מתתיהו

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

מתתיהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דעם שבת בין איך אויפגעשוידערט געווארן צו זעהן פלאקאטן ביי בעדפארק קארנער פארק מיט בילדער פון שווארצע רעפערס, און אויף די זייט ווערן אויסגערעכנט זייערע נעמען אדער ניק-נעמען, ועל צבאם ערשיינט די היימישע נאמען "מתתיהו", מיט א בילד פון דעם ליובאוויטשן איד מיטן קנייטש היטל. בליקנדיג דעם פלאקאט באמערק איך אז דער דאטום פונעם קאנצערט (צו העלפן עידס געליטענע גאר) איז זונטאג יוני 8, וואס איז אויסגעפאלן ערב שבועות!

איך האב געקלערט צו שטעלן דא א בילד דערפון, אבער עס איז צו גרויליג. ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

ביטע דאבעל טשעק צו אלץ וואס דו זאגסט איז ריכטיג ווייל איך האב געזוכט איבעראל ווי מען דארף זוכען אויף די אינטערוועלט און עס ווערט נישט דערמאנט קיין שמץ פון וואס דו רעדסט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב שוין היינט צוטאגס א דידזשיטעל קעמרע, אויב הענגט עס נאך היינט ביינאכט, קען איך דיר מארגן ארויפלייגן א בילד.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

איך האב געטראפן אויף די אינטערנעט, א שפאציר אין ברוקלין צו סופארטען די קינדער וואס האבן עידס אויף יוני די אכטע, (וועלעכע איז דרך אגב ערב שבועות, נישט שבועות), און א וואך שפעטער וועט בשייכות צו דעם פארקומען א קאנצערט, אבער עס ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט פון מתתיהו.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
John McCain

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך John McCain »

יעצט דורכגייענדיג בעדפארד וואלאבאוט האב איב איך געזען א פלאקאט און ס'שטייט אז עס וועט פארקומען זונטאג יולי דעם 6'טן
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

קען זיין איך האב טאקע פארטוישט יוני מיט יולי (סך הכל 2 ברודער...)

איך האב נאך אין פלאן צו כאפן א בילד דערפון, אויב איך קום אן אהין פאר די וועד משמרת...
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

קרעמער, וויפול צאלט דיר מתתיהו פאר די אדווערטייזמענט? :wink:
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ער האט מיר פארשפראכע,
אפצוזינגן א באכע,
ביי מיין קינדס חתונה דזשאכע,
אויפן נוסח פון רעגעי עפאכע.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער, כ'זעה אז דו כאפסט דעם גאנג...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

חחחחח מאשקע, קרעמער בעט אים אז ער זאל ענדערש בדחנ'ען ביי די מצוה טאנץ.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אזוי ווי איך קום עפעס נישט אן מיט מיין קאמערע צו דעם אויבנדערמאנטן ווינקל, שטעל איך דא אריין א לינק וואו איר קענט קויפן טיקעטס צו יענע קאנצערט (יולי דעם זעקסטן, זונטאג בלק הבעל"ט):
http://www.sortmusic.com/_m/matisyahu-tickets,len.html
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

א דאנק קרעמער,

איך האב מיך איינגעהאנדלט פאר די גאנצע משפחה. מיר האפן אייך צו זעהן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

ביסט א געפארפולער לץ... דו האסט מיר שוין די נאכט זעלבסט אויפגעהייטערט (ליין: אויפגעפלאצט פאר געלעכטער) עטליכע מאל.

יהי רצון גם למוצאי שבת הבא (און אלע וואכנטעג אינדערצווישן) כן.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יאהאן, מיט דעם ביזטו שוין מקיים דעם מצות עשה פון דיין חתימה?...
An article a day keeps the babies away
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

איך זעלבסט בין עס מקיים אויף פארשידענע אופנים. יעצט זעהט מען דערצו אז די משפחה זאל אויך קענען געבענטשט ווערן.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מתתיהו איז געווען אין וויליאמסבורג שבת פ' נשא ביי א קידוש און געזינגען און געטאנצען, איך מיין אז ער איז אריין געקימען פון קרוין הייטס
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

דארפסמאן האט געשריבן:מתתיהו איז געווען אין וויליאמסבורג שבת פ' נשא ביי א קידוש און געזינגען און געטאנצען, איך מיין אז ער איז אריין געקימען פון קרוין הייטס


דו מיינסט? איך ווייס! מיין אינגל האט מיר געזאגט אז ער האט געזעהן עפעס א רויטע פלאכע קאר פארן אויף לי עוועניו שבת אינדערפרי און עפעס שווארצע ניגונים האבן ארויסגעשפראצט פון צווישן די הויכהילכער.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יאהאן, ס'גייט צו בעסערונג, איר זענט גוט.
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

חחח... א שינוי לטובה איז אלעמאל גוט, זאגט מיין פסיכאלאג.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יאהאן;

נישט שיין צו בארעדן אן ערליכן איד אלס מחלל שבת ח"ו, מתתיהו איז א בעל תשובה (כפי השמועה) וואס היט תורה ומצות (לויט זיין פארשטאנד).
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

קרעמער, ער האט נישט אים געמיינט, נאר די ניגונים זיינע, זענען ביינעם גלייך, צו דאס וואס זיין קינד האט געהערט פון די דורכפארענדע קאר.
האמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האמת »

ער איז א בעל תשובה?.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

האמת;

איך האף אזוי. (ווייסט וואס איינער האט געזאגט אויף א געוויסן זינגער: א בעל עבירה איז ער זיכער געווען).

ליין דא זיין ביאגראפיע, גאנץ אינטערסאנט:
http://en.wikipedia.org/wiki/Matisyahu

אנדי;

היינט איז שוין נישטא אויף בעדפארק-פארק קיין זכר פון די צעטלעך, אלעס איז איבערגעדעקט מיט פרישע סעיל צעטלעך.
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

קרעמער האט געשריבן:יאהאן;

נישט שיין צו בארעדן אן ערליכן איד אלס מחלל שבת ח"ו, מתתיהו איז א בעל תשובה (כפי השמועה) וואס היט תורה ומצות (לויט זיין פארשטאנד).


ער איז טאקע א בעל תשובה און ער היט תורה ומצות אזוי ווי מיר אלע פארשטייען!

יא יא! מיר אלע פארשטייען אז א איד דארף זיך פירען אזוי ווי זיינע רבנים'רביס הייסן אים זיך פירן, און אזוי טוט ער טאקע.

איך קען מענטשען וואס קענען אים פערזענליך, ער איז א מדקדק בקלה כבחמורה, נאר זיינע רבנים האבן אים געהייסן נישט אויף געבן זיין קאריער וואס ער האט געהאט ביז יעצט.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
יאהאן וואלפגאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאהאן וואלפגאנג »

קרעמער האט געשריבן:יאהאן;

נישט שיין צו בארעדן אן ערליכן איד אלס מחלל שבת ח"ו, מתתיהו איז א בעל תשובה (כפי השמועה) וואס היט תורה ומצות (לויט זיין פארשטאנד).


איך בין פון די וואס האלטן אז מען מעג נאך מאכן א ווערטל היינטיגע צייטן אויך, און נישט אלעס מיינט מען אזוי ערנסט.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”