זעענדיג אז די ציבור איז שטארק פאראינטערסירט אין די נושא פון ביטקוין, האב איך מיך גענומען די פאר מינוט ארומצונעמען די נושא עד היכן ידי (ונערווען) מגעת.
פאר מ'הייבט אן דארף מען פארשטייט זיך מודיע זיין פאר די וואס ווייסן נאכנישט וואס ביטקוין איז.
אין קורצן: א ווירטואלע וואלוטע, וואס מ'באנוצט זיך (כמעט) בלויז אויף די אינטערנעט.
היסטאריע פון ווירטואלע וואלוטע, און די גרינדונג פון ביטקוין בשנת תשנ"ח לפ"ק האט א מענטש מיטן נאמען Wei Dai אנגעטראגן א געדאנק אז מ'זאל פראדוצירן עלעקטראנישע געלט וואס זאל זיין ריין פון יעדע אוטאריטעיט.
העכער 10 יאר שפעטער, בשנת תשס"ט לפ"ק, איז איינער אונטערן ניק "סאטושי נאקאמאוטאו" ארויסגעקומען מיט דעם אלעמען באקאנטן ביטקוין. סאטושי האט פארלאזט דעם פראיעקט (אדער געטוישט ניק...) התחלת שנת תשע"א, ער האט נישט איבערגעלאזט צופיל שפורן פון זיך, וואס אין רעזולטאט איז ארויסגעקומען פולע פראגן, ווי למשל, אויב איז עס לעגיטים, פארוואס באהאלטסטו דיך? (פרעג נאר נישט די שאלה פון איינע פון די איי'ניק'לעך.... אונז האבן וואס צו ענטפערן....)
די אידענטיטעיט פון דער וואס איז אויפגעקומען מיט ביטקוין איז פונקט, אדער כמעט אזוי פארהוילן ווי דער וואס איז אויפגעקומען מיט פאפיר....
ווער קונטרולירט ביטקוין? קיינער איז נישט בעה"ב דערפון! פונקט ווי קיינער איז נישט די אויסשליסליכע בעה"ב פון די טעכנעלאגיע אונטער אימעיל. דהיינו, פונקט ווי גוגל אדער יאהו האבן זייער אימעיל סערוויס געבויט אויף א געוויסע מהלך, אזוי קען יעדע דעוועלאפער מאכן זיינע אייגענע ביטקוינס. נישט ממש אייגענע ביטקוינס, נאר ער נוצט די עצם סופטווער פון ביטקוין, און שפילט זיך ארום דערמיט אביסל ארויף אביסל אראפ, אבער די יסודות איז אויפן זעלבען מהלך. (צום משל: גוגל באנוצט זיך מיט
די אימעיל מהלך.) און פונקט ווי יעדע אימעיל באנוצער וועהלט זיך אויס וועלכע סערוויס צו נוצן [גוגל, יאהו], אזוי וועהלט זיך יעדע ביטקוין באנוצער וועמענס סופטווער צו נוצן פארדעם.
ווי אזוי ארבעט עס? אלץ א באנוצער איז עס נישט צופיל אנדערש ווי פעיפעל אדער גוגל בערזל. און פון אונטער די קוליסן טוט די קאמפיוטער גיין צום 'לעג'ער', גערופן
בלאק טשעין. די לעג'ער ענהאלט אלע טראנזאקציעס צו וואלידעיטן די ווארהייט פון דעם ספעציפישען ביטקוין. ס'ארבעט בערך אזויווי ווען דו מאכסט א פעימענט אויף גוגל בערזל אדער פעיפעל וואס די קאמפיוטער מאכט זיכער אז די אקאונט עקזיסטירט. די חילוק איז נאר אז ביי פעיפעל ברויך ער זיכער מאכן אז די אקאונט האט די נויטיגע סכום געלט, משא"כ ביי ביטקוין טשעקט ער די געלט אליין צו ס'איז בעין.
