דער גרויסער טאג - פייערפוקס 3

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

יאהאן וואלפגאנג

דער גרויסער טאג - פייערפוקס 3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

דער היינטיגער טאג, יוני 17, איז באשטימט געווארן אלס Download Day 2008 - א טאג אין וועלכע עס וועט פרובירט ווערן צו ברעכן א וועלט רעקארד פון די מערסטע "דאונלאודס" אין איין טאג מיטן ארונטערלאדענען דעם פייערפוקסל פראגראם צו ווי מער קאמפיוטערס איבער די וועלט.

ווער עס נוצט פייערפוקס, ווייסט דאך שוין די אלע מעלות טובות פון דעם "בראוזער" פראגראם און ברויך נישט מען זאל אים מער ערקלערן. ווער נישט, האט היינט די געלעגענהייט צו ארונטערלאדענען דעם דריטן, אויפגעפרישטן, ווערסיע און זיך אליין איבערצייגן אז קיין בעסערע פראגראם צו סורפירן (קרעדיט: דער שטערן) קען נישט זיין.

אלזא, קרעטשמע איינוואוינער, לאדנט ארונטער דעם פראגראם, און גיבט איבער פאר אייערע פריינט צו טון דאס זעלביגע.

לאדנט אראפ דעם פוקסל
וואס וויסטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס וויסטע »

כבר פרובירטי (און איך האב שוין פורבירט) דעם בראזער פארשידענע סייטס ארבעטן נישט געהעריג דערמיט ע"כ האב איך עס געשיקט ווי די שווארצע פעפער וואקסט
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

איך וואלט זייער געוואלט הערן וועלכע סייטס האבן נישט געארבעט ווי געברויכט.
וואס וויסטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס וויסטע »

ספרינט דאט קאם האב איך נישט געקענט סוויטשן פון איין נאמבער צו די אנדערע (קען זיין היינט איז שוין אנדערש ווייל ספרינט האט גענצליך איבערגעמאכט זייער סיסטעם)

די ווידיא'ס פון איי וועלט האב איך געדארפט זוכן עפעס א ספיצעלע פראגראם זאל אים העלפן באקומען די ווידיא'ס

ועוד הרבה

אבער מער פון דעם, וויבאלט איך האב שוין געוויסט אז אפאר זאכן איז מעגליך אז עס ארבעט פשוט נישט מיט פייערפאקס האב איך ביי יעדע קליינע פראבעלם צוריק געלאפן צו איי אי פרובירן אויב ס'ארבעט בעסער בין איך א גאנצן טאג געווען ביזי טעסטן פייערפאקס... נו מה לי ולצרה הזאת...
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

איך ווייס נישט, ביי מיר ארבעט אלעס הפלא ופלא, און איך בין זייער זייער צופרידן דערמיט. אפילו אויב עס זענען דא עטליכע סייטס וואס זענען נאך נישט אזוי איי איי איי, איז נאך אלץ ווערט צו פרובירן די אלע מעלות וואס פייערפוקס טוט פארמאגן.

אדרבה, לאדנט עס ארונטער און פרובירט. איר קענט עס אלעמאל אויסמעקן.
וואס וויסטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס וויסטע »

ווי לאנג נוצטו עס שוין? איך האב עס פרובירט א לאנג צייט צוריק קען זיין היינט איז שוין בעסער
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

איך ניץ'ס שוין דריי יאר סיז ריזיג!
כ'האב טאקע סייטס וואס ארבייט נאר מיט איי אי סאו אידא א עקסטענשין וואס הייסט IE TAB אין עני סייט וואסע ארבייט נאר מיט IE געביך א רייט קליק אין איך ס'לעקט IE TAB אין היידא מיין טעב ווערט IE
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

שכוח קאר אינשורענס
איך האב געניצט פייערפאקס סאיז מוראדיג און יעצט די 3טע אסאך בעסער, אבער די פראבלעם אז נישט אלע סייטס ארבייטן די בעסטע האט מיר נערוועז געמאכט,
מיט IE TAB איז ממש אמחיה כגעב די דיירעקט לינק וואל איך האב עס לאנג געזיכט און סאיז נישט ארויף געקומען https://addons.mozilla.org/en-US/firefox/addon/1419

