איך ברענג דא וואס רב מיללער האט אריינגעשטעלט אינעם זכרונות אשכול
מיללער האט געשריבן:איך ברענג דא א שיינע מעשה איבער ר' שלומקה זעווילער זצ"ל וואס בני היכלא האט אריינגעווארפן ביי די ספארטס אפטיילונג, פשוט כדי להעלות הניצוצות הקדושים המפוזרים בכל ד' פינות הקרעטשמע.
יה"ר שזכותו הגדול יגן עלינו ועל כל בני ביכלא הדין להוושע בכל מילי דמיטב, דבריהן הן הן זכרונם.בני היכלא האט געשריבן: די ירושלימ'ע אידן דערציילן אז אז אמאל איז דער צדיק, ר' שלאמקע זעווילער געגאנגען אין מקוה, האט אים איינער אנגעשריגן מיט קולות, ר' שלמקע זאגט פאר זיין גבאי, זאל גיין זען וואס טוט זיך ביי יענעם אין שטיב.
זעט ער טאקע אז ס'איז חושך ענן וארפל, ר' שלאמקע לאזט דארט איבער א פעקל געלט, און ווינדער איבער ווינדער, דער קומט דעם נעקסטן טאג אן, מיט א גרויסע פרייליכע שלום עליכם, וואס מאכט דער רבי, האט ר' שלמה'לע געזאגט איך האב געוויסט אז דעם איד דרוקט עפעס, איך האב דאך אים גארנישט געטון, מסתמא האט ער נישט קיין געלט.