חסדי אבות האט געשריבן:שמעו נא רבותי, צדיקים ידידים אהובים...
איך וועל פראבירן מיט מיינע עטליכע שורות מסביר צו זיין וואס עס גייט דא פאר, הגם עס איז נישט קיין לייכטע זאך און איך בעט טאקע פונעם בורא כל עולמים, אז ער זאל מיר אריינשיינען די ריכטיגע ווערטער, וואס זאלן זיין גענוג קלאר פארן עולם.
איבערבליקנדיג די היסטאריע פון כלל-ישראל מיט אירע מנהגים, געפינען מיר פיל מנהגים וואס האט זיך אנטוויקלט במשך די יארן באופנים שונים, ביז עס איז אנגענומען אין די היינטיגע טעג אלס קודש קדשים שאין רשות להרהר אחריה. ריכטיג, עס זענען פאראן אזעלכע מנהגים וואס גדולים וצדיקים האבן דירעקט איינגעפירט לתיקון הדור, אדער ווייל זיי האבן מגלה געווען די גרויסקייט פון דעם ענין, אבער עס זענען אויך פאראן אזעלכע מנהגים וואס זענען קודם אריינגעקומען ביי כלל-ישראל דורך פארשידענע וועגן און במשך די יארן זענען זיי פארהייליגט געווארן ביז די צדיקים האבן מגלה געווען טעמים דערויף.
דער באדייט דערפון איז, אז בני ישראל - אפילו אם אינם נביאים, בני נביאים הן... אידן שפירן אמאל עפעס אן ענין, מען הויבט דאס אן צו טון אן פארשטיין, אפילו מען פארשטייט נישט פונקטליך דער ענין דערין, און אויב די צדיקי הדור זעען דערין נישט קיין פירצה, זיי זענען נישט מוחה, און אדרבה - זיי זענען מחזק דעם ענין, דאן גייט דאס אריין אין כלל-ישראל און במשך הדורות ווערט שוין געזאגט ענינים מיט רמזים דערויף, וואס דאס איז אמת'ע רמזים אפילו זיי זענען הערשט איינגעפירט געווארן שפעטער. וכן הוא בענין מנהג הקשת וכן הוא מנהג הדריידל וכן הוא הכאת המן, ואפילו הקאפלעך והקאפעליטשן שלנו (ולא נכון עכשיו להאריך בזה - כי אם באשכול אחר) וכן הוא בשפת האידיש, וכן הוא בהרבה הרבה ענינים שיש בתוכינו. דאס ווייזט אויף די געהויבנקייט פון כלל-ישראל, אז עס איז צומאל פאראן א הרגשה און דער ענין פארשפרייט זיך ווייטער און ווייטער.
צאו ובדוק בנוגע די פייערן זעלבסט, קודם אין מירון ע"י הספרדים, וואס הגם עס זענען געווען התנגדות דערויף איז דאס למעשה אריינגעקומען צווישן אידן און היינט זאגט מען שוין טעמים דערויף. אנדערע האבן דאס פראבירט צו קאפירן און נאכמאכן ביי אנדערע קברי צדיקים ביום היארצייט, אבער כלל-ישראל האט דאס נישט דערשמעקט און דאס איז נישט אריינגעקומען צווישן אידן... ווייל אידן האבן א גוטן נאז און א געזונטן חוש הריח. דאס זעלבע האט זיך איבערגע'חזר'ט מיט די פייערן אין גאנץ ארץ-ישראל, עס איז אריינגעקומען לאו-דוקא דורך די דירעקטע הוראה פון גדולי-ישראל, אבער למעשה איז דאס אנגענומען געווארן אין גאנץ ארץ-ישראל כמנהג אשר אין לו עוררין, עד כדי כך, אז מען וועט פרעגן א יונגל לג-בעומר אינדערפרי ביי וועלכע הדלקה ער איז געווען און ער וועט ענטפערן אז ער איז נישט געווען ביי קיין הדלקה, וועט מען עס אנקוקן ווי איינער וואס דערציילט אז ער איז דעם פסח נישט געזעצן ביי קיין סדר טיש...
און אזוי חזר'ט זיך עס יעצט איבער אין אמעריקע, והנח להם לישראל - אם אינם נביאים, בני נביאים הם.
האסט זייער גוט אראפ געלייגט דער צד פארוואס דאס איז א גוטע זאך, און פארוואס עס איז "ראוי" צו ווערען א מנהג ווי אלע מנהגים און ווערען אנגענומען אלס
קודש קדשים שאין רשות להרהר אחריה; אבער במח"כ אט א דאס וויל איך פראטעסטירען אז זאלען נישט די דורות הבאים פארקויפען אונז אזעליכע פשט'ליך אז דאס איז א מנהג ווי אלע מנהגים און זיך ברענגען ראיות פון מעשי רב פון דעם גדול און יענעם גדול ווי מען ברענגט שוין יעצט און מען דערציילט נאר האלבע מעשה'ס.
דער ערשטע דור פון די מקבלי המסורה נאכען מלחמה טראכטען ווי מיר, און דער וואס נישט, וועליך זאגען זייער שארף האט פשוט נישט קיין מסורה. און דאס האביך געמיינט אז מיינע קינדער וועלען מיר נישט פארשטיין (אונז זעמער סייקאלאדזיקעלי דריי דורות געריקט זיכער) פינקט ווי אזוי פיל דא פונען אינגען דור מיינען אז איך קריך אויף די גראדע ווענט.
מען דארף קענען מבחין זיין; און יא כלל ישראל האט זייער א גוטען חוש הריח, און טאקע פינקט די מנהיגים וואס האבען דורך געלעבט דער מלחמה האבען עס נישט געוואלט איין פירען אין אמעריקע נאר אין בעסטטען אויפען "טאלערירט".
איך שרייב נאר וועגען איין סיבה, און דאס אז מען זאל נישט פאר פארען. קען דאך איינער זאגען וואס גייט דיר אן שפוזמ"ן אז מען מאכט הדלקות אין אמעריקע און מען טאנטצט און מען פריידט זיך; האסט נישט אנדערע דאגות? גערעכט, עס דארף מיר טאקע נישט אנגיין און זאל זיך יעדער פרייען כשר'דיג וויפיל ער וויל; אבער ווען מען וויל פארקויפען עס אלץ א מנהג און נאך א מנהג ווי אלע מנהגים, דארטען שטעל איך אראפ דער פיס און זאג,
לא מיניה ולא מקצתיה.
איך ווייס אז איך גיי עס נישט סטאפען און מסתמא טאר איך עס נישט סטאפען (אויב וואלט געווען בידי); ווייל אויב די משפיעים היינט האלטען אז עס איז וויכטיג און היינטיגע ציייטען שטארק נויטיג, זאל עס זיין, אבער נער'ן טאר מען זיך נישט.