באקומען א ספידינג טיקעט אויפן אמת-וועג נעבן קאנאדע
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
באקומען א ספידינג טיקעט אויפן אמת-וועג נעבן קאנאדע
מיין חבר איז צוריק געקומען פון קאנאדע אין ער האט באקומען א געזונטן ספידינג טיקעט (יא מיט אלע באק ציינער, די פאליס האט איהם גע-זייגערט העכער א מאה ל"ע), די שאלה איז וואס טוט מען אט איצט,
ווער עס ווייסט עפעס פין עקספיריענס וכד' זאל פליז לאזן וויסן!!! יש"כ למפרע

זאג מיר נאר, ער האט געקריגן דעם טיקעט אין עליזאבעטטאון?
זייער אסאך חברה, מיך אריינגערעכנט, קריגן דארטן טיקעטס און די קליינע שטעטל ריקט אריין הויפנס מיט געלט.
איך האב געקריגן א טיקעט ווען איך בין געזייגערט געווארן אויף 110 (שוין נאכן ברעיקן...). איך האב נישט געהאט קיין נערווען און די מעגליכקייטן צו אהינפארן צום געריכט (ארום זעקס שטונדען פון ניו יארק) האב איך באצאלט ווי א טאטעלע ארום זעקס-זיבן הונדערט דאלער.
א גוטע עצה, הא?

- יאנאש
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15468
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: וואו בינעך טאקע?
עס איז זייער שווער צו קעמפן א טיקעט נישט זייענדיג (אדער א לויער) אויפן פלאץ נאר דורך די פאסט.
איבער די פופצן MPH העכער, כ'מיין אז עס איז מער ווי פופצן מיר ליגט אין קאפ אז עס איז 21 MPH אווער, אבער אויב דענק איך גוט קען מען דאס עלימינירן אן אראפגיין, אבער דעם טיקעט בעצם מוז מען יא זיין פערזעהנליך.
דאס אבער יא, געווענליך ווען מען ווערט געקלאקט העכער דיי ציפער ווערט מען ארעסטירט.

איך וואונטש קיינעם נישט קיין טיקעטס
אבער איך וויל אויסריפען א מחאה אויף די וואס פארן אויף אזא הויכע ספיד עס איז סכנת נפשות
איך האב געהערט אז ר' משה ניישלאס זצ"ל אויב איז ער געפארן מיט איינעם און ער איז געפארן צו שנעל האט ער געזאגט לאז מיר ארויס פון קאר די ביסט א רוצח,
פארשטייט זיך אז איך רעד נישט פון 65 אויף א 55 ספיד זאן

- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
דער פאליציאנט קוקט נישט בלויז אויפן ספיד, ער בעאבאכט דער וועג וויזוי דו דרייווסט, דעם סיטואציע ארום, די וועטער, די ליידיגע טרעפיק וכדומה און לויט דעם זשאזשט ער וואס צו טאן.
איך האב א נומער פון איינעם ער איז גוט אין זיין פיעלד פון פייטן ספידינג טיקעטס.
אראפפארן לוינט זיכער נישט, נעם א לויער און פארטיג. זיי גערישט אויף 6-7 מאות. קלאג נישט דערויף און זיי דיך נישט מצמצם דערין וועסט סייווי נישט קענען ביטן דעם סיסטעם.

שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
איך האב באקומען אמאל א טיקעט פאר'ן פארן 55 אויף א 40 ראוד. איך וואלט געזאגט אז איך האב געשטעלט מענטשן אין א סכנה, ווען נישט וואס ס'איז געווען 5:54 פארטאגס און די מרשעת האט געוואוסט אז איך יאג מיך צום לופטפעלד! ימח שמה! וואס טיילסטו טיקעטס, הא? גיי קוק וואו מ'האנדלט מיט דראגס אדער זוך אויף בין לאדין, נישט טייל טיקעטס אויף ליידיגע ראודס וואו מ'זעהט נישט קיין קאר חי' פאר די אויגן!
An article a day keeps the babies away
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 396
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
- פארבינד זיך:
מיין עקספיריענס מיט דעם לויער "דזשעפרי לעווין" פון מאנהעטן. האט געוויזן אז קען אראפ ווישן אפי' מער ווי 31 העכער די ספיד לימיד.
ער בעיט $500 פאר א אפסטעט טיקעט.
כ'האב נישט זיין נימער ביי די האנט, אי"ה ביים קומענדיגע געלעגנהייט.

נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
www.supremesalads.net
שוועמל האט געשריבן:אראפפארן לוינט זיכער נישט, נעם א לויער און פארטיג. זיי גערישט אויף 6-7 מאות. קלאג נישט דערויף און זיי דיך נישט מצמצם דערין וועסט סייווי נישט קענען ביטן דעם סיסטעם.
פארוואס נעמען א לויער פאר זעקס זיבן מאות ווען די טיקעט איז בלויז עטוואס מער ווי הונטערט צו מאקסימים צוויי פופציג (אזוי מיין איך)?
וועגן די פינטעלך אויף די לייסענס דאס קען מען געווענטליך מאכן פאר העלפט פון וויפיל עס איז געווען דורך די פאסט - און אפילו נישט - איינער וואס האט נאך א קלין רעקארד אין דאס ביסל לערן געלט וועט אים שטעלן און פלאץ אז פון איצט אן וועט ער היטן דאס געזעץ מיין איך אז מען ברויך נישט צאלן אזויפיל געלט פאר א לויער.
דרך אגב איינער האט מיר געזאגט אז ער האט געצאלט $1000 פאר א לויער צו פייטן א טיקעט
(גראדע אין זיין פאל - אזוי האט דער טויזענט דאלער'דיגע לויער געזאגט - וואלט ער פארלוירן די לייסענס אויב וואלט ער געפינען געווארן שולדיג, איך גלייב נישט אזוי ווייל ער האט נאך געהאט א קלין רעקארד)
- מאשקע
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12689
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
- לאקאציע: אין די חיפוש
salads האט געשריבן:מיין עקספיריענס מיט דעם לויער "דזשעפרי לעווין" פון מאנהעטן. האט געוויזן אז קען אראפ ווישן אפי' מער ווי 31 העכער די ספיד לימיד.
ער בעיט $500 פאר א אפסטעט טיקעט.
כ'האב נישט זיין נימער ביי די האנט, אי"ה ביים קומענדיגע געלעגנהייט.
http://www.trafficlawyer.com
An article a day keeps the babies away
- שוועמל
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 14264
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
- לאקאציע: גידולו בכל מקום
עקס-פי... כ'מיין וויסטע;
דאס איז נישט סתם באצאלן, דאס מיינט פארברענען מינימום איין טאג אראפ פארן און אהיים פארן נערוועזערהייט, פארלירן ארבייט, פארלירן געלט (?), פארלירן כוח, פארדינען פוינטס אויף די לייסענס. לעבן אפאר חדשים ביז די קאורט קעיס מיט א פרעשור.
געוואנדן ווי א מענטש, וויאזוי דו פיהלסט איז ריכטיגער.
דאס איז נישט סתם באצאלן, דאס מיינט פארברענען מינימום איין טאג אראפ פארן און אהיים פארן נערוועזערהייט, פארלירן ארבייט, פארלירן געלט (?), פארלירן כוח, פארדינען פוינטס אויף די לייסענס. לעבן אפאר חדשים ביז די קאורט קעיס מיט א פרעשור.
געוואנדן ווי א מענטש, וויאזוי דו פיהלסט איז ריכטיגער.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
איך האב אמאל באקומען א טיקעט אויפן נ.י. סטעיט טראוועי ווען ער האט מיך געקליקט אויף 92-94 (שוין נאכן ברעיקן)
איך האב געהאט פלענער אויף פלענער, מאנכע לויערס האבן מיך גוט אפגעשראקן, אבער צום סוף האב איך גענומען א לויער מיטן נאמען קעווין קאנוועי,
אויפן עצה בשם ר' א.מ. מיללער פון ק"י און איך האב אים דאס געזאגט, איך האב "נישט" געברויכט אראפפארן,
און ב"ה עס איז געווארן אינגאנצן דיסמיעסד.. און איך האב ניטאמאל געוואלט וויסן וויאזוי. ווער עס ברויך זיין נאמבער קען מיך אנפרעגן און פרייוועט.

- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
- חייקל
- שר חמש מאות
- תגובות: 627
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
- לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!
איך האב באקומען א טיקעט אויף 89 צווישן מאנסי מאנרא, די ווייטאג איז געווען אז כ'בין געווענליך אן ארנטליכע דרייווער, כ'פאר (כמעט) קיינמאל נישט בזדון מער ווי צוואנציג העכער'ן ספיעד, ד.ה. כ'קרוז בדרך כלל אויף 74 אין א 65 מ.פ.ש. און די פאליציי קוקט ניטאמאל מיין וועג,
ביי די פאסירונג בין איך געווען צוקאכט אין א שמועס איבער א געוויסע טראגעדישע פאסירונג ל"ע וואס האט דאן פאסירט, און כ'האב נישט באמערקט אז דאס געז פאדעל האט זיך געקוועטשט מיט'ן טאן און אייפער פונעם שמועס,
למעשה האב איך באצאלט ווי א טאטעלע, היות כ'האב נישט געהאט די צייט און כח צו גיין אין קאורט, און כ'האב נישט געוויסט וואס צו טוהן, אלזא כהאב דאס ארלעדיגט, שילמתי און פארטיג!
כ'ביין ס'איז געווען ביי די צוויי דריי הונדערט טאלער
כ'האב עגמת נפש צו הערן אז כ'וואלט דאס געקענט פייטן
די פוינטס זענען נאכנישט אפגעווישט

נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
- לאז געמאכט
- שר האלפיים
- תגובות: 2710
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 14, 2007 11:55 am
גם אני בחלומי... איך האב אויך באקומען א קוויטעל נישט מער געדאכט גארדע אין א שטאט נישט אויף קיין הייוועי למעשה די טיקעט איז געווען בלויז 125 אדער 175 כ'בין נישט זיכער אבער פינטלעך האב איך באקומען 4...
איך האב געהאט א חשבון אז זיי וועלן עס נישט ארויף לייגן אויפן רעקארד (מיין ידיד האט מיר דאך אזוי געזאגט... מיט א סברה וואס האט געמאכט סענס).
אן אנדערע ידיד האט מיר געזאגט אז עס איז דא א אדוואקאט וואס נעמט 100 טאלער אין ער נעמט אראפ די פוינט'ס אבער נישט די געלט, ווען איך ווייס ווען אז עס גייט ארויף אויפן רעקארד 4 פונקטן וואלט איך גאנץ מעגליך גענומען ס'לויער, די חשבון איז פשוט ווער ס'ווייסט ווייסט אז אויב זאמעלט מען אן 6 פונקטן אין א 18 חדשים פיראדע דארף מען צאלן $300, יא סא פאר $100 וואלט איך געקענט בלייבן מיט א ריינע רעקארד פלאס נישט געווען נאנט צו צאלן $300 רח"ל.
אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט און איך בין עס מקבל באהבה, איך שרייב עס נאר דא אנדערע זאלן נישט מאכן ס'זעלבן טעות.
יעצט א מעשה שהי'
מיינער א ידיד האט געהאט אנגעזאמעלט מערערע קליינע עבירה'לך פון דרייווען אין די דיפארטמענט האט אים כסדר גע'מוטשע'ט ער זאל שוין עפעס טון דערוועגן, נו איין טאג איז ער מיד געווארן פון די אלע צעטל'ך אין מעשיות ער איז אריבער צום קארט און אראפגעלייגט דאס גאנצע געלט פון אלע טיקעט'ס אין שלום על ישראל , פטור אן עסק, - אזוי האט ער נעבעך געמיינט - גייט נישט אדורך אפאר טעג קומט אן א בריוו'לע אויף די פאסט אז די לייסענס איז סוספענדירט פאר איך געדענק נישט ווי לאנג, אה יעצט לויפט מען צום לויער... עס איז אבער נישט דא וואס צו מאכן! באצאלן א טיקעט איז אזוי ווי מען זאגט קלאר ארויס איך האב געטון די זאך! יעצט העלפט שוין גארנישט ה"י.
למעשה דער לויער האט אים ערלעדיגט א טעמפערעי לייסענס נאר פאר בייטאג נאר אהער אין נאר אהין, אבער דאס איז נאך נישט גענוג, נאך די סוספענשן פירעד האט ער נאך געדארפט איבער מאכן די געשריבענע טעסט אויך! לוקה ומשלם און פילסטן זין פון ווארט!
שטעלט אייך פאר ער נעמט דעם זעלבן לויער גאנץ אנהויב - די אלע טיקעט'ס וואלט'ן אים געקאסט ביליגער, נישט געהאט דעי אגמת נפש פון די סוספענשן, די לויער האט אים עני וועי געקאסט, ועוד.
מוסר השכל: ביי יעדן וויכטיגן ענין און בעיקר אין הלכה שאלות, ולהבדיל לעגאלע שאלות, - קיינמאל זיך נישט פארלאזן אויף חברים אדער אומערפארענע מענטשן אלץ זיך שואל עצה זיין מיט אן עקספערט.
*וויכטיגע באמערקונג פאר ניו יארק סטעיט ליינער* אסאך פון די פאקטן וואס זענען דא פארציילט געווארן זענען פארגעקומען אינדערויסן פון ניו יארק סטעיט, סא נעמט נישט קיין ריא' פון די פאקט'ן פון די מעשה, (און זיכער נישט קומען מיט קיין פירכות דעראויף) ווייל אסאך געזעצן זענען דארט אנדערש ווי דא, ודתיהם שונות מכל עם...

