רבי משה הורוויץ מראזוואדוב זצ"ל - י' סיון שנת תרנ"ד
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
רבי משה הורוויץ מראזוואדוב זצ"ל - י' סיון שנת תרנ"ד
הרה"ק רבי משה ראזוועדאווער זי"ע איז געבוירן ה' אייר שנת תקפ"ה צו זיין טאטן הרה"ק רבי אליעזר'ל דזשיקוב'ער זי"ע.
ביי די זעכצן יאר איז ער געווארן אן איידעם ביי הגה"ק בעל ייטב לב מסיגוט זי"ע און האט נאך זוכה געווען צו זיין צוויי חדשים ביים עלטער שווער דער ישמח משה זי"ע. ער האט זיך מסתופף געווען בצל קדשו פון צאנזער רב זי"ע.
יונגערהייט איז ער געווארן רב אין ראזוועדאוו. נאך די הסתלקות פון טאטן האט ער ממשיך געווען און איז געווארן פון די גרעסטע רביים אין גאליציע.
זיין פלימעניק דער באבובער רב הגה"ק רבי שלמה'לע האט געזאגט אויף אים אז ער איז געווען א "מלך ישראל". ער איז נסתלק געווארן י' סיון שנת תרנ"ד. רבי משה'לע ראזוואדאווער איז געווען זייער א שוואכער מענטש. האט אים אמאל דער צאנזער רב זי"ע, וועמענס חסיד און תלמיד מובהק ער איז געווען, געזאגט: "איך זאג אייך נישט בתורת רבי, און נישט בתורת למדן, נאר בתורת דאקטאר, אז איר טארט נישט פאסטן קיין שום תענית אין די וועלט, אויסער יום הכיפורים". פלעגט דעריבער רבי משה'לע יעדן תשעה באב דריי אזייגער נאכמיטאג אויספאסטן. ער האט מקפיד געווען אז דעמאלט ווען ער פאסט אויס זאל קיינער נישט זיין דארט אין צימער, אויסער איין מענטש האט יא געמעגט דארט זיין. איינמאל איז דעמאלט דארט געווען זיין פלימעניק דער בייטשער רב הרה"ק רבי אהרן זי"ע (א זון פון זיין ברודער דער אמרי נועם פון דזשיקוב זי"ע וחדב"נ מרן הקדוש מצאנז זי"ע) האט רבי אהרן געזען ווי מען ברענגט אים אריין א שטיקל מזונות מיט א גלאז מילעך, רבי משה'לע האט גענומען דאס שטיקל מזונות אין די האנט און האט געזאגט: "ציון וירושלים, נאר איר ווייסט ווי עס שמעקט מיר היינט צו עסן, אז איר זענט חרוב געווארן היינט", און דערביי האט ער נאס געמאכט דאס שטיקל מזונות מיט זיינע טרערן. פלעגט דער בייטשער רב זאגן אז פון די דיבורים וואס ער האט געהערט פון פעטער רבי משה'לע האט ער געהאט מער צער ווי פונעם גאנצן תענית!

דער ראזוועדאווער רב איז געווען אן איידעם ביי הגה"ק בעל ייטב לב מסיגעט זי"ע. ער איז נאך געזעסן אויף קעסט צוויי חדשים ביים עלטער שווער דער ישמח משה זי"ע, און האט אין די צוויי חדשים פיל מקבל געווען פון הייליגן עלטער שווער (עלטער זיידן). דער ישמח משה האט געוואלדיג געהאלטן פון זיין דאזיגן אור אייניקל. ער האט זיך אמאל אויסגעדרוקט פאר'ן ייטב לב "דו האסט דיר גענומען אן איידעם, אזא הנהגה האב איך נישט געזען מימות הרה"ק רבי אברהם המלאך! דער ישמח משה איז איינמאל געלעגן אין בעט און געשמועסט מיט'ן ראזוועדאווער רב ביז שפעט אין די נאכט. איז די רביצין (מסתמא איז די כוונה אויפ'ן ייטב לב'ס רביצין) אריינגעקומען און אויפמערקזאם געמאכט אז עס איז שוין זייער שפעט און רבי משה'לע ווערט אויפגעהאלטן, מען לאזט אים נישט גיין שלאפן. האט זיך דער ישמח משה אנגערופן: "אין חכמה לאשה, וואלט זי געוואוסט אז מלאכים און שרפים שטייען ארים אונז צו הערן אונזערע ווערטער וואלט זי נישט געזאגט אזוי" און דער ישמח משה האט ווייטער ממשיך געווען דעם שמועס. צום סוף איז דער ישמח משה אויפגעשטאנען פון בעט און האט באגלייט דעם ראזוועדאווער רב ביז'ן טיר פון זיין הויז (כאטש ער איז דעמאלט געווען אלט