איך ווייס נישט פארוואס איינער זאל ניצען IE7 עס איז געפערליך שטייט, איך וועל ציטורן א שטיקל יאהאן
יאהאן וואלפגאנג האט געשריבן:
אייגנטליך, מיין זיידע גייט נאך מיט זיין פלאכען שטריימל.... ווי עס שיינט זענען נאך דא אזעלכע וואס ווערן עפעס נישט דערהיינטיגט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וואס איז די נייע אפציעס אין די דריטער ווערסיע.
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

עס איז שענער, שנעלער, סטאבילער, און מער סעקיורד, טריי עס נאר אויס, רוב עדד-אנס האבן שוין א אפדעיט פאר 3
סדא אסאך קליינע נייע אפציעס ואכמ"ל
איין נייע אפטציע האב איך זייער ליב עס מאכט אז ווען מען טייפט אין די אדרעסס באר סאדזעסט עס גלייך די בוקמארקס און די היסטערי, כווייס עס נישט ווי אזוי עס מסביר צי זיין, טריי עס וועסטו זעהן,
צום פאונט איך מיין אז סאיז די בעסטע בראוסער וואס סאיז דא, מיט די IE TAB עדד-אן
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

איך נוץ אויך די IE TAB עקסטענשאן, און מיט איין קליק ווערט דער בלאט געלאדנט אין IE אן קיינע פראגעס. ס'איז דא נאך טויזענטער עקסטענשאנס וואס פייערפאקס קען נוצן, וואס טוען איינפאך פארגרינגערן דאס לעבן.

ווער עס האט עס נישט פרובירט, וועט עס נישט פארשטיין. ווער עס האט יא, וועט נישט פארשטיין אנדערש.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ווי קען מען באקומען דעם עקטענשאן, און וואספארא עקסטענשאן'ס זענען אויכעט ניצבאר נישט דוקא א לוקוס [לוקסוס]

לאז אנדערע אויך נהנה זיין..
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

איך נוץ ארום פופצן עקסטענשאנס, אבער יעדער האט אנדערע געברויכן, אזוי אז עס איז נישט שייך צו זאגן אז וואס איז גוט פאר מיר איז גוט פאר א צווייטן. קענסט גיין צו מאזיללא'ס סייט און זוכן צווישן די ארום 5,000 עקסטענשאנס וואס קען דיר זיין אינטערעסאנט.

https://addons.mozilla.org/en-US/firefox/
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

לויט מיין קורצע עקספיריענס, ארבעט די נייע ווערסיע היבש שטייטער ווי די אלטע.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

לויט מיין קורצע ערפארונג, ארבעט די נייע ארום דריי מאל שנעלער ווי די אלטע. עס איז פשוט נישט צום גלייבן ווי שנעל די בלעטער לאדענען זיך. ס'קען זיך מיר דאכטן אז איך האב געדאפלט מיין ספיד. אומגלויבליך.
אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 323
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאר אינשורענס »

בילד
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

קארעלע פיין....

צו דיין בילד בין איך אויך מודה אז פייער פאקלן איז בעסער ווי אינטערנעט עקספלאשען, אבער ביי מיר ארבעט די נייע דריטע ווערסיע היבש שטייטער, פארשטיי איך נישט הא קאם ביי יאהאנען ארבייט עס טריפלט שנעלער?