קודם א יישר כח פאר אלע שרייבערס דא
עס קימט נישט בכלל נישט אויס קיין צייט צי פארברענגן, אבער דאס ביסל וואס מען פאלט יא אריין איז ווערט אלעס,
איך דארף א אמת'ע וויכטיגע טובה,
איך האב באקימען זייער נישט גיטע טיקעט'ס {יא מיט א סמך צום סוף} אין מאנהעטן איסט סייד
איך האב א קארט דעיט, איך וויל וויסען פין א לויער וואס האט די קאנעקשענס, אדער די מעגליכקייט עס צי רעדעצירען צי א מאקסימום פין געלט אן פוינטס,
איך דארף מיין לייסענס פאר פרנסה, איך קען זיך נישט ערלויבען די פוינטס, כאטש איך בין נישט א געווענליכע שרייבער דא ווייל כ'האב נישט די צייט, ביטע מיר העלפן
אויב איר ווייסט א לויער וואס קען מאכען די זאך אין מאנהעטן קארט,
ביטע! עס איז מיר זייער וויכטיג ווי פריער, טיט א חסד מיט א צצווייטען שעמל"פ
{ביטע מיר ענטפערן אין אישי אויך, אויב איר ווייסט וועגן לויערס וכדומה, אבער ויר איר ווילט עס נישט שרייבען אין פובליק}
ובזכות זה, א גמר חתימה ובה פאר אלע מששתפים אין שרייבער דא

געהערט און געליינט האב איך אז אויב למשל איז דיין טיקעט 200 דאלער און די שיקסט אריין 201 דאלער וועלען זיי דיר צוריק שיקען 1 דאלער אופן פאסט דארך א טשעק יעצט די פוינסט פאר די לייסענס גייט נאר ארויף ווען די פעמענט איז FUULL און גענדיגט אבער וויבאלד זיי זענען דיר שילדיג א 1 דאלער גייט נישט ארויף די פוינסט אויף די לייסענס ביז ווען די ניצט נישט אויס די דאלער
פארשטייט זיך די דאלער ניצט מען נישט אין די באקומסט נישט קיין פוינטס
זיי עס מברר