אינגאנצן זעכצן יאר!). אנקומענדיג אהין האט דער ישמח משה ארויפגעלייגט זיין האנט אויף די מזוזה און געזאגט: "איך הער יעדן כרוז וואס מען רופט אויס אין הימל!" יענעם ערשטן שבת וואס דער ראזוועדאווער רב איז געווען דארט האט דער ייטב לב אים צוגעשיקט דאווענען שחרית פאר'ן עמוד, ער איז צוגעגאנגען און האט געדאווענט. דעם אנדערן שבת האט דער ייטב לב אים נאכאמאל צוגעשיקט צו שחרית, דאסמאל האט ער שוין נישט געוואלט צוגיין, ער האט געזאגט: "צו בין איך דען דער היגער חזן?".... נאכ'ן דאווענען האט דער ישמח געפרעגט זיין אייניקל דעם ייטב לב "ווער האט געדאווענט שחרית די פארגאנגענע וואך?" האט דער ייטב לב געענטפערט, אז זיין איידעם רבי משה'לע האט געדאווענט. "און פארוואס האט ער היינט נישט געדאווענט?" האט דער ישמח משה געפרעגט. "איך האב אים געבעטן" האט דער ייטב לב געזאגט "און ער האט געענטפערט אז ער איז נישט דער היגער חזן". האט דער ישמח משה צוגערופן דעם ראזוועדאווער רב און געזאגט צו אים: "איך בעט דיך! ווען די וועסט דא זיין זאלסטו דאווענען שחרית פאר'ן עמוד, דו האסט מיך מחי' געווען מיט דיין דאווענען!"
עס איז שוין ערגעצוואו דא ארומגעשמועסט געווארן איבער די שושלת פון הרה"ק ר' משה'לע ראזוואדוב, זיין זוהן וממלא מקומו איז געווען ר' צבי הירש מראזוואדוב און נאך א זוהן ר' אברהם חיים מפלאנטש חותן רביה"ק מסאטמאר בזווג"ר.
קען איינער אויסרעכענען מער פון זיינע קינדער און אייניקלעך?
בייגעלייגט איז א בילד פון ר' הירש'לע ראזוואדובער בהרה"ק ר' משה'לע.
קען איינער אויסרעכענען מער פון זיינע קינדער און אייניקלעך?
בייגעלייגט איז א בילד פון ר' הירש'לע ראזוואדובער בהרה"ק ר' משה'לע.
- אטעטשמענטס
-
- Zvi Horowitz Rozwodov.gif (9.99 KiB) געזען 9423 מאל
- יצמחפורקניה
- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm
מיללער האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:יאסל האט געשריבן:ער האט געהאט די דריי זון
מיט איין איידעם הרה"ק ר' צבי אלימלך שפירא זי"ע
איך האב געמאכט א מיסטעיק ר' משה'לע האט געהאט עטליסט 3 איידעמער.
ווער זענען די אנדערע איידימער?
דער בלוזשוב'ער רבי פון דא אין אמעריקא איז געווען אן איידעם ביי איינע פון זיינע איידעמער ר' שלום ... מזאבנע אזוי ארום איז ער געווען א דאפלטע אייניקעל פון ר' משה'לע
אין דיר ספר ומשה היה רועה ווערט געברענט א מעשה וואס דער בלוזשוב'ער רבי האט דערציילט אז זייענדיג א דאפלטע ראזוועדאווער אייניקעל האט ער זיך אסאך דארט געדרייט
ער האט געדענקט ווי דער רבי איז דארט געווען אמאל נאך די חתונה אין ער האט געזאגט קדיש נאכן טאטען דער קדושת יו"ט, אין מ'האט עם געבעטן עס צי באהאלטען כדי דער ראזוועדאווער רביצען דער קדושת יו"ט שוועסטער זאל נישט זעהן ,עיין שם המעשה
אן אנדערע איידעם האט מיר עימיצער געזאגט איז געווען ר' לייבוש מצאנז
לעצט פארראכטן דורך יאסל אום דאנערשטאג יוני 12, 2008 2:21 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
י"ג אורות חלק א עמוד רי"ט [מהדורא א] מערכת קרייז הגה"צ רבי אריה לייבוש ה"ש אבד"ק צאנז בזו"ר נשא את הרבנית מלכה בת הרה"ק מ'ראזאדאוו.מיללער האט געשריבן:ר' לייבוש מצאנז? וועלכע, ב"ר אהרן מקרייז אדער ב"ר משה משינאווא?
החכמה מאי"ן עמוד קמ"ב [מהדורא ב] רעכנט נישט אויס ר' לייבוש מ'צאנז, נאר הרה"ק רבי אהרן מ'קראסנא בן הרה"ק רבי מרדכי דוב מ'האראנסטייפל.
