(די מאמרים זענען שטיקלעך פון פארשידענע שיחות'ער במשך השנים).
אט איז וואס ער שרייבט:
[בקידוש:] "ותתן לנו ה' אלוקינו באהבה"
- אהבת השי"ת את כל אחד באופן פרטי -
א יסוד גדול אינעם ענין פון אהבת הקב"ה צו זיין פאלק ישראל איז, אז דער אייבערשטער האט ליב יעדע איד באופן פרטי, דעס איז מיין ראובן, דעס איז מיין שמעון. אזוי ווי א טאטע וואס האט ליב זיין זוהן, וואס די ליעבשאפט איז נישט צוליב וואס ער איז 'נאך א קינד'.
למשל, א טאטע וואס ס'איז אים רח"ל נעדר געווארען א קינד, קומט איינער און ער טרייסט דעם טאטען: "נישט געפערליך, האסט דאך נאך קינדער". דער טאטע וועט דאך מאכן אויף אים אזאנע קולות: "דו שטוה שבעולם!! און דער איז דען נישט געווען מיין קינד?! ער איז דאך געווען מיין שימע'לה, מיט זיינע אלע מעלות, מיט זיינע אלע חסרונות, מיט זיינע כשרונות, בקיצור, זיין גאנצע פערזענליכקייט. ס'איז נישטא נאך אזאנס אין די גאנצע וועלט".
די זעלבע זאך איז די אהבה פון הקב"ה צו יעדע יוד אין כלל ישראל, די שייכות פון הקב"ה צו אונז און זיין אהבה וואס ער האט צו אונז איז נישט עפעס אבי א אהבה כללי, נאר ס'איז א ליבשאפט צו זיין זוהן ראובן. דאס איז דער ראובן פונעם אייבערשטען.
לאמיר זיך אויסמשל'ן א טאטע וואס קומט אן צום ישיבה זיך פאראינטערעסירן אויף די מצב פון זיין זוהן. ער קומט אן צום ישיבה, ער זוכט זיין זוהן און ער טרעפט אים נישט. מ'זאגט אים "ער האט נישט געהאט קיין חשק צום לערנען, און ער איז ארויסגעגאנגען". ווען מען זעהט אז דער טאטע רעגט זיך, פראבירט מען אים צו בארואיגען "נישט געפערליך, קוק דיך ארום, באטראכט וויפיל ס'לערנען, וויפיל האבן א התמדה, ס'איז נישט געפערליך אז איין בחור פעלט". ווען מען זעהט אז דער טאטע ווערט נאך מער גערעגט, זאגט מען אים "נו גוט, אבער קוק אן דיין זוהן שמעון ער זיצט און לערענט".
אבער דער טאטע רעגט זיך און ס'אינטערסירט אים נישט די אלע לומדים, און ער איז בכלל נישט צופרידען פון דעם אז שמעון לערענט. זיין ראובן וויל ער זעהן לערנען מיט התמדה.
אזוי אויך איז הקב"ה בודק אונזערע מעשים, ער איז בודק יעדען איינעם ווי גלייך מיר זענען זיין ראובן. די שייכות וואס מיר האבן צום אייבערשטען איז א שייכות יחיד.!
נאך א נקודה אין דעם ענין פון אהבה איז דאס נעמען דעם וועם מ'האט ליעב כאילו אלס א שותף. [למשל] ווען א טאטע בויט די סוכה און ער גיבט פאר'ן קליינעם יענק'לע צו העלפן לייגען די סכך. דער טאטע דארף בעצם נישט די הילף פון יענק'לע, אבער דאס איז אזא סארט אויסדריק פון אהבת האב על בנו. און דערנאך וואס די סוכה שטייט שוין גרייט זאגט דער טאטע "אונז האמיר געבויט די סוכה צוזאמען, סארא שיינע סוכה"...
די זעלבע זאך האט הקב"ה אונז געגעבען א שותפות אין די תורה הקדושה, און דערפאר זאגט די תורה "זכרו תורת משה עבדי". איז דאס דען די תורה פון משה רבינו? די ענטפער איז: "יענק'לע האט געבויט די סוכה"... דאס איז א ענין עמוק מאוד: צי דען דער אייבערשטער וואס איז א כל יכול, וואס לית מחשבא תפיסא ביה כלל, צו דארף ער דען אז מיר זאלן מקיים זיין זיינע מצוות?!
נאר דער אייבערשטער צוליב די ליבשאפט וואס ער האט צו אונז וויל ער אז מיר זאלן כאילו זיין שותפים מיט אים און מיר זאלן טוען זיין רצון פאר אים!
"בין ישראל לעמים"
החכמה היחידות של ישראל - היכולת להגדיר
א מענטש און פארגלייך צו א בהמה צייכענט זיך אויס מיט דעם וואס ער איז א בר-דעת - ער האט חכמה. די ענין פון חכמה איז ער ווייסט מגדיר צו זיין זאכן לויט זייער אמת'ע פשטות.
לדוגמא: א מענטש און א בהמה שטייען אויפ'ן גאס און נעבען זיי פארט דורך א קאר. דער מענטש וועט אנרופען די זאך ביים נאמען - 'קאר', אבער אז מ'וועט פרעגן די בהמה וואס זי זעהט וועט זיך נישט זאגן קאר, נאר זי וועט זאגן די 'קאליר' וואס זי זעהט, למשל, 'שווארץ'.
