למעלה משבעים האט געשריבן:מלאכי האט געשריבן:עס הערשט ביי מיר א צומישעניש איבערן ענין פון חומרות בפסח.
"פיש"
מען פלעגט ענדערש עסן קארפ וואס מ'קען זעהן לעבעדיג, היינט איז דא השגחה אויף סעלמאן, מעג מען טוישן פון די עלטערן אדער נישט?
"אויל"
יארן צוריק האבן אסאך געטוישט פון שמאלץ אויף אויל צוליב די דאקטוירים וואס האבן גערעדט קעגן שמאלץ (פאר הרב מייזלס), יעצט מעג מען אויך טוישן? אדער איינער וואס טוט עס נישט צוליב געזונט (ער וויל זיך פשוט נישט פארפליישיגן און א פלעינע חוה"מ צופריה טראץ וואס ער וויל א גוטע אייערשפייז) מעג נוצן אויל?
לא ביארתי שורש השאלה, רק התוצאה, ועוד חזון
די חומרא פון עסן קארפ, איז נישט געווען אלץ דעם 'מין' פיש, נאר מען האט געגעסן דווקא אזעלכע פיש וואס מען האט געזען לעבעדיג, און נישט אלע פישן בלייבן לעבן אזוי לאנג אינדרויסן פון וואסער, ממילא האט מען געניצט קארפ, וואס דאס האלט זיך גאנץ לאנג לעבעדיג אינדרויסן פון וואסער. משא"כ סעלמאן האלט זיך נישט לאנג לעבעדיג, האט מען דאס נישט געקענט ניצן, אבער אויב האסטו א ערליכע איד וואס זעט דאס לעבעדיג, איז נישטא קיין סיבה עס נישט צו ניצן. עס הייסט נישט געטוישט פון די עלטערן, ווייל ווען עס וואלט געווען אזא מציאות אז א איד זאל קענען עס זען לעבעדיג פאר זיי וואלטן די עלטערן עס אויך געגעסן, בקיצור ס'איז נישט געווען א חומרא נישט צו עסן "סעלמאן", נאר נישט צו עסן א פיש וואס מען האט נישט געזען לעבעדיג.
אגב, ס'איז דא נאך פישן וואס האלטן זיך לאנג אינדרויסן - נישט אזוי ווי קארפ, אבער אויך גאנץ לאנג, און ס'איז דא אידן וואס קענען נישט עסן קארפ, עסן זיי יענע פישן, ווי צב"ש 'באפעל'.
אויל איז אזוי, עס איז דא אפאר חששות פארוואס מען האט דאס נישט געניצט, א) אלץ מען מאכט דאס אין חמץ'דיגע כלים, ב) אלץ די ארבעטער לייגן אריין זייער ברויט דערין, ג) ווייל מען מישט אריין דערין אנדערע זאכן פון קטניות (ראה דגול מרבבה סי' תנ"ג סק"כ, ברכ"י סי' תמ"ז סקי"ד, כף החיים סי' תמ"ז ס"ק קמ"ה). ביי דעם לכאורה איז אויב ס'איז פאר געזונט, איז דאס א שאלה צו פרעגן פון א מורה הוראה, וואס לכאורה די פסק וועט זיין אז די זאלסט יא ניצן אויל.
אבער סתם אזוי, אויב זאכן וואס אמאל האט געקענט זיין חששות דערויף, און היינט איז די חששות נישטא און דאך איז מען נאכאלץ מחמיר נישט צו ניצן, איז דאס נישט אנדערש פון דעם, און מען דארף מחמיר זיין דאס נישט צו ניצן.
אבער.... איך וואלט נאך אלץ געזאגט אז מען קען מקיל צו זיין, אבער בעסער איז מען זאל פרעגן א מורה הוראה דערויף, ווייל די מחזיק ברכה (סי' תס"ז סק"ה) שרייבט די חשש אז זיי טינקן די ברויט אין די אויל, און ער פירט אויס אז ער האט זיך נאכגעפרעגט און די חששות איז בכלל נישט דא, זאגט ער דארט, אז דער וואס וויל מחמיר זיין אין מזניחין אותו ווייל יעדער ווייסט אז פסח איז יעדער מחמיר פאר זיך און מען מאכט גדרים וסייגים, נאכדעם זאגט ער דארט אז אפילו אויב מען איז מחמיר זאל מען עס מאכן בשתיקה אז קיינער זאל דאס נישט מיטהאלטן, און אויב איז ער א מורה הוראה, זאל ער פסק'נען דווקא ווי די "הלכה" איז.
איך דארף צולייגן אז דאס אלעס האב איך גערעדט פון שמן זית, אנדערע אויל'ן קען שוין זיין שאלות אלץ קטניות.
ביי אינז אין די משפחה ניצט מען דייקא נאר פיש וואס מען האט אליינס געזען לעבעדיג, אבער איך גלייב אז מען איז נישט מקפיד דייקאאויף קארפ,
אגב הער איך פון איינעם אז אין מאנטריאל גייט דאס יאר זיין לעבעדיגע סעלמאן פיש,