ליזענסק כ"א אדר - טיקעט, נסיעות, נייעס און נאטיצען

קברי צדיקים און אלעס ארום

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

ליזענסק כ"א אדר - טיקעט, נסיעות, נייעס און נאטיצען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

מיר האפן בעז"ה צי זיין אין ליזענסק היי יאר כ"א אדר אויס צי פויעלן ישיעות ורפואת וכט"ס, משיח זאל זיכער ווי פריער קימען.

כ"א אדר געפאלט אויס היי יאר אויס אין א דאנערשטאג - מארטש 12, דאס געט די געלעגענהייט צי זיין צירוק אויף שב"ק..

אין די אשכול וועט מען אויסשמיסען ווי אזוי צי קויפן אליינס טיקעטס, אדער מיט וועלכע נסיעה עס לוינט זיך מיטציכאפען..

אזוי אויף נייעס און נאטיצען פינעם גרויסען טאג אין ליזענסק.
חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 6:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חרוזים »

לאמיר הערן וויפיל איז די ביליגסטע וואס מ'קען יעצט האבן א טיקעט (און ביי וועמען)
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

עס זעט אויס היבש טייער אליינס צו קויפן טיקעטס צי זיין צירוק נאך בעפאר שבת..

עני אינפאו? איינער האט שוין געקויפט און געטראפן ביליג?
בעסטע
שר חמישים
תגובות: 60
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעסטע »

עס איז דא איינער וואס בעט $1300 פאר די נסיעה פון דינסטאג נאכט ביז דאנערשטאג נאכט אריינגערעכנט שלאפן עסן וכדומה
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

סטרעיט פלייט‎ס‎?
ווער‎?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
יאנקל84
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 11, 2014 1:28 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל84 »

אברהם מאיר שווארץ בעט 1300 פאר די 48 שעה נסיעה.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

איך זוך א קורצע נסיעה קיין ליזענסק און אונגארן, אוהעל קאלוב קערעסטיר וכו'. נישט פוילן דארט בין איך שוין געווען כמ"פ.
אויב איינער ווייסט פון אזא ליזענסק-אונגארן נסיעה אדער גרופע ביטע מעלדן דאנק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

וואס האלט דער עולם בנוגע די בילדער פונעם ציון הקדוש וואס מ'שטעלט אריין אין די אנאנסן, מיטן אייבערשטנס נאמען דערויף?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

שוועמל האט געשריבן:איך זוך א קורצע נסיעה קיין ליזענסק און אונגארן, אוהעל קאלוב קערעסטיר וכו'. נישט פוילן דארט בין איך שוין געווען כמ"פ.
אויב איינער ווייסט פון אזא ליזענסק-אונגארן נסיעה אדער גרופע ביטע מעלדן דאנק.


דאכטצוך מיר אז ר' יצחק בער ווירצבערגער מאכט אזא נסיעה, נאך ליזענסק פארט ער קיין אונגארן ווי צווישן אנדערע וועט מען זיין אין קאלוב, שבת אין נירעדהאז, מוצאי שבת אין קערעסטיר.

אגב, איך בין געפארן מיט ר' יצחק בער א שטיק צייט צירוק אויף א נסיעה קיין פולין-אונגארן-ראמעניע און זייער שטארק הנאה געהאט.
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

יעצט איבערגעקוקט, דער נסיעה פארט ארויס מיטוואך פארנאכטס און וועט זיין אין קראקע, ליזענסק ביומא דהילולא, שינאווא, לאנצוט, דינוב, רימנוב, צאנז, איהעל, ראצפערט, קאלוב און קערעסטיר, מען איז צירוק זונטאג נאכט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14264
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יישר כח אבער כזוך דוקא א שנעלע זאך, נישט איבער שבת
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

לאמפ האט געשריבן:יעצט איבערגעקוקט, דער נסיעה פארט ארויס מיטוואך פארנאכטס און וועט זיין אין קראקע, ליזענסק ביומא דהילולא, שינאווא, לאנצוט, דינוב, רימנוב, צאנז, איהעל, ראצפערט, קאלוב און קערעסטיר, מען איז צירוק זונטאג נאכט.


עס קאסט קרוב צו 16 מאות, נישט קיין ביליגע מעשה.
matovu
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך matovu »

פלאן צי פליען קיין פראנקפארט
פין דארט קיין ריישע
רענטען א קאר קיין ליזענסק
פארן מיטן קאר קיין ווארשע
צירוק געבען די קאר
פליען פין ווארשע

עניבאדי מיט עני טיפס ?
שמחת החיים
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש סעפטעמבער 17, 2011 10:49 pm
לאקאציע: אין א ערליך אידיש הארץ

כ"א אדר תשע"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת החיים »

איך פארמאג א שטיקעלע קלער צו פארן, ווייסט איינער מיט וועם ס'לוינט זיך צו פארן?

איך זוך בלויז א קורצע זאך, נישט אינקלודינג שבת, און אויב מעגליך בכלל אדער כמעט נישט אנדערע פלעצער.