תיקו???
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

ס'איז טאקע זייער זייער מאדנע, ווייל איינע פון די גרעסטע ארבעט אינעם נייעם ווערסיע איז אריינגעלייגט געווארן אין מאכן דעם בראוזער פיל שנעלער ווי די פריערדיגע.
איש חסיד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש חסיד »

ביי מיר ארבייט עס אויך אסאך שנעללער, אפשר האסטו נאך איינע פין די בעטאס
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

Re: דער גרויסער טאג - פייערפוקס 3

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

יאהאן וואלפגאנג האט געשריבן:דער היינטיגער טאג, יוני 17, איז באשטימט געווארן אלס Download Day 2008 - א טאג אין וועלכע עס וועט פרובירט ווערן צו ברעכן א וועלט רעקארד פון די מערסטע "דאונלאודס" אין איין טאג מיטן ארונטערלאדענען דעם פייערפוקסל פראגראם צו ווי מער קאמפיוטערס איבער די וועלט.

ווי זיי געבן אן איז געווען אריבער 8 מיליאן דאנלאדס אין דעם איינעם טאג

BBC האט געשריבן:
[align=right]Firefox claims download success
Firefox logo, Mozilla
Firefox fans held parties around the world to mark download day

Mozilla is claiming a download record for the release of Firefox 3.0.

In the first 24 hours the web browser was available the software was downloaded more than eight million times, says its creator Mozilla.

Statistics from the download servers are being scrutinised to produce an official figure that will be passed to the Guinness World Record organisation.

But the launch was marred by news from computer security firms who have found the first flaws in the software.

Big figures

The attempt to set the download record was scheduled to begin at 1300 PST (2000 GMT) on 17 June.

However, the record attempt was almost wrecked from the start as the servers handling the downloads collapsed under the weight of visitors checking to see if new version was available.

Once the servers were up and functioning normally the record attempt began.

At their busiest the servers were handling more than 9,000 downloads per minute. Within five hours the number of downloads for Version 3.0 exceeded the 1.6 million set by Firefox 2.0 in October 2006.

In total Firefox 3.0 was downloaded 8.3 million times over the 24 hour record setting period. The figure beats the five million Mozilla predicted before the day.

Logs from the download servers have been handed to the Open Source Labs at Oregon State University for auditing. The scrutiny will ensure duplicate and unfinished downloads are not counted. The verification process could take a week to complete.

The surge of interest in Firefox 3.0 has continued and Mozilla has reported that the software has now been downloaded more than 10 million times.

However, some of the shine of the launch was removed by reports that a security firm had already found a flaw in the browser.

DV Labs/Tipping Point reported a flaw only five hours after Firefox 3.0 debuted. The flaw potentially lets an attacker take over a PC if a user clicks on a booby-trapped link.[/align]
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

יא, דער עולם ווייסט וואס גוט איז.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אבאמא09 האט געשריבן:לויט מיין קורצע עקספיריענס, ארבעט די נייע ווערסיע היבש שטייטער ווי די אלטע.


וועלכע וויירוס סקענער האסטו ווייל דאס קען זיין א שטיקל גורם צו פארשטייטערן דעם גאלאפ פון דעם
אבאמא09
שר חמישים ומאתים
תגובות: 355
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2008 11:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבאמא09 »

איך האב בכלל נישט קיין וויירוס סקענער.
פון גרעבעטשלעך, קומט נישט קיין טשעקעלעך,
וואס וויסטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס וויסטע »

אבאמא09 האט געשריבן:איך האב בכלל נישט קיין וויירוס סקענער.


אהא געב מיר נאר דיין אימעיל איך קען דיר שיקן אן אימעיל וואס זאל מאכן פון דיין קאמפיוטער א גל של פלעסטיג!

שוין שטעל אריין א גוטן סקענער!

פארשטאנען?
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

וואס וויסטע האט געשריבן:
אבאמא09 האט געשריבן:איך האב בכלל נישט קיין וויירוס סקענער.


אהא געב מיר נאר דיין אימעיל איך קען דיר שיקן אן אימעיל וואס זאל מאכן פון דיין קאמפיוטער א גל של פלעסטיג!

שוין שטעל אריין א גוטן סקענער!

פארשטאנען?


דארפסט אים נישט שיקן. עס זעהט אויס אז ער איז טיף דערינען...
שרייב תגובה

צוריק צו “אינטערנעט און אימעיל”