די זעלבע למשל ווען א מענטש זעהט א 'אנטענע' ווייסט ער אז דאס איז א אנטענע, אבער דער בהמה זעהט דערין א 'שטעקען'. דאס איז דערפאר ווייל נאר א מענטש האט די חכמה צו וויסען וויאזוי מגדיר צו זיין פשוטע זאכן.
די זעלבע זאך איז בעצם די הבדל צווישען א יוד און א גוי. ס'האט מיר פארציילט א חבר אז ער האט אריינגעגעבען זיין טלית צו א קלינערס אין חוץ לארץ און ער האט עס צוריקבאקומען צוזאמען מיט א נאוט: "איך האב דיר געטוען א טובה און אפגעשניטען די אלע שטריק וואס איז געווען באהאפטען צי די קלייד"...
וואס האט געפעלט פאר דעם גוי? די כוח ההגדרה! לויט זיין קורצען השגה איז דאס געווען אפאר בענדלעך אין די וועלט אריין וואס האט נישט קיין שום ניצען. אבער מיר יודן ווייסען די גרויסע חילוק צווישען 'בענדלעך' און 'ציצית'; מיט א בענדעל קען מען צובינדען די מייקראפאון צום פלאץ, און ציצית איז מקשר דעם יוד צום כסא הכבוד!
די זעלבע זאך איז מיט די מצה. ביים גוי אין די אויגען איז דאס נישט מער ווי עפעס א מין 'קרעקער', אבער מיר וויייסען אז דאס איז 'מצה' - נהמא דמהימנותא. און די חילוק צווישען די צוויי איז מורא'דיג!
נאך א דוגמה: אויב דער חפץ חיים זצ"ל וואלט זיך דא געפונען און מיר וואלטן געפרעגט א בהמה 'וואס איז דעס"? וואלט די תשובה געווען "זיבעציג קילא פלייש"... און אויב מ'זאל פרעגען א גוי, וואלט ער זיכער געענטפערט "א אלטע מענטש". אבער יעדע יוד ווייסט אז דאס איז נישט סתם א אלטע מענטש, נאר דאס איז דע "חפץ חיים!" און 'חפץ חיים' איז נישט סתם עפעס א נאמען. אט דאס הייסט הגדרה!
"שבכל הלילות אנו אוכלים חמץ ומצה הלילה הזה כולו מצה"
- המסר הנלמד מאיסור חמץ
ס'איז פארהאנען דריי זאכן מיט וואס איסור חמץ איז אנדערש פון אלע אנדערע איסורים, למשל איסור אכילת חזר:
א) אויף חזיר שטייט נישט אין די תורה "בל יראה ובל ימצא";
ב) חזיר האט נישט קיין מצוה פון שריפה:
ג) מ'איז נישט חיוב כרת אויפ'ן עסן חזיר.
לעומת דעם איז ביי חמץ יא דא א איסור פון 'בל יראה ובל ימצא', ס'איז דא א חיוב שריפה, און מ'איז חייב כרת אויב מ'עסט חמץ.
וואס איז די מוסר וואס מיר דארפן ארויסלענרען פון די איסור אויף חמץ?
חמץ - ברויט - איז די כוח החיים, די ענערגיע, ס'איז די עצם האדם. לכאורה וואלט געווען א מקום צו טראכטען: א מענטש וואס עסט חזיר, איז ער חזיר... אבער א מענטש וואס עסט חמץ איז ער כשר. פארוואס? ווייל חמץ איז "יעדער"! "יעדער" עסט דאך חמץ.
קומט א יו"ט פסח און פסח לערענט אונז אויס אז מען דארף בודק זיין אפילו אזעלכע זאכן וואס "יעדער" טוט און מען דארף עס מבער זיין. און ס'איז נישט גענוג צו צוזאמבינגען די חמץ און עס ארויפלייגען טיף אינעם 'בוידעם'. נאר מען דארף עס מבער זיין מן העולם!
די זעלבע זאך דארף מען בפועל מבער זיין פון שטוב די אלע זאכן וואס זענען גורים א פניה פון השי"ת.
ווען א קינד פרעגט: פארוואס איז דא אזעלכע וואס האבן א קאמפיוטער?
קען מען אים מסביר זיין אז ס'איז פונקט ווי א קאר אדער א פליגער. ווער ס'האט זיך געלערענט און ער ווייסט וויאזוי צי פירן די זאכן פארזיכטיגערהייט מעג עס טוען. אבער א קינד וואס האט זיך קיינמאל נישט געלערנט צו פירען א קאר אדער א פליגער, אויב וועט ער זיך צוזעצען צים רעדל לייגט ער אריין זיך און די ארומיגע אין א סכנה.
די אלע זאכן וואס זענען נישט שייך צו השם יתברך זאל מען נישט לייגען אין די זייט, אויפ'ן בוידעם. ווארף עס אוועק! בל יראה ובל ימצא! ווייל אויב וועט מען עס נישט אוועקווארפן איז מען עלול חלילה צו עסן דערפון, און אויב מ'עסט דערפון איז דא דערויף אזא הארבע עונש. כרת!
און אויף וואס איז די "כרת"? אויף א שטיקעל ברויט.
אט דאס איז די הגדרה פון חמץ: "יעדער"! "יעדער" האט חמץ. און די תורה באפעלט אונז אז אפילו א זאך וואס יעדער האט דארף מען ארויסטראגען פון שטוב. יעדער איז נישט איך. אנו עכשיו נולדים מחדש!
די ווערטער זענען דאך אזוי זיס... די שפראך, די משלים, די נקודה... איי, דפח"ח
זי"ע.