס איז פאבריצירט געווארן דורך מיר, איך און כבודי אליין יעצט, בשעת מעשה, ביים שרייבן אט די צושטויבטע ווערטער).
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

איש חסיד זאגט דא א מורא'דיגע זאך און מען פארדרייט דא דעם שמועס

איך האב הערשט צוויי וואכן צוריק געהערט דערפון פון א באקאנטן א פראגרעמער (פאר געלט) און ער האט דאס שוין געטוהן ביי זיך

דהיינו, אז מען נעמט א 2GB USB אדער מער צו ווייניגער און אנשטאט עס צו נוצן אלס א מעמארי הארד דרייוו, שטעלט מען עפעס אן דארט און ער ווערט וויי א צוויי גיג רעם - הפלא ופלא

א יו. עס. בי. פון צוויי צו פיר גיגלעך איז היינט זייער א ביליגע זאך, און אז איינער דא קען נעמען די טירחא און אויסלערנען דעם עולם וויאזוי מען טוט דאס, זכות הרבים תלוי בו

איך מיין אבער אז עס ארבעט אויף XP אויך (איך האף אזוי)
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

סאיז זייער פשוט צי טון און וויסטע סאיז איינע פון די AUTO PLAY אפטשאנס, וואס קומט ארויף אויב ווינדאוס האלט אז עס קען געניצט ווערן פארדעם,
וואס איך ווייס נישט איז וואו שנעל די USB דארף זיין אז עס זאל אויפטון עפעס מערקבאר.
ווען איך וועל עס האלטן ביי טוהן וועל איך דורכטון, ביזדערווייל גיב איך זיך א עצה מיט 2GB RAM
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

וואס דארף איינער מער פון צוויי גיג רעם?
אפילו איך עפן אויף אלע פראגראמען וואס איז נאר פארהאן אויף מיין כלי קום איך נישט צו עטוואס מער פון א גיג רעם, איז דאס געזאגט געווארן לימות המשיח?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך נוץ אין מיין וויסטע א 2 גב רעם און "ס'סאטקט אוועק" !!!!!

דו האלטסט אז מיט 4 גב וועל איך געהאלפן ווערן ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

וויסטע האט עפעס א נייע פיטשער סריפט זיך דאכט זיך מיר סופער פעטש [אן א פינטל] דאס מאכט עפעס אז עס לייגט א גרויסע חלק פון די פראגראם אין די מעמארי קעטש
פאר שנעללערערע עקסעס קלאמפיש, (דאכט זיך מיר אז מען קען עס דיסעיבלן) סאו עס ניצט אסאך מער מעמארי חוץ פון די גרעפיגס און נאך אסאך נייע פיעטשערס וואס ניצען מער מעמארי,
אויב האסטו נאר איין גיג זאלסטו נישט אפגרעיטן צי וויסטע בשום אופן ווייל סוועט אפילו נישט סאקען..
סאו צום פאונט וואס מער RAM איז בעסער ווייל אזוי וועט די CACHE האבן ווי צי גיין,
אויב די CACHE האט נישט וואו צי גיין דארף ער אלע אינפאו ארויסנעמען און אריינלייגען פון די הארד דרייו וואס איז זייער א שטייטע דרייו וועגן דעם זאג איך דווקא א שנעלע USB
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

די איידיע פון ניצן מעמארי פון א יועסבי, איז עלטער פון די וויסטע משוגעים; ס'איז שוין דא אזא פראגראם פון א קאמפאני וואס ארבעט מיט עקס-פי. מייקראסאפט האט נאר גע'גנב'עט די איידיע פון זיי, אזוי ווי זיי האבן גע'גנב'עט דעם "ראן/סוירטש" קאמבינאציע פון מעקינטאש, אדער בראוזער טעבס אין IE7 וואס זיי האבן גע'גנב'עט פון פייערפאקסי אדער פון מעקסטאן.
An article a day keeps the babies away
ליפא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2007 2:22 pm
לאקאציע: מחשובי אנ"ש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפא »

מאשקע שכוח, א נאמען ביטע
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

תיקון טעות: כ'האב יעצט געפרעגט יענעם וואס האט מיר עס געזאגט, און ער געדענקט נישט אזא זאך. קוקט אויס אז מיין מח האט ערגעצוואו אויפגעכאפט פאלשע אינפארמאציע.

מיט אנטשולדיגונג.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

מיין לעפ-טאפ האט וויסטע עס איז פשוט א שרעק ווי שוואך דער סיסטעם איז. געוויסע נייע אויפגעקומענע פיעטשערס זענען אזוי נישט צום הארצען אז עס ווילט זיך פשוט נישט ארבעטען.
מיין עצה צו די אלע וואס טראכטען פון סוויטשען, דאונט סוויטש. xp איז א נחת
א פשוטע יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א פשוטע יוד »

וויפיל גיג רעם האסטו?
ווייל איך טראכט צו טוישן
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אויף א זאך וואס איך האב שוין איז שייך צו זאגן דאנט גיוו אפ אבער א זאך וואס איך קאנסידער צו קויפן... קאם אן...
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
אזוי איז די מעשה
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 11, 2008 5:14 pm
לאקאציע: הונטערן שטויביגן קארפעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי איז די מעשה »

וויאזוי מאכט מען דאס אויף XP?
אלטע נייעס קען אויך אמאל זיין אינטערעסאנט
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

עס איז א נייע זאך אויף וויסטע, אבער עס איז דא א פראגראם וואס קען עס מאכן אויף עקס פי http://www.eboostr.com
חיים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים »

אין די איךדישע וועלט פון היינט איז געווען באריכטעט אז פון היינט אנגעהויבן וועט מייקראסאפט מער נישט פארקויפן xp, זיי ועלן פארקויפן נאר וויסטא טראץ די אנגעווייטאגטקייט פון קאמפיוטער באנוצערס www.ivelt.com
אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאז געמאכט »

איש חסיד האט געשריבן:עס איז א נייע זאך אויף וויסטע, אבער עס איז דא א פראגראם וואס קען עס מאכן אויף עקס פי http://www.eboostr.com


נו ווער האט א שפאלט פאר דעם?
אן קיין שפאלט איז עס נישט ווערט גארנישט...
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

איך האב געניצט וויסטע ביז א פאר טעג צוריק, איך האב נישט געהאט קיין פראבלעמען מיין קאמפיוטער האט געארבעט שנעל און אלעס איז געווען פיין, יעצט האב איך געטוישט צו ווינדאס XP. קען מיר איינער זאגען וואסערע פראבלעמס וויסטע מאכט ??
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

איך פארשטיי נישט אז אלעס איז געווען פיין פארוואס האסטו צוריק געטוישט.
וויסטע מאכט פראבלעמען פאר עלטערע הארדווער ווייל וויסטע דאף האבען א שטערקערע פערדל עס צו שלעפן אויב ניצט מען א שוואכע פערד פאלט ער אינטערן לאסט
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

איך האב געהאט עפעס א געוויסע פראבלעם די קאמפיוטער איז געווארען ציבראכען ווען איך האבעס געטראגען פיקסען האט ער מיר ארויסגענימען וויסטע אין געלייגט XP פארשטייסט ? (יעצט דארף איך מחליט זיין צי איך בלייב מיט XP אדער איך טויש צוריק ) ווילעך וויסען וואס איז בעסער
שרייב תגובה

צוריק צו “ווינדאוס און מעק”