לעצט פארראכטן דורך ביקסאד אום דאנערשטאג יוני 12, 2008 4:00 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ביקסאד האט געשריבן:י"ג אורות חלק א עמוד רי"ט [מהדורא א] מערכת קרייז הגה"צ רבי אריה לייבוש ה"ש אבד"ק צאנז בזו"ר נשא את הרבנית מלכה בת הרה"ק מ'ראזאדאוו.מיללער האט געשריבן:ר' לייבוש מצאנז? וועלכע, ב"ר אהרן מקרייז אדער ב"ר משה משינאווא?
החכמה מאי"ן עמוד קמ"ב [מהדורא ב] רעכנט נישט אויס ר' לייבוש מ'צאנז, נאר הרה"ק רבי אהרן מ'קראסנא בן הרה"ק רבי מרדכי דוב מ'האראנסטייפל
וואספארא ספר איז דאס החכמה מאי"ן?

כמיין טאקע אז ר' מאטעלע'ס זון האט גענומען ר' לייבוש'נס ווייב
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4040
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
- לאקאציע: נעבן סאטמאר
עס פאסט נישט פאר סקרענטאנ'ער רב נישט צו ווייסן אבער לא הביישן למד, החכמה מאי"ן האט פארפאסט ר' יאשע [יוסף] ליפשיץ ז"ל א מעליצ'ער געבוירענער און אן אלטער סטיטשינ'ער חסיד נפטר כ"ב ניסן [אסרו חג אין ארץ ישראל] תשס"ג, מהדורא א האט ער אליינס געדריקט תשנ"ו און מהדורא ב זיינע קינדער ככלות שנה לפטירתו.מיללער האט געשריבן:וואספארא ספר איז דאס החכמה מאי"ן?
א פסק פון מרן מביקסאד גייט אריין אינעם כלל פון נאמנים פצעי אוהב, אבער דער תירוץ שטייט אין אייער פסק (אז איך זאל אזוי קענען ווי איך בין סקרענטאנער רב שטיי איך זייער שמאל ודו"ק) אלא וואדען אוואו איר זאגט, פון פרעגן האט זיך נאך קיינער נישט אפגעבריהט.
יישר-כח פאר'ן מראה מקום, איז דער ספר באזירט אויף תולדות בית ראפשיץ-מעליץ? אה, דאס איז א טייל פון די קדושת נפתלי מהדורה חדשה?
יישר-כח פאר'ן מראה מקום, איז דער ספר באזירט אויף תולדות בית ראפשיץ-מעליץ? אה, דאס איז א טייל פון די קדושת נפתלי מהדורה חדשה?
ביקסאד האט געשריבן:עשה עמי אות לטובה -פירוש- טוט אונז א טובה, מישט נישט צוזאם, החכמה מאי"ן איז ראפשיץ-סטיטשין און נאך, קדושת נפתלי-בית היי"ן-נזר הקודש איז ראפשיץ-מעליץ.מיללער האט געשריבן:יישר-כח פאר'ן מראה מקום, איז דער ספר באזירט אויף תולדות בית ראפשיץ-מעליץ? אה, דאס איז א טייל פון די קדושת נפתלי מהדורה חדשה?
איך זעה, שייער פיין תנוח דעתך שהנחת את דעתי
- אנדי פעטיט
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7175
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
- לאקאציע: אין די גלייזן
החכמה מאין איז לאו דוקא ראפשיץ - סטיטשין, החכמה מאין זענען עובדות ועוד וואס ער האט געהערט פון זיין רבי'ן די סטיטשינער רבי זצ"ל, איבער אלעם.
רבי יאשע איז געווען א געווייקטע פארצייטישע גאליציאנער חסיד מלא טעם, און אזוי אויך איז זיין ספר החכמה מאין. איך קען אפאר פון זיינע קינדער און איינינקלעך.
רבי יאשע איז געווען א געווייקטע פארצייטישע גאליציאנער חסיד מלא טעם, און אזוי אויך איז זיין ספר החכמה מאין. איך קען אפאר פון זיינע קינדער און איינינקלעך.
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
יא שכוח יאסל, דאס איז דער בילד פון ר' שלום מזאבנא.
אז מ'רעדט פון די איידימער פון ר' משה מראזבאדוב, ר' אלימלך שניאור זלמן טווערסקי מקראסנא בן ר' מאטעלע הורנוסטייפלער (ווי דערמאנט אינעם הורנוסטייפלער אשכול) איז אויך דארט געווען אן איידעם.
אז מ'רעדט פון די איידימער פון ר' משה מראזבאדוב, ר' אלימלך שניאור זלמן טווערסקי מקראסנא בן ר' מאטעלע הורנוסטייפלער (ווי דערמאנט אינעם הורנוסטייפלער אשכול) איז אויך דארט געווען אן איידעם.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מאנטאג יוני 30, 2008 5:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.