ייש"כ למפרע
אז דו וועסט לעבן פרייליך וועסטו זיך פרייען אז דו לעבסט...
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

matovu האט געשריבן:פלאן צי פליען קיין פראנקפארט
פין דארט קיין ריישע
רענטען א קאר קיין ליזענסק
פארן מיטן קאר קיין ווארשע
צירוק געבען די קאר
פליען פין ווארשע

עניבאדי מיט עני טיפס ?


ערשטענס מאך א אינטערנאציאנאלע דרייווערד לייסענס.
עס קאסט 20$ ביי טריפעל עי. מען וועט דיר פארדינגען א קאר אן דעם. אבער אויב א פאליס וויל מאכן חאגע מיט דיר, איז די געזעץ אויף זיין זייט.
דיין פלאן איז א גיטער, איך טי דאס אסאך, אבער זייטס וויסען אז דער וואן וועי קאר רענטעל קען דיך קאסטען אן עקטערע צוויי מאות.
אז די פארסט פון ליזענסק קיין ווארשע איז דא אסאך מקומות אויפען וועג, ווענדט זיך וויפיל צייט די האסט.
איך שטעל מיך פאר אז די ווילסט ניצען א ג.פ.ס. זאלסט למען השם נישט זיך פארלאזען אויף א טעבלעט. נעם א רעגיולער אלט מאדישע ג.פ.ס. וואס ארבייט אין פוילן.
blue moon
שר חמש מאות
תגובות: 852
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 02, 2016 4:45 pm

באקומען אין אישי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך blue moon »

צווישען די שפאלטענעס פון אייער צייטונג שיינט אז א היבשער ציבור גרייט זיך מעגליך צו פארען ..........................
דעריבער וויל איך מיט די פאלגעדענע שורות מיטיילען א פרעזענליכע איבערלעבעניש, אין גלייך צייטיג ווארענען דעם ציבור איבער דעם מעגליכען געפאר איבער דינגען קארס אין אויסלאנד.
אני הקטן בין א אפטער פארער צו די מקומות הקדושים אין אייראפע. פארצייטענס פלעגען מיר פארען מיט גרויסע גרופעס אין באסעס, נאכער מיט קלענערע גרופעס אין טעקסי-ווענס. לעצטענס - זינט דער ג.פ.ס. איז אזוי אקוראט פאר אלע קברי צדיקים- האבן מיר אליין געדינגען קארס אין גאנץ אייראפע אין אזוי ארום געפארען מיט איינס צוויי ידידים.
דאס איז אנגעגאנגען פאר בערך 5 יאר- א צירקע 4/5 מאל א יאר. ביז דעם פארגאנעם עש"ק בהעלותך תשע"ה, ווען איך בין געפארען געמיטלעך אויף איינע פון די אייראפיער גאסן, בין איך געווארן אפגשטעלט ביי צוויי פאליצאנטען, פאר א רוטינע טרעפיק סטאפ. זיי האבען געבעטען די לייסענס און די קאר שריפטען, ווי נאטירלעך האב איך אהין געגעבן די "ניו יארקער" לייסענס אין אלע שריפטען וואס איך האב ערהאלטען פון די רענטעל קאמפעני. ווי דערשאקט בין איך געווארען ווען דער פאליצאנט האט מיר צוריק געווארפען די ניו יארקער לייסענס, ערקלערענדיג אז דאס איז קיין לייסעסנס נישט. די דארפסט האבען א א לאקאלע אדער אינטערנאציאנאלע לייסענס צו דרייווען אין יוראפ........ נאכען איבער פרעגען אפאר מאל צו איך האב טאקע נישט קיין אנדערע לייסענס. האט מיך פארארדענט ארויס צוגיין פון קאר, געבעטען דעם פאספארט, אין זיך גענומען גרייטען צו אן ארעסט. דער פאליצאנט האט ערקלערט אז דרייווען אן לייסענס האט דריי שטראפען. מען ארעסטירט, מען נעמט אוועק די קאר, אין מען דארף צאלען אויפן פלאטץ טויזענט טאלער קעש (צולייגענדיג אז ער מיינט אז נ.י. האט זעלבע געזעצן).
איך דארף אייך נישט מסביר זיין וואס עס מיינט ווערען ארעסטירט אין א פרעמדע מדינה פרייטאג פארמיטאג. נאכצודעם די קאפ-ווייטאג פון אויסלייזען דעם געדינגענעם קאר.
בחסדי השי"ת האב איך ספאנטאן מנדב געווען 19 פרוטות לע"נ רביה"ק ישכר בער בן יצחק, און געזאגט דעם באקאנטען פסוק "כי גוי אובד עצות וגו'" ווי אויך האב איך זיך געבעטן צו זיי און ג'טענה'ט אז די קאר רענטעל האט מיר פארדינגען די קאר אויף די נ.י. לייסענס, דאן האב איך זיי געזאגט אז ר' ישעי'לע קרעסטירער האט געזאגט אז א גוי דארף זיך בייגען אדער לייגען. און פלוצים האט אויסגעבראכן א טענה-ריי צווישען די צוויי פאליצאנטען (אויף א שפראך וואס איך האב נישט פארשטאנען) , און זיי האבען באשלאסען אריין צוריפען א סארדזשענט פאר בעקאפ. די סופערווייסער האט באשלאסען אז מען זאל נישט ארעסטירן, נישט אוועק נעמען די קאר. נאר איך זאל רופען אן אנדערע לייסענסד דרייווער וואס זאל אייעק פירן די קאר ביז א האלבע שעה און זיי וועלען ווארטען ביז איך ברענג דעם דרייווער. בלית ברירה האב איך גערופען א טעקסי מיט צוויי דרייווערס, איינער האט צוריק געטראגגען די קאר צום קאר רענטעל אין איינער האט מיך געפירט צו מיין דעסטינאציע. לגבי די געלט שטראף האט דער סארדזשענט געהייסן באצאלן טויזענט טאלער פון די לאקאלע וואלוטע אויפן פלאטץ. זיי האבן מיך צוגעפירט צו א עי.טי.עם מאשין בכדי צו באצאלען אויפן ארט.
בסך הכל האט דער שפיל אריין גענומען 1000$ קנס, פלאס 400$ פארן טעקסי, אין פיר שעה פארברענגט אונטער א הייסען זון. מיט א גאנץ פעקעל ניסים גלוים.
איך בין דאס מפרסם כדי אנדערע זאלן זיך וויסען צו היטען. דינגט נישט קיין קאר אין א פרעמדע מדינה פאר איר מאכט זיכער אז איר האט די ריכטיגע לייסענס. (די קאר רענטעל קאמפעני קען קיין אייך מעגליך ליגענט זאגען. מאכט אייער אייגענע ריסורטשת והכחם עינו בראשו.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאס איז געשריבן אן אן אגענדע?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
פארפלאנטערט
שר האלפיים
תגובות: 2479
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפלאנטערט »

farshlufen האט געשריבן:דאס איז געשריבן אן אן אגענדע?

איך האב מיטגעהאלטען די מעשה פינדערנאנט
דער אינגערמאן האט ארויסגעהאלפן מיט די נסיעה וואס איך בין געפארן
איז ער געפארן א טאג פריער צוצוגרייטן פארשידענע זאכן
האבן מיר נישט געהאט קיין פרישטאג דעם ערשטן טאג ביז 2:00 וועגן די מעשה
[email protected]

סארי פאר מיין אידישע מעסעדזש, איך האב נישט קיין ענגלישע קיבאורד...
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

blue moon האט געשריבן:צ
בסך הכל האט דער שפיל אריין גענומען 1000$ קנס, פלאס 400$ פארן טעקסי, אין פיר שעה פארברענגט אונטער א הייסען זון. מיט א גאנץ פעקעל ניסים גלוים.

פארגעסן ציצורעכענען די 19 פרוטות פאר ראדאשיץער סגולה, סאו ס'איז 1400 טאלער מיט ניינצן פרוטות...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35431
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

שוין געזען דיע מעשה און דער איד פאריאר זוממער פארן לארן צום ישמח משה׳ס יארצייט
..
אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6836
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאליק »

אראפגעבליבן נעכטן א פליגער פון JFK וואס האט געהאט אויף זיך 40 50 אידן פון די דרכי שלמה נסיעה צוליב דעם וואס די טרעקל וואס האט געברענגט די פעקלעך צום פליגער האט אריינגעקראכט אינעם פליגער און געשעדיגט
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

נעכטן צופרי איז געווען נסים גלויים, ווען די דרייווער פון א באס וואס האט ארומגעפירט 25 חתנים האט געכאפט א דרימל, און שוין געפארן צו די זייט פונעם ראוד, וואס דארט איז געווען א ריזיגע בארג אראפ, דאן האט זיך איינער צושריגן און דער דרייווער האט זיך דערוועקט
אוועטאר
דוקטור
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2008 7:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוקטור »

נאך פסח קומט פאר א נסיעה לכבוד די יארצייט פין ר' ישעיה'לע קרעסטירער
פין זינטאג ביז דאנערשטאג ל' ניסן - ד' אייר
מען וועט אויך זיין אין פראג, מקווה הבעש"ט, טאכוב, איהעל קרעסטיר אין נאך.

איך פלאן צי פארען, ווער וויל מיטקומען?

מען קען זיך איינשרייבען ביי 718-564-6433
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

דוקטור האט געשריבן:נאך פסח קומט פאר א נסיעה לכבוד די יארצייט פין ר' ישעיה'לע קרעסטירער
פין זינטאג ביז דאנערשטאג ל' ניסן - ד' אייר
מען וועט אויך זיין אין פראג, מקווה הבעש"ט, טאכוב, איהעל קרעסטיר אין נאך.

איך פלאן צי פארען, ווער וויל מיטקומען?

מען קען זיך איינשרייבען ביי 718-564-6433

פארוואס נישט אין די קערעסטירע אשכול? סיז דא עטליכע
שרייב תגובה

צוריק צו “אייראפע”