נאכן זעהן (בערך) ווי אזוי ביטקוין ווערט באנוצט, לאמיר אריבערגיין צו די עקענאמישע חלק דערפוןווי אזוי ווערט נולד ביטקוינס? פונקט ווי מ'גראבט גאלד די מינער ווי זיי האלטן זיך אויף, אזוי גראבט מען ביטקוינס אין די מינער ווי זיי האלטן זיך אויף....
עה, נישט ממש, די מינע גרוב פון ביטקוין איז בס"ה א ווירטואלע גרוב וואס גיבט ביטקוינס פאר אלע וואס געבן צושטייער פאר די ביטקוין קומיוניטי, ווי למשל פארזיכערן די נעטווארק קעגן אומגעוואונטשענע געסט, וכדו', און אלץ אויסטויש פאר זייער שווערע ארבעט ווערן זיי באצאלט דורך ביטקוינס.
ביטקוינס ווערן פראדוצירט אין א פיקסד רעיט, [כעת 25 פער מינוט] אזוי ארום אז כל הקודם זכה, דאס הייסט, אז ווי מער מינע גרעבער [-קאוד שרייבער] ס'איז דא, אלץ ווייניגער זענען די שאנסן אז דו זאלסט עפעס באקומען.
פארוואס האט ביטקוין א שוויות? יעדע וואלוטע, האט א שוויות וויבאלד מענטשן טראסטן אין דעם, ס'איז א זאך וואס מענטשען ווייסן אז זיי גייען קענען נוצן פאר ווייטערדיגע טראנזאקציעס.
פארוואס מענטשען טראסטן דעם דאללער? אדער וועגן די גאלד וואס איז (כלומר'שט) אוועקגעלייגט לכבוד דעם, אדער צוליב די נכסים (-פראפערטיס) וואס דער וואס host דעם ספעציפישען דאללאר. ביטקוינס טראסט קומט ווייל ס'איז דא עפעס ארבעט אינוועסטירט אין דעם! ס'איז נישט סתם געשאסן, ס'האט א לימיט וויפיל ס'איז דא, און פארטיג. (איך פארשטיי נישט פונקטליך פארוואס דאס האט טראסט, אבער דאס איז עס. היינטיגע דורות.... אויב קענסטו מרחיב זיין את הדיבור, זיי מגיב).
וואס איז מחליט וואס די האסט פרייז פון ביטקוין זאל זיין? די פרייז פון ביטקוינס ווענדט זיך אין די סופליי אין דימענד. דהיינו, לויט די פארלאנג וואס איז דא אויף דעם, און לויט וויפיל ביטקוינס ס'איז דא צו באקומען, (ווי שוין ערווענט פריער, האט ביטקוין א לימיט וויפיל ס'איז דא אין סירקולאציע) און וויבאלד ביטקוין איז א קליינע מארקעט (פארגלייכענדיג עס מיט וואס עס וואלט געקענט זיין) רוקט זיך די שוויות דערפון גאר שנעל, ווי מ'קען זעהן אין די בייגעלייגטע בילד.
איז ביטקוין לעולמי עד? ניין. פונקט ווי אין די פארגאנגענהייט זענען וואלוטעס אונטערגעגאנגען, אזוי קען ביטקוין אויך אונטער גיין.
לאמיר א מינוט אריבערגיין און אנקוקן ביטקוין פון א לעגאלע שטאנדפונקט איז ביטקוין לעגאל? קען עס ווערן רעגולירט? כעת, איז ביטקוין לעגאל אין רוב מדינות איבער די וועלט, רעגולאציעס פון עטליכע יוראדאקציעס פרובירן צו רעגולירן די באנוץ פון ביטקוין, ווי למשל די פאראייניגטע שטאטן טרעז'ורי דיפארטמענט האט ארויסגעשטעלט עטליכע מניעות אויף סיי וואס פארא ווירטואלע וואלוטע.
__
כעת האב איך יוצא געווען מיט דעם, אפשר ווען איך וועל האבן צייט [לייען; נערווען] וועל איך אויך אראפשרייבן די פרטי וויאזוי די גרובן גייט צו, ווי אויך נאך פרטי ארום דעם.
פארשטייט זיך אז איך וויל זעהן צו די עולם איז בכלל אינטערסירט דערין.
...