דער אויסקלאפן אשכול!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- גערעכטער
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4299
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
- לאקאציע: דא!
דער אויסקלאפן אשכול!
דער אויסקלאפן אשכול!
יא! וואס איז? נארוואס געדאוונט מעריב אין ביהמד"ר, אויפן וועג צום ביהמד"ר האב איך אפגעמאכט בהחלטה גמורה יעבור עלי מה 'איך' גיי זיין דער ערשטע וואס גייט אויסקלאפן "יעלה ויבא", דאס איז עס!
פון ה' אלוקיכם אמת האב איך שוין געהאלטן קאפ ווער ס'איז א פאטענציאלע געפאר מיר אראפצורוימען די זכות, און געמאכט זיכער אז קיינער גייט מיר נישט אויסכאפן, 'איך' גיי דע ערשע אויסקלאפן נאך פאר דער עספיעט זיך צו אריענטירן!
אקעי, מ'האלט שוין ביי קדיש די פיס ציטטערן מיר דא לדא לאקשן, און... דאן האט עס פאסירט! א הייזעריגע שטימע געשאצט צו זיין עלטער פון דער בעה"ב זעלבסט, האט ארויסגעגרידשעט "יאהלע ועיאוואי"!
צו מיין שאק און באדויער איז קיין גרעניץ נישט געווען, הלמאי! קומען די אלטווארג און פארכאפן די מאכט דא ביינונז און שול!
דריי איך מיר אויס ריכטנדיג מיינע בליקן צו זעהן ווער איז דאס דער אשר מלאו לבו לעשות כן, זעה איך ישטמער-נישט-וויינבערגער אזא 'איזעי' איד מיט מיט א נאז געבארגט פון זיין באבע מיט שמייכל באצירטע באקן קוועלט פון שמחה, עפסא'קלייניגקייט? ער האט היינט אויסגעקלאפט יעלה ויבא! נישט נאר דאס, גאר דער ערשטער!
--
קענען מיר נישט בלייבן מיטן 'יעלה ויבא' אין בויך און נעמענדיג אין באטראכט אז מיר האבן דאך אונזער אייגענע בית מדרש דקהילתינו, טיען מיר גרינדן "דער אויסקלאפן אשכול!" ווי אלע דייעגנאזטע מיט די 'אויסקלאפן קרענק' וועלן זיך דא אויסגעבן אן קיין דאגה אז איינער וועט זיי אויסכאפן.
אבער איך וויל קלאר שטעלן בכל מיני נזירות ושמאטעת אז דא גיי איך דער ערשטע אויסקלאפן! האסט געהערט?? זאסטעכישט דערווייגן!

הק' איש ימיני
- פארוואס נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 772
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
- לאקאציע: רינגס און ארום
(ניגון) "קלאפ קלאפ, קלאפ ביי דיר. כ'קלאפ כ'קלאפ, כ'קלאפ ביי מיר. לאמיר קלאפן ברודערלעך ס'האט דאך נישט קיין שיעור! - עוד הפעם...)"
מער נייעס נאך די קורצזיכטיגע אדווער-טייץ-מענט!
"זיכט איר שוך?... זיכט איר זאקן?... Wעל.... לאזט אונז וויסען ווען איר טרעפטעס. דאנקע."
(דיס איז די "שוכינזאקן" ארג. און מיר עפראווען די תגובה.) - "קלאפ!"

עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
- פארוואס נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 772
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
- לאקאציע: רינגס און ארום
איך בין פון די זריזן מקדימן איינער וואס קומט געווענליך פרי אין ביהמ"ד, זייט פאריגע וואך טראכט איך וואס צו שרייבן אויפ'ן פאום קאפ וואס גייט געלייגט ווערן ביי די מילך פון די קאפי, היינט תענית אסתר, זאל איך שרייבן פלעין "תענית" צו "תענית אסתר" אדער זאל איך שרייבן "א פרייליכע פורים" בקיצור איך האב נאכנישט געהעריג מחליט געווען.
אנקומענדיג היינט אין ביהמ"ד נאכ'ן מקוה, קאפי און שיעור האלט איך אן אויג אויפן זייגער ווען די סוף זמן אכילה איז. ס'איז שוין ממש א האלבע מינוט פאר 5:42 איך שטיי שוין רעדי מיט די קאפ איך האב שוין אפילו געשריבן מיט א רויטע פען מיט קידוש לבנה אותיות "תענית" ווען איך זעה ווי א בחור'ל קומט צו רייס'ן מיט א א פאום קאפ און יא ער האט עס געמאכט זיין פאום קאפ איז אנגעקומען אויפן פלאץ אנשטאט מיין.
יעצט טייערע חברים: איך קען נאכנישט צוזיך קומען, עס איז אייביג געווען מיין חזקה און דא קומט זיך די בחור'ל און מאכט חורבנות, כ'האף אז מיט'ן עס דא אויסקלאפן וועל איך קענען געהעריג פאסטן.
און פארדיך טייערע בחור טראכט פאר די טוסט עפעס, נעקסטיים ווארט 5 מינוט נאכ'ן סוף זמן אכילה.
א פרייליכע פורים און א גרינגע תענית

- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת

קעלנער האט געשריבן:פריש האט געשריבן:אנייני!!!
וואס איז דאס?
דאס זאגט מען אינעם ברכה איידערן ברכה פון יאאלע וויאובוי וואס איז איידערן ברכה פון אל האניסים.
און דאס זאגט מען ווען דער מויל איז טרוקן ווי בארשט נאכן פאסטן א גאנצן טאג משבת לשבת אזוי צום סוף טאג ווען דער הייזעריגקייט פונעם אויסגעהונגערטן צונג קומט צו צום העכסטן שטאפל, דעמאלטס נעמט מען צאם אלע שפייעכטץ אינעם מויל און מיטן גאנצן גריצלדיגקייט הערט זיך אט דער אויבנדערמאנטער געשריי.
- פארוואס נישט
- שר חמש מאות
- תגובות: 772
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
- לאקאציע: רינגס און ארום
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

עס איז א מחלוקה, אבער אונז פסקענען אז תשעה באב שחל בשבת גייט געהעריג אן דיני אבילות בצנעה [אזוי ווי א אבל ל"ע שבת של שבעה]
דהיינו אלע חמשה עניום, חוץ אכילה וועגן די סעודות שבת, און נעילת הסנדל ווייל עס איז בפרהסיא,
עס מאכט נישט צופיל אויס ווייל רחיצה און סיכה איז סייווי אסור יעדע וואך רחיצה אלץ שמא יבא לחמם, און סיכה אלס ממרח, אבער עס מאכט נאך אלץ אויס א שטייגער ווי איינער וואס גייט אסאך מאל אינדערהיים שבת אן קיין שיך,
א טייל מקואות זענען טאקע גענצלעך פארשפארט [אז עס איז א צורך אין א מקום ווי עס איז פארשפארט זאל מען פרעגן א שאלה]
[אז עס פעלט אויס מעג מען גיין יו"כ אויך אין מקוה עפ"ה נאר סתם אזוי האט מען געאסר'ט ווייל מען האט מורא אז מען וועט זיך פארזוימען א רגע מער ווי מען דארף]

לעצט פארראכטן דורך סאדאם חוסעין אום מאנטאג אוגוסט 01, 2016 2:04 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
אויסגערעכנט האט געשריבן:די מולד וועט זיין.......... (געדענק נישט)!!!!!
דאכט זיך מיר אז די פרי מגדים האלט טאקע אז די דינים פון די ניין טעג גייט אן פונעם מולד וואס דאס מיינט היי יאר שוין פון מיטוואך
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
סאדאם חוסעין האט געשריבן:,א טייל מקואות זענען טאקע גענצלעך פארשפארט [אז איינער האט א שאלה מען גיין יו"כ אויך אין מקוה עפ"ה נאר מען האט מורא אז מען וועט זיך פארזוימען א רגע מער ווי מען דארף]
אונזערע מקוואות זענען געהעריג